וויליאמסבורג האט היינט פארלוירן א טייערער איד, פון די קאלעמענטי געגנט, הרב ר' יושע אהרן בערקאוויטש ז"ל, אין עלטער פון 71 יאר, א ברודער פון יבדל לחיים טובים ארוכים ושנים, דער דיין ר' געציל פון קרית יואל. ער איז געווען דער שווער פון ר' חיים בער מייזעלס ז"ל גאר א גרויסער עסקן וגבאי צדקה. ער איז געווען דער מענענדשזער אין פארט העמילטען סאטמאר בארא פארק חדר. שוין די לעצטע יאר צייט וואלגערט ער זיך ארום מיט יסורים אין שפטעלער און ריהעבס. די נירן און אנדערע אברים האבן אים אויפגעהערט ל"ע צו פונקציאנירן געהעריג.
די לווי' מודעה פון ר' שלמה משמש וואס ער שרייבט מיט א פענע נישט זיך צו באנוצן מיט א מאדערענע קאמפיוטער
די קינדער זענען:
אשת ר' מענדיל וואָלף שטערן
אשת ר' מאיר מרדכי קאהן
אשת ר' חיים בער מייזעלס ע"ה
אשת אלעזר זוסיא (בן רחל לרפו"ש) קליין
מרת גוטמאן
בנו יחיאל מיכל
דאס איז שוין דער צווייטער ברודער פונעם דיין ר' געציל וואס איז נפטר געווארן, יענער איז אויך געווען א איינגעשטעלטער אין סאטמאר פארט העמילטאן חדר, אלץ מלמד, רבי פנחס יוסף ז"ל, ער האט אויך געוואוינט אין וויליאמסבורג אין די פראזשעקטס אויף דעוויזשאן. עס איז דארטן דא נאך א ברודער וואס לעבט נאך, וואס וואוינט איצט אויך דארטן, און אן אנדער ברודער איז הרה"ח רבי אברהם ישי בערקאוויטש שליט"א פון וויליאמסבורג, דער וואס נעמט קער פון די וויליאמסבורגע 'תומכי שבת', רבי אברהם מרדכי פאלעטשעק זצ"ל'ס שבת פעקלעך חלוקה פאר ארימע וויליאמסבורגער איינוואוינער. ער איז אויך פון די קרן הצלה ויטב לב דירושלים עיה"ק אויפזעהער.
די אלע בערקאוויטש ברודערס זענען זייער שטארקע נאבעלע מענטשן, גאר הויכע, אבער פירן זיך זייער בהכנעה ובעניוות צו יעדן איינעם, ווי דער דיין ר' געציל שליט"א; מיט א אייביגע "שמייכעל"!...
דער נפטר איז אויך געווען גאר א נאבעלער מענטש וואס האט געמאכט א געוואלדיגע גוטע רושם אויף יעדן איינעם, פון גרויס ביז קליין, קינד און קייט, איבערהויפט אויף די ילדי תשב"ר וואס האבן זיך צוגעזעהן צו זיין עבודת הקודש שטענדיג מיט אזא רואיגקייט און געלאסנקייט, נישט קיין חילוק וואסערע סארט דרוק עס האט געהערשט אין זיין תפקיד צו אנפירן דעם מוסד הקדוש.
זיין זכרון וועט שטענדיג לעבן ווייטער מיט אונז; אמן!