שאַך מייסטערס וואס זענען ווערט צו קענען

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,316
רעאקציע ראטע
9,336
פונקטן
933
לכבוד די נייע פארום פאר ספארטס און געימס עפן איך דא א שנירל פאר ווער ס'וויל שרייבן ליינען און מיטטיילן היסטאריע אדער נייעס איבער באקאנטע שאך שפילער.

איך וועל אנהייבן מיט אן אינטערעסאנטער אינטערוויו מיט דעם (דעמאלט) יונגן מאגנוס קארלסאן, די מאָצאַרט פון שאַך. ער איז היינט פאררעכנט פאר די בעסטע שפילער אויפן וועלט, און אפשר גאר אין היסטאריע.

View: https://youtu.be/Qc_v9mTfhC8?si=5m2pyoVD9P8InY5-
 
אידישע שאך מייסטערס: (1)

לוי ראזמאן, א רוסיש אפשטאמיגע איד, וואס פלעגט לערנען שאך מיט קינדער אין ניו־יאָרק, איז די מערסט פאפולערע יוטוב'ער און סטריעמ'ער אין די שאך וועלט.

ער האט שוין ארויסגעגעבן א בוך וואס לערנט שאך פאר מער בעגינערס אין די שפיל.

דא האט איר זיין טשענעל.
GothamChess
 
לעצט רעדאגירט:
אידישע שאך מייסטערס: (2)

דינה בעלענקאיא איז א אידישע, רוסיש געבוירענע, wgm (women grand master).

זי איז א באקאנטע Twitch streamer און יוטוב'ער. זי קאלאבארירט אסאך מיט די רומענישע Botez sisters (זיי דארפן אן עקסטערע תגובה).

בערך אין 2022, צוליב די רוסיש אוקרייניש מלחמה, האט זי אימיגרירט קיין מדינת־ישׂראל, ווי זי וואוינט היינט צוטאגס.

איינער פון אירע מער באקאנט זאכן איז די chess boxing match וואס זי האט אפגעהאלטן קעגן אנדרעא באטעז.
View: https://youtu.be/pHLcyYsfxB4?si=tstUizvyV7c3lfSp

דא איז איר יוטוב טשענעל
Dina Belenkaya
 
לעצט רעדאגירט:
אידישע שאך מייסטערס: (3)

דניאל נעראדיצקי איז פון די בעסטע שאך שפילער היינט צוטאגס, און אויך פון די מערסט באקאנטע 'קאמענטירער' ביי לייוו שפילן.

אויך א רוסיש אפשטאמיגע איד, און אויפגעוואקסן אין קאליפארניע.

דאס איז זיין טשענעל
Daniel Naroditsky

דא איז זיין אקאונט אויף chess.com
GM Daniel Naroditsky (DanielNaroditsky) - Chess Profile
 
Back
Top