ברויך עסן בכלל האבן א השגחה אין פארגעשריטענע לענדער?

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
760
רעאקציע ראטע
3,052
הרב יצחק עבּאדי מחבר שו"ת אור יצחק א באקאנטער פוסק אין לייקוואד. געווען א מקורב ביים חזון איש, בּיי די ניינצן יאר האט עם דער חזון איש געשיקט לערנען צו הגאון ר' אהרן קאטלער קיין לייקוואד ווי ער האט ג'שמ'ט מיט זיין גוטן זכרון און התמדה רבה, און עווענטואל אינטער די פירערשאפט פון הרב קאטלער געווארן דער אפיציעלער פוסק אין די שטאט לייקוואד און אפילו פון ר' אהרן קאטלער'ס שטוב האט מען געשיקט צו עם אנפרעגן שאלות. עטליכע פון זיינע באקאנטע תשובות זענען נישט אין ליין מיט די מעין סטריעם און האט ארויסגעברענגט קאנטרעווארסיע, און קען זיין טאקע דערפאר, האט עם די מעינסטריעם איגנארירט אלץ פוסק אבער למעשה רוב דיינים אין לייקוואד זענען זיינע תלמידים. אויך איז באקאנט זיין קיצור ברכות המזון וועלכעס איז באזירט אויף ראשונים ספעציעל אויפן רמב"ם וועלכער ער האלט איז לכתחילה אויסגעהאלטן.

פאר בערך פינף און פערציג יאר צוריק האבן זיך זיינע פינף זוהן צאמגענומען און לכבוד פסח ארויסגעגעבן א ליסטע פון אלע פראדוקטן וועלכע זענען כשר לפּסח וועלכע זענען באזירט אויף הרב עבּאדי'ס אנווייזונגן. אין 2020 האט זיין זוהן ר' אהרן מיט די גוטהייסונג פון זיין טאטען און ברודערס געגרונדעד א וועבזייטל אין וועלכעס עס איז אויך פארהאן א Q&A פארום וואו ער געבּט זיך אפּ מיטן ענטפערן כל מיני שאלות בנוגע עסן. ווי אויך זענען פארהאן אויפן וועבּזייטל נאך פארשידענארטיגע הלכות וועלכעס ס'איז נוגע טאג טעגליך. די מאטא פונעם וועבּזייטל איז keeping kosher without the pain די תשובות זענען באזירט אויף די אנווייזונגן פון זייער פאטער הרב יצחק עבּאדי.

די שו"ת זענען בדרך כלל געשריבן אין א וועג פון מ'מעג צו מ'טאר נישט אבער עטליכע מאל גייט ער יא אריין אביסעל טיפער און געבּט יא צו פארשטיין די עומק הלכה, אבער ווען מ'ליינט דורך א דרייסיג פערציג פון זיינע ענטפערס כאפט מען דעם מהלך אין וואס ער גייט. זיינע תשובות זענען בכלל נישט באזירט אויף קיין הכשרים און ער וועט קיינמאל נישט אריין גיין צו א השגחה איז וואליד אדער נישט, נאר אויף די אינגרידיענס און די מציאות הדברים וויאזוי זאכן זענען געמאכט געווארן.

כ'וועל צוברענגן עטליכע עקזעמפּלארן, ער האלט אז גרעיפּ דזשוס פון פארגעשריטענע לענדער ברויך בכלל נישט האבּן קיין השגחה ווייל ס'איז פּעסטורייזד.

אויף גבינות עכו"ם האלט ער אז רוב טשיזעס היינצוטאגס גייט נישט אריין אינטער די גזרה פון גבינות עכו"ם.

אלעס וואס איז קלאסיפיצירט אלס Vegetarian ד"ה עסן וועלכע זענען געמאכט געווארן מיט פּלענט פוד, טשיז, אייער אדער האניג, דהיינו מ'ברויך נישט אומברענגן א בעל חיה דערפאר ברויך ניטאמאל קיין הכשר אפילו ווען ס'געמאכט געווארן אין א נישט כשר'ע רעסטוראנט, אדער פאבּריק און מכש"כ עסן וועלכע זענען קלסיציפירט אלס Vegan ברויך זיכער נישט קיין הכשר ווייל ס'איז סך הכל פּלענט פוד.

אויך האט ער דארט עטליכע תשובות וויאזוי זיך אומצוגיין אויב וויל מען עסן אין נישט כשר'ע רעסטוראנטן אבער נאכאלץ זיך פירן ווי א שותומ"צ און מקפיד זיין אויף כשרות. יא ס'איז שטארק מעגליך אזא געדאנק לויט עם.

ועוד ועוד גאר אינטערעסאנטע תשובות לגבי פסח און פאר א גאנץ יאר. אויך האט ער דארט כשרות ליסטע פאר פסח און אלל יער ראונד.

ליינט און האט הנאה און בּיטע נישט פארגעסן צו קאמענטירן און פליז נישט אריינברענגן קיין פרעמדע שמועסן וועלכע קענען פארדרייען דעם אשכול
 
זייער שיין!

געוואלדיגע אוצרות. ס'פילט אזוי אויטענטיש ווען מען גייט צו דערמיט מיט א ראציאנאל אפענע בליק, און נישט וועלכע הכשר/רבי טראסט איך יא אדער נישט.

שכוח פארן צוברענגען.
 
שכוח פארן צוברענגען, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים.

די פראבלעם וואס איך האב מיט די אלע וואס געבן ברייטע היתרים אויף אלע עסנס, איז אז איך ווייס נישט צו יענער איז בכלל באקאנט מיט די מציאות הדברים. זיין א גוטע בעל מכשיר האט כמעט זיראו צו טון מיט קענען גוט לערנען. אוודאי דארף מען קען הלכות אבער עס האט אסאך מער צוטון מיט פארשטיין צו פראדאקשען.

ווי שטארק איז ער באהאוונט אין די נושא?
 
ער וועט קיינמאל נישט אריין גיין צו א השגחה איז וואליד אדער נישט, נאר אויף די אינגרידיענס און די מציאות הדברים וויאזוי זאכן זענען געמאכט געווארן.
גיי אריין אינעם וועבזייטל, ליין, קענסט אויך קאמיוניקירן מיט עם דירעקטלי, און זאכן וועלן זיך דיר האפענטליך אויסקלארן
 
און עס הייסט מבושל אדער ס'הייסט נישט קיין וויין?
דו רעדסט פון דעם לעגאלן טערמין פון וויין?
יין מבושל הייסט אויך וויין. אבער אין הלכה איז יין מבושל נישט אינטער יין של גוי אדער סתם יינם. אויב די גרעיפ דזשוס איז פעסטורייזד איז מער נישט פארהאן די פראבלעם פון סתם יינם אדער יין נסך
 
דו רעדסט פון דעם לעגאלן טערמין פון וויין?
איך האב געמיינ להלכה צו ער האלט אז גרעיפ דזשוס וואס קען נישט ווערן א משקה המשקר הייסט נישט יין
אויב די גרעיפ דזשוס איז פעסטורייזד איז מער נישט פארהאן די פראבלעם פון סתם יינם אדער יין נסך
און גוים רירן נישט צו פאר מען פעסטורייזט
 
דו רעדסט פון דעם לעגאלן טערמין פון וויין?
יין מבושל הייסט אויך וויין. אבער אין הלכה איז יין מבושל נישט אינטער יין של גוי אדער סתם יינם. אויב די גרעיפ דזשוס איז פעסטורייזד איז מער נישט פארהאן די פראבלעם פון סתם יינם אדער יין נסך
פון די אנדערע זייט איז טאקע דא א גרויסע שאלה צו ס'עקזיסטירט בכלל היינט צוטאגס וויין וואס איז אינו מבושל.
 
דו רעדסט פון דעם לעגאלן טערמין פון וויין?
יין מבושל הייסט אויך וויין. אבער אין הלכה איז יין מבושל נישט אינטער יין של גוי אדער סתם יינם. אויב די גרעיפ דזשוס איז פעסטורייזד איז מער נישט פארהאן די פראבלעם פון סתם יינם אדער יין נסך
אינטערסאנט צו הערן. בד״וו Snapple האט עטליכע פלעוואור׳ס וואס פארמאגן נישט קיין OK הכשר,
grape - fruit punch אין עטליכע מער, איך מיין די סיבה דערפון איז וועגן יין נסך, זעהט אויס אז OK נעמט נישט אן הרב עבאדי׳ס קולא
 
סאו, מעג איך עסן היבּרו נעשׁאָנעל פרענקס לויט איהם?
פארוואס נישט? אפילו נישט לויט איהם לויט יעדן סך הכל איז עס נישט גלאט! און כ'האב פאר דיר נייעס אז דיינע זיידעס און באבעס האבן אויך נישט געגעסן גלאט פלייש א חוץ אויב דו ביסט פונקט א בנשק"ל פון עפעס א רייכע רעבישע דינאסטיע וועלכע האט יא גרינגערהייט געקענט צוקומען צו גלאט פלאש
 
אינטערסאנט צו הערן. בד״וו Snapple האט עטליכע פלעוואור׳ס וואס פארמאגן נישט קיין OK הכשר,
grape - fruit punch אין עטליכע מער, איך מיין די סיבה דערפון איז וועגן יין נסך, זעהט אויס אז OK נעמט נישט אן הרב עבאדי׳ס קולא
קוק, דאס אז פּעסטורייזד איז נישט יין נסך מער איז נישט הרב עבּאדי'ס קולא, ס'איז א פשוטע אנגענומענע היתר ביי יעדן, נאר קען זיין אז די וועלכע געבן א הכשר ווילן נישט אז מ'זאל מיקל ערגעץ אנדערש, כאילו ווי צו מאכן א גדר אדער עפיס אזוי
 
שכח @דער גאלדענער אדלער
ווי סאך באוליאינג האט רביה"ק זי"ע אריבער פונעם אשכול איבער OU אין ק"ש... (די באולי הודעות זענען שוין פארמעקט...)

כ'זיך א מקור צום היתר צו עסן פיצא און פרענטש פרייז אין א גוישן געשעפט.
 
גיי ניץ דיינע פינגערס אויפן קיבארד און טייפּ אריין דעם וועבזייטל מאך א סוירטש און ס'וועט דיר ליכטיג ווערן
 
און גוים רירן נישט צו פאר מען פעסטורייזט
נישט ביי קאמערציעלע קאמפאניס אין פארגעשריטענע לענדער
דאס איז א גוטע ביישפיל פון טעכנישע דעטאלן וואס מען דארף וויסן אויף צו קענען גוט אדורכטון א שאלה להלכה.

ווייסט איינער צו ער איז אויסגעקאכט דערין?
 
ווייסט איינער צו ער איז אויסגעקאכט דערין?
כ'מיין די בעסטע וואלט געווען דו זאלסט דיך פארבינדן מיט עם דירעקטלי ווייל פון ארום קרעמלן דא וועסטו נישט וויסן
 
Back
Top