שאַך מייסטערס וואס זענען ווערט צו קענען

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,600
רעאקציע ראטע
11,569
פונקטן
1,943
לכבוד די נייע פארום פאר ספארטס און געימס עפן איך דא א שנירל פאר ווער ס'וויל שרייבן ליינען און מיטטיילן היסטאריע אדער נייעס איבער באקאנטע שאך שפילער.

איך וועל אנהייבן מיט אן אינטערעסאנטער אינטערוויו מיט דעם (דעמאלט) יונגן מאגנוס קארלסאן, די מאָצאַרט פון שאַך. ער איז היינט פאררעכנט פאר די בעסטע שפילער אויפן וועלט, און אפשר גאר אין היסטאריע.

View: https://youtu.be/Qc_v9mTfhC8?si=5m2pyoVD9P8InY5-
 
אידישע שאך מייסטערס: (1)


1000429282.png

לוי ראזמאן, א רוסיש אפשטאמיגע איד, וואס פלעגט לערנען שאך מיט קינדער אין ניו־יאָרק, איז די מערסט פאפולערע יוטוב'ער און סטריעמ'ער אין די שאך וועלט.

ער האט שוין ארויסגעגעבן א בוך וואס לערנט שאך פאר מער בעגינערס אין די שפיל.

דא האט איר זיין טשענעל.
GothamChess
 
לעצט רעדאגירט:
אידישע שאך מייסטערס: (2)

1000429291.png

דינה בעלענקאיא איז א אידישע, רוסיש געבוירענע, wgm (women grand master).

זי איז א באקאנטע Twitch streamer און יוטוב'ער. זי קאלאבארירט אסאך מיט די רומענישע Botez sisters (זיי דארפן אן עקסטערע תגובה).

בערך אין 2022, צוליב די רוסיש אוקרייניש מלחמה, האט זי אימיגרירט קיין מדינת־ישׂראל, ווי זי וואוינט היינט צוטאגס.

איינער פון אירע מער באקאנט זאכן איז די chess boxing match וואס זי האט אפגעהאלטן קעגן אנדרעא באטעז.
View: https://youtu.be/pHLcyYsfxB4?si=tstUizvyV7c3lfSp

דא איז איר יוטוב טשענעל
Dina Belenkaya
 
לעצט רעדאגירט:
אידישע שאך מייסטערס: (3)

1000429292.png

דניאל נעראדיצקי איז פון די בעסטע שאך שפילער היינט צוטאגס, און אויך פון די מערסט באקאנטע 'קאמענטירער' ביי לייוו שפילן.

אויך א רוסיש אפשטאמיגע איד, און אויפגעוואקסן אין קאליפארניע.

דאס איז זיין טשענעל
Daniel Naroditsky

דא איז זיין אקאונט אויף chess.com
GM Daniel Naroditsky (DanielNaroditsky) - Chess Profile
 
לעצט רעדאגירט:
אידישע שאך מייסטערס: (4)

Susan Polgar
Sofia Polgar
Judit Polgár

זיי זענען דריי אידישע, אונגאריש אפשטאמיגע, שוועסטער, און באקאנטע שאך מייסטערס.

זייער טאטע, א אידישער אידיאלאג אין קאמוניסטישע אונגארן, האט זיי אלע דריי homeschooled אלס אן עקספערימענט צו זעהן צו מ'קען אויסלערנען א קינד פון קליינווייז אן צו זיין א מייסטער אין איין ספעציעלע נושא. צום ווייניגסטענס זיין עקספערימענט איז געלונגען.

די מערסט פאפולערע צווישן זיי, די יונגסטע שוועסטער יהודית (Judit), האט אנגעהאלטען איר פלאץ אלס די בעסטע פרוי שאך שפילער אין דער וועלט, ביז איר רעטייערמענט אין 2014. זי איז מן הסתם די מערסט באקאנטע פרוי שאך שפילער אין דער וועלט.

סוזן, די מיטעלסטע, איז די צווייט שטערקסטע פרוי שאך שפילער נאך איר שוועסטער יהודית.

סופיה וואוינט היינט אין ארץ ישראל מיט איר מאן Yona Kosashvili.

1000429240.png

די טאטע מיט די דריי טעכטער (פון וויקיפעדיע)

1000429293.png

יהודית פולגאר

***

ביים שרייבן זעה איך אז דא ליגט א שטארק אינטערסאנטע געשיכטע ווערט א גאנצע ארטיקל פאר זיך. גאנצע ביכער און פילמען האבן שוין געארבעט אויף די משפחה. דער טאטע אליין, לאסלו פולגאר, איז ווערט א גאנצע ארטיקל.

פאר ווער ס'איז נייגעריג דא האט איר נאך לינקס.
New documentary on the Polgar family
FATHER OF 3 PRODIGIES SAYS CHESS GENIUS CAN BE TAUGHT
 
לעצט רעדאגירט:
אידישע שאך מייסטערס: (5)

Kenneth Rogoff
1000474476.webp


א אידישע מח, ער איז אויפגעוואקסן אין ראטשעסטער ניו יארק, אין די יונגע יארן איז ער געווען פארנומען מיט שאך אויף אזוי ווייט אז ער איז ארויס פון היי סקול און אפי' געוואוינט אליינס אין אייראפע פאר א שטיק צייט. ער איז אנגעקומען צו די טיטל פון GM ביי די 22 יאר.

שפעטער האט ער אפגעלאזט שאך און געגאנגען פאר א דעגרי אין עקאנאמיקס פון MIT, און איז אנגעקומען צו זיין א געשעצטע פראפעסאר אין הארווארד. ווי אויך איז ער געווען פרעזידענט פון IMF (אינטערנאציאנאלע מאנאטערי פאָנד) אין אנהייב 2000 יארן.


באבי פישר (אויך א איד, און ווערט אן ארטיקל פאר זיך), אין א זעלטענע ארטיקל אין 1969, באשרייבט זיין געים מיט ראגאף, ווי ער דרוקט זיך אויס " The player that impressed me the most ".
1000474475.webp



אין א לעצטיגע אינטערוויו מיט אלעקס באָטעז איבער זיין נייע בוך איבער די אמעריקאנער דאלער.
View: https://youtu.be/YJDJ19tdo6k?si=qc5h1aXVqob5hoOs
 
Back
Top