כוואליעס ארטיקל צי מעג מען ווייזן פיזישע ליבשאפט אין שול?

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
687
פונקטן
103
אין זיין רעגולערע ״כוואליעס״ קאלום אין די דריטע ״כוואליע״ ט״ו בשבט תשפ״ה ענטפערט הרה״ג ר׳ @יששכר כץ די שאלה אויב עס איז מותר צו ווייזן פיזישע ליבשאפט אין א מקום קדוש.

קומט אריין אין דעם שנירל אויסצושמועסן אייערע געדאנקן איבער דעם נושא.
 
יישר כח ר' @יששכר כץ.

איך קום נישט אריינרעדן אין די עצם פסק אדער נימוק וואס דו געבסט דארט אן. נאר איין נקודה, דו ברענגסט ארויס וויאזוי אין 'גמ' אין ראשונים' ווערט יא געשטיצט די געדאנק צו ווייזן ליבשאפט אין א מקום קדוש, און אין די פוטנאטס צייכנסטו צו שו"ת בית ישראל סי' ט, שו"ת אורח משפט או"ח סי' כב, און שו"ת יחוה דעת ח"ד סי' יב.

איך האב נישט די ספרים צו די האנט, אבער פון א שטיקל גוגל זוך האב איך אפירגעפינען די פאלגענדע לינקס - וואו עס שיינט אז די פוסקים האבן אלע יא אנגענומען לחומרא די געדאנק פון ארויסווייזן ליבשאפט פאר קינדער - לעומת רעספעקטפולע געסטורן (א שטייגער ווי א קוש אויפן האנט וכדו') וואס איז ענדערש מותר (בדרך חיבה = אסור, בדרך כבוד = מותר). און דאס איז לכאו' אנדערש ווי דיין מסקנא.
נשיקה לחבר בבית כנסת | דין | שאל את הרב
https://forum.moreshet-maran.com/threads/חיבוק-בבית-הכנסת.264/
חיבוק בבית כנסת - קרית משה

חוץ פון דעם איז טאקע אויך דא די נושא פון איגנארירן דעם רמ"א וויבאלד עס איז מקורו בטעות, אבער דא גייט עס שוין אריין מער אין סוביעקטיווע שיטות וויאזוי זיך אומצוגיין אין אזעלכע פעלער, וואס איבעריג צו זאגן אז די מהלך פון עס נישט אננעמען איז נישט איבעריג פאפולער צווישן חסידים, ודי בזה.
 
יענער האט דאך געפרעגט ר' יששכר פאר א סיבה, צו זאגן אז מרירט זיך נישט אוועק פונעם רמ"א קען ער פרעגן זיין לאקאלע דיין.

איך טראכט אן אנדערע נקודה, האט די רמ"א נאר אזוי געזאגט צוליב די מקורות פונעם בנימן זאב און ווען ער ווייסט ווען אז עס איז נישט ריכטיג וואלט ער נישט אזוי געהאלטן מדעתא דנפשיה, אדער איז דאס א דין וואס ער האט געהאלטן אלס ריכטיג און ער האט די רעכט אלס פוסק אזוי צו זאגן אפילו דער בנימן זאב האט געפעלטשט מקורות.
 
האסט א וועג וויאזוי אויסצוגעפונען דאס חוץ אנפרעגן ביים רמ"א אליין אדער ביי זיין הויז בחור??
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top