כוואליעס ארטיקל ברעכן תענית בכורים דורך א ווירטועלן סיום מסכת

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
687
פונקטן
103
אין זיין רעגולערע ״כוואליעס״ קאלום אין די פינפטע ״כוואליע״ פסח תשפ״ה ענטפערט הרה״ג ר׳ @יששכר כץ אויף די שאלה אויב מען קען זיך באטייליגן אין א ווירטועלן סיום מסכת כדי צו ברעכן דעם תענית בכורים ערב פסח און בתוך הדברים שמועסט ער אויך ארום איבער די מקור פון תענית בכורים בכלליות.

קומט אריין אין דעם שנירל אויסצושמועסן אייערע געדאנקן איבער דעם נושא.
 
איך וועל גיין פתיחה.

איין זאך קומט נישט ארויס אזוי קלאר פונעם תשובה. צו איז די היתר דווקא אויב האט מען א צובראכענע פיס?

פאר אזא שוואכע תענית וואלט איך פארשטאנען אז מ'קען זיך פארלאזן אויף א ווירטואלער סיום אפי' מיט גאנצע ביינער... ביטע אויסקלארן...

אויך @יששכר כץ, אפשר זענט איר מאריך אביסל פארוואס א ווירטואלער סיום איז נישט גוט סתם אזוי, אפילו אן דעם היתר פונעם מנחת יצחק?

שכוח נאכאמאל פאר'ן מיר אריינברענגען אין די אידישקייט זשאנרע פון שו"ת, עפעס וואס איך האב קיינמאָל נישט געהאט אינטערעסע אין, ביז דיינע זיסע קלארע תשובות...
 
לכאורה וואלט געווען מסתבר אז א סיום מסכת איז אנדערש פון מנין און עניית אמן ווייל דער היתר פון ברעכן תענית דורך מיטהאלטן א סיום מסכת איז די שמחת מצוה שבו, דהיינו דאס מיטעסן ביי א סעודת מצוה, איך ווייס נישט אויב מען מוז אפילו הערן די סיום, לכאורה איז די עיקר דאס מיטעסן די סעודה. אלזא, וויאזוי ארבעט דאס תענית ברעכן מיט אזא ווירטעלן סיום? אשע״כ קוקט מיר טאקע אויס אז דאס שוואכקייט פון די תענית איז פיל וויכטיגער אין דעם היתר פון די ווירטעלן סיום.
 
איך וועל גיין פתיחה.

איין זאך קומט נישט ארויס אזוי קלאר פונעם תשובה. צו איז די היתר דווקא אויב האט מען א צובראכענע פיס?

פאר אזא שוואכע תענית וואלט איך פארשטאנען אז מ'קען זיך פארלאזן אויף א ווירטואלער סיום אפי' מיט גאנצע ביינער... ביטע אויסקלארן...

אויך @יששכר כץ, אפשר זענט איר מאריך אביסל פארוואס א ווירטואלער סיום איז נישט גוט סתם אזוי, אפילו אן דעם היתר פונעם מנחת יצחק?

שכוח נאכאמאל פאר'ן מיר אריינברענגען אין די אידישקייט זשאנרע פון שו"ת, עפעס וואס איך האב קיינמאָל נישט געהאט אינטערעסע אין, ביז דיינע זיסע קלארע תשובות...
די שאלה פון די סטאטוס פון virtual reality אין הלכה איז עדיין באיבו, אין די ווינדלען. ס׳איז זייער מעגליך אז במשך הזמן וועט מען קומען צו די מסקנה אז אין הלכה האט עס די סטאטוס פון ריאליטי ממש, but we are not there yet. אויפדערווייל איז די צוגאנג פון די פוסקים עס צו פארעכענען ווי עכט נאר אין אויסערגעווענטליכע אומשטענדען.
 
Back
Top