- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 998
- רעאקציע ראטע
- 4,517
היינט אינדערפרי ווארט מיר אפ א מעסידש אויף וואטסאפפ פון א טייערע חבר, וועמען איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן צו כאפן א בליק אויף די פילע אוצרות וואס מ׳קען טרעפן דא אין קרעמל - פאר יעדן לויט זיין געשמאק.
*א דאנק @דער גאלדענער אדלער פאר׳ן עפענען אזא וויכטיגע שנירל ווי דער יו״ט פון מיסטראסט- וואס האט געהאלפן מיין חבר און אויך אינספירירט ער זאל אביסל אויסגיסן זיין הארץ
אט זענען זיינע ווערטער (איך טייל עס מיט נאר מיט זיין רשות אוודאי) כ׳האב עס פשוט copy pasted:
״זייט האסט מיר געוויזן קרעמל, בין איך שוין אפאר מאל צוריקגעגאנגען דארט ליינען נאך.
איך האב זיך באגעגענט מיט א שנירל וואס האט געפענט מיינע אויגן אזוי ווי קיינמאל בעפאר.
זייער אינטעליגענט געשריבן, זייער צום פינטל.
זייער שפיציג און שטעכיג אבער מיט רעספעקט.
איך פיל דא א בחינה פון איינעם וואס האט הערשט היינט דעם ערשטן מאל פארזוכט דעם טעם פון כ'ל ב'איה ל'א י'שובין.
איך שטעל האסטיג אפ דאס ליינען דעם שרעקליכן 'סם', אוי רבונו של עולם, "איך קען זיך נאך צוריקדרייען אדער דאס איזדאס? בין איך שוין סייווי 'פארבוכד' אינ'ם ספר הרשעים אינטערן קעפל "ביכל"?
אוי וויי! בין איך שוין דערנאך?
ניין! איך קען נאך ארויסגיין! דער יצר הרע רעדט מיר איין אז איך בין שוין 'דערנאך' איך פייף מיך אן אויף אים! איך בין נישטדערנאך איך קען מיך יעצט אפשטעלן 'און שוין'!!!
זעהט אבער אויס אז 'דער פארשאלטענער ביכל' האט שוין אויפגעטון דאס זיינעגס ווייל איך טרעף זיך ווייטער לעקן די האניג און זיך אנטרונקען די דארשט מיט די דברי הוי"ה חיים פון איין זאפטיגע תגובה צום נעקסטן.
מיין תגובה איז:
נישט לייגן די אויגן גלעזער אויפן פסחדיגן טישטאך.
זיך דערשטיקן מיט זויערע בארשט אויף וועלכע מען ארבעט שוין זייט ראש חודש.
אליינס קראכן צענדליגע פונט ניס און אליינס צעמאלן.
נישט ניצען א האנטוך וואס איר כנף האט אנגערירט דער ערד.
יותר זיין מרור מיט צוויי פולע כזים פון ביידע מינים און היסן ביז בליט.
אויך אזעלכע וואס זענען געצווינגען צו טינקען די חלה אין פיש זאפט מיט די בלויזע הענט אין נאכדעם נאך עסן דעם זאך, טאקע דעיע וועלן פסח זיין געצווינגען צו עסן פיש דווקא יא מיט א גאפל און ח"ו נישט טינקען די חלה אנטשולדיגט איך מיין דימצה אין די קאטשעניו.
איך כאפ זיך יעצט... די סברא גייט אזוי: וויבאלד עס קען מעגליך זיין אז א איציפיצי פארברענטע ברעקל אש קלעבט ערגעצוויצווישן די שינעס פונ'ם פינגערפרינט, און דערנאך קען מעגליך זיין א טראפ פיש זאפט וועט אנרירן דעם דעם פארהאסטןברעקל און מיט דעם וועט זיך שלא כל פי דרך הטבע פלוצלינג נעמען שפראצן פרישע ייסט (הייווען) און פון דארט ביז אגאנצע חמצדיגע בעקעריי אויף מיין שפיץ פינגער איז שוין א קאצ שפרינג...
נאך חומרה'ס:
די פרויען מעגן זיך מישן, די מענער נישט. (איך געדענק נאך זיידיס צויי שפיזיגע אויגן ווען איך האב אים געפרעגט "פארוואסטאקע".
ניצן נישט זילבער, נאר גלאז (וועגן בליעות).
נישט ניצען "זילבער פעפער" (סילווער פואועל) ווייל מען קען עס נישט כשר'ן.
נישט ניצען 'בעקעלעך' נאר אויב ס'האט א כשר לפסח הכשר, נאכן גראסערי דארפסטו גיין צום כלים מקווה טובל'ן נאכדעםדארפסטו גיין שטיין א שעה אין ליין ביי הגעלת כלים צו קענען צאלן $6 פאר יעדע בעקעלע וואס דו דארפסט כשר'ן
אוי! מצות! ביי אונז עסט מען נאר בני תורא מיט אריזאנע ווייץ און ביים שכן עסט מען דווקא די חמץ גמורדיגע ווייץ.
נישט אריינלייגן איין טעלער אין צווייטן גאנץ יו"ט ווייל אפשר האט זיך א ברעקל מתדבק געווען מיטן תחתית הכלי?
בלומען אום פסח איז קרוב לוודאי חמץ
נישט עסן ביים שכן אן עפעלע וואס קומט פון זעלבן חלוקה ווי מיינע אייגענע עפעל, מיין מעג איך יא, זיינע נישט, ווייל? אה... ווייל ס'ווענדט זיך ווי דער חמר איז איינגעשטאנען בשעת כל חמירא'
נישט טרינקען סעלטזער ווייל ס'הייסט זיך געמישט.
ביים רבי'נס טיש הייסט נישט זיך געמישט טראצדעם וואס איך קען דעם קעכער פערזענליך און איך ווייס אז פארן רבי'נסוועגןקראצט אים די ריקן בטעות לעבן די סוויט"ש כדי די רבי זאל ח"ו נישט בלייבן אן לייט.
נאכן וואשן און קראצן די בענקלעך מיט או. סי. די. נאך אלס ציעט מען זיי איבער.
אוי! די רשעות'דיגע 'ווייניגער ווי א כזית כרפס'
קינדער טארן ח"ו נישט זיין לעבן טאטען אויפן היסב בעט ווייל זיי גייען ארויף מיט די שיך וואס האט אנגערירט דער ערד וואסהאט אנגערירט א ברעקל חד גדיא חד גדיא
מען גייט נישט חול המועד האלטן וועגן תערובות אדער וועגן מען קען שמעקן גויאישע ספק קטניות פאפ קארן.
מען פארברענגט די צייט ביים פעטע\ברודער אבער מען מישט זיך נישט מיט א שלינג וואסער
שוין גענוג גערעדט, איך גיי צוריק צום אנהייב שנירל און איך הייב אן נאכאמאל איבערליינען די זיסע תגובות, תגובה תגובה.
דערוויילס דא האסטו די לינק״

די גמ' אין מס חגיגה סוף פונעם צווייטן פרק און דעם גאנצן לעצטן פרק ארבייט די גמ' אריין איבער הלכות טומאה וטהרה און ווי ס'מאכט אויס צב"ש לגבי תרומה און קדשים און ווי אויך לגבי אנדערע זאכן ווי למשל מי חטאת וכו' אויך ארבייט די גמרא אריין דארט איבער חברים ווס. עמי הארצים וואס מ'האט אלץ גוזר געווען אלץ טומאת עם הארץ, פארוואס און ווי ווייט ס'גייט, אבער נאך אלע טראסט אישוס וואס איז געווען פון די חברים קעגן די עמי הארצים איז געווען אבער געוויסע זמנים וואס דאס איז געווען די דריי ימים טובים, פסח, שבועות, און סוכות, וואס דאן זענען אלע אידן ארויף געגאנגן קיין ירושלים צום בית המקדש עולה רגל זיין, וואס...
- דער גאלדענער אדלער
- ענטפערס: 43
- פארום: הלכה