it’s not about
יא אדער נישט זיך רעכענען
די שאלה איז, וויפיל כח זיי האבן צו איגנארירן די קאפ ווייטאג וואס מ׳מאכט זיי
כ׳וועל דיר געבן א ווילדע ביישפיל,
אין די צייט פון covid האט זיך געעפנט א פאדקעסט וועגן
געשיכטעס פון מענטשן וואס זענען ארויס פון די סיסטעם אנגעפירט פון צוויי עקס ליובאוויטשע דאכצעך, און זיי האבן זיך אוודאי נישט געקימערט מיט רבנים, זיי זענען אנגעגאנגען פעסט א שטיק צייט און אפילו באקומען death threats אבער זיי האבן חוזק געמאכט דערפון און אנגעגאנגען ווייטער. די חברה וואס האבן desperately געוואלט זיי אפשטעלן האבן אבער צום סוף געטראפן טאקטיקן זיי שטיל צו מאכן. און היינט איז נישט נאר זייער פאדקעסט פארשווינדן געווארן (ווי געווענטליך, אויב א פאדקעסט הערט אויף ארויסגעבן עפיזאדס ווען ס׳נישט גענוג profitable פאר זיי) נאר אלע זייערע רעקארדירטע אינטערוויוס זענען פארמעקט געווארן פון יעדע פלאטפארעם וואו זיי האבן ארויפגעשטעלט זייער פאדקעסט. go figure