ברוך דיין האמת המלחין רבי יצחק אונגאר

קענסט ברענגען די גאנצע ניגון?
דא האסטו די גאנצע ניגון?
אבער דא האסטו א בעסערע ווערסיע, אסאך שענער אראפגעלייגט.

די כאשר זכינו שטיקעל וואס איך האב ליב הייסט זיך אן ביי 1:57 בערך.

Dropbox

דעס איז לדעתי איינער פון זיינע שענסטע ניגונים
עד מתי - ניגוני של רבי יצחק - הערליך!
Zing Music

איך זוך זיין עד הנה עזרונו רחמיך.
 
איך מיין אז די ניגון איז נישט זיינס נאר קומט פון קלעזמער
פון וואו נעמסטו דעס?
נאַה… סאיז זיכער זיין ניגון!
מ׳קען הערן אויף די ניגון אז ס׳האט זיינע קנייטשן.
 
ניגוני בית ויזניץ
דא האסטו זיינע ניגונים
כ׳מיין דעס איז א בעסערע טעלעגראם טשענעל.
אוצר ניגוני וויזניץ
אוצר ניגוני וויזניץ

אין די טשענעל איז דא א הערליכע סידי וואס איך טרעף עס נישט אין ערגעץ נאר דארט
“נעימות המלכות” פנימי לאנ”ש אויף יענע סידי זינגט רבי יצחק אונגאר צוזאמען מיט א הערליכע קווייער, סאיז דא דארט א הערליכע ניגון פון רבי יענקי דאסקאל “קרוץ מחומר” און אפאר הערליכע און באוואוסטע ניגונים פון רבי יצחק אונגאר
והאר עינינו הייבט אָן בערך 2:45 -הערליך!
ברוך אלקינו - וואס אלע וויזניצער רביס זינגען פאָר ביי די טישן שבועות און אנדערע יו”ט, כי לקח - איינע פון די שענסטע חסידישע ניגונים כהאב אמאל געהערט אין מיין לעבן!
און יהא רעווא- זיי לייגן עס אראפ מוראדיג שיין.
סאיז א הערליכע סידי, כ׳ווייס נישט פארוואס זיי האבן עס נישט פארשפרייט איבעראל.

דא האט איר א סקרין שאַט
IMG_2102.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
עס שטייט אזוי אין די pdf פון די cd, אין גערטנער סידי שטייט אזוי? נאה!! אבער סאיז איינע פון זיינע ערשטע און באוואוסטע ניגונים
לכאורה א טעות
אין גערטנער סידי שטייט אז ס’איז רבי יצחק אונגאר׳ס ניגון
סאיז איינע פון זיינע ערשטע און באוואוסטע ניגונים, ווער איז קלעזמער? כהאב נישט קיין אהנונג ווער דאס איז.
 
לעצט רעדאגירט:
קלעזמער איז אן אויסדרוק גענוצט אויף בעלי מנגנים וואס פלעגן שפילן אינדערהיים אין יוראפ, מלשון כלי זמר
 
בנש”ק הרב מאיר אדלער (נכד האמרי חיים זצ”ל) מיט שוכי גאלדשטיין און בנצי שטיין זינגען צוויי ניגונים פון רבי יצחק
“צמאה נפשי” און “ושויתי ה” און דערנאך א חלק פון די באקאנטע וויזניצער “אודה לקל” וואס מ’זינגט צום סוף טיש ביי אלע וויזניצער רבי’ס.
View: https://youtu.be/ZsWQ0oMrJpw
 
לעצט רעדאגירט:
רבי יצחק אונגאר ז”ל עם רבו האמרי חיים זצ”ל
IMG_2228.jpeg



קומט פון דא:
IMG_2227.jpeg
 
אודה ה׳ בכלל לבב - רבי יצחק אונגאר ז״ל

Dropbox
 
קאַפּיס פון ר' יצחק אונגאר׳ס רשימה וואו ער פלעגט פארצייכענען אלע זיינע לידער מיט אנעקדאטען ארום די
ניגונים במשך פון 70 יאר.
תשע״א - 15 יאהר צוריק האט ער געהאלטן ביי טויזענט ניגונים!

IMG_2242.jpeg
IMG_2238.jpeg
IMG_2240.jpeg

IMG_2243.jpeg
IMG_2241.jpeg
 
געטראפן! רחם רחם בחסדך יצחק אונגאר - חיים באנעט
26 Racheim.mp3
כ׳האב פארגעסן אז דא אין די קליפ זינגט בנש״ק רבי מאיר אדלער די באוואוסטע ״רחם בחסדך״ פארפּאסט דורך רבי יצחק אונגאר ראש מקהלת וויזניץ און רבי חיים באנעט ראש מקהלת סערט-וויזניץ (נאך אלץ בחור) די ניגון איז איינע פון די ווארימסטע חסידישע ניגונים וואס איך האב געהערט אין מיין לעבן.
View: https://youtu.be/sgkN0dt_JMo?si=szZtN1q98yVYA_A2


די ניגון ״רחם בחסדך״ הייבט זיך אן ביי 7:50

דער וואס האט ארויפגעלייגט די קליפ אויף יוטוב רופט עס ״נוסח וויזניץ ימים נוראים״, כ׳ווייס נישט פארוואס סאיז נאר דא איין שטיקעל פון ימים נוראים, די רעשט איז א קאלעקציע פון שיינע ווארימער וויזניצער ניגונים.

ווען כהאב די ערשטע מאל געטראפן די קליפ האב איך עס אויסגעהערט די גאנצע קליפ איבער דרייסיג מאל אין איין צי ביז איך בין איינגעשלאפן, ווען איך האב מיך אויפגעוועקט, האב איך עס נאכמאל איבערגעשפילט ווער ווייסט וויפל מאל.

וואס זאל איך ענק זאגן? וויזניצער ניגונים ליגט מיר אין די בלוט, איך קען מיך נישט ארויסדרייען דערפון אפילו אויב כ׳וואלט שטארק געוואלט.


אויב איינער ווייסט ווער ס׳האט געמאכט די לעצטע ניגון אין די קליפּ ״ברכינו לשלום״ זאל זיך ביטע לאזן הערן. א דאנק.
 
Back
Top