בארד געימס צווישן אינז

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
768
רעאקציע ראטע
3,858
פונקטן
413
די דערנעיבענדיגע שנירל שאך צווישן אינז איז פאר חברה וואס ווילן שפילן דוקא שאך..

איך עפן אויף די דאזיגע שניר פאר ווער ס'וויל שפילן עני אנדערע בארד געימס מיט די מענטשן וואס מ'שמועסט דורך אויס די טאג,

איך פערסאנעלי שפיל אויף BGA, אין איך האב זייער הנאה פון דעים סייט, איך האב מיר שוין אויסגעלערנט א שיינע פאר געימס דארט וואס מ'דארף ניצן די קאפ, רוב געימס האבן א TUTORIAL וואס ס'מאכט זייער גרינג זיך אויסצילערנען, אויך האבן זיי סיי פאפירענע אין סי ווידאו אינסטראקציעס, מיינע 3 אלל טיים פעיוועריט געימס ביזדערווייל איז די פאלגענדיגע:
1746206761011.png

צוויי פון דעים זענען אווערד ווינינג געימס, מ'דארף זיך עס איינמאל אויסלערנען און ס'איז א מחיה!!

די מעלה פון שפילן אנליין ענדעשער ווי אויפן דיינונג רום טיש איז אסאך זאכן, איינס איז, ס'ארבעט אלעס מיט א זייגער דארט, די קענסט אנשטעלן פארדעים ווי לאנג די ווילסט זיצן אויף א געים, און ער געבט דיר איינער דיינס גלייכן, און אויב איינעמ'ס הכנות דארט צי לאנג אין איז ראנונג אוט אפ טיים, קען מען אים עקספעלן,

די אישא וואס איך האב אבער מיט אנליין איז, אז כ'האב נישט קיין מושג מיט וועים איך שפיל.. חוץ יענעמ'ס פלעג ווייס איך גארנישט..

כ'האב שוין געשפילט מיט דזשימפימג, מיט די אייאטאלע, אפילו מיט די פאליסטיניע האב איך שוין געשפילט, נו גיי פארליר א געים מיט א חאמאס סימפאטיקער, אדער מיט זיי אליין, די בושה איז גרויס,

בעט איך די עולם דא, טרייט'ס עס אויס, אזוי האט איך ביידע, מ'שפילט מיט פריינד, מיט די אנליין באקוועימליכקייט..

עניוועי, ווער איז און די מאד פאר א יאטצי? Play Yahtzee for free with me: https://bga.li/t/667416360
 
איך בין אין די מאד פון א פיינע געים, רעדי זיך אויסצילערנען עפעס פריש, ווער איז אין?
 
Back
Top