bshow_up

1yes

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2024
מעסעדזשעס
201
רעאקציע ראטע
527
Login • Instagram
יעצט געזען,
האפענטלך איז דאס א גיטע אנהויב צו א נייע עפאכע

1735768393046.png
 
איינער מיט דעטאלן ביטע?

וואס? פאר וועמען? ווער פירט אן? וואס איז די געדאנק/ציל?

איז עס אזא פוטסטעפס ארגעניזאציע פאר עקס אדער סעמי-חסידים? איז עס א Genuine געדאנק אריינצוברענגען מער אפציעס אין דעם פארהאקטע שידוכים סיסטעם? איז עס דא אפ-צוטון אדער אויפ-צוטון?
 
כ'האב א פילינג עס גייען זיין פילפאכיג מער מענער...

אחוץ אויב זיי האבן זיך באווארענט פון פאראויס און אויסגעשטעלט עס זאל זיין א פופציג פופציג ראשיאו.
 
כ'האב א פילינג עס גייען זיין פילפאכיג מער מענער...

אחוץ אויב זיי האבן זיך באווארענט פון פאראויס און אויסגעשטעלט עס זאל זיין א פופציג פופציג ראשיאו.
אלע דעיטינג עפפס זענען בערך זיבעציג פראצענט מענער און דרייסיג פראצענט פרויען, אזוי ארבעט דעיטינג די מענער זענען מער דעספרעט, אדער ווי די גמרא זאגט שוין (העכערע זאכען שטייט זיך) דרכו של איש לחזור על אישה, (זעהט אויס אז טב למיתב טן דו איז טאקע נאר א משל שהנשים אומרות על בעל כל דהו, אבער ווען ס׳קומט צום נמשל זענען זיי ניט צים האַבּן) ואין דרכו של אישה לחזור על איש, למעשה ארבעט עס אויף טינדער ודעימיה פארוואס זאל עס נישט ארבעטען ביי אונז?
 
RSVP דארף זיין פאר פרי?
 
וואסי פשט אז פרויען איז היפש ביליגער? אין קלאב פארשטיי איך, אבער דא?
 
ווייל די מענער איז זעהט אויס דא א גרעסערע פארלאנג
 
מיט דעם אלעם וואס מען האט עס געמאכט ביליגער פאר פרויען איז עס נאכאלץ נישט גלייך אויף גלייך.
 
RSVP דארף זיין פאר פרי?
איך גלייב אז איינער וואס איז גרייט צו אינוועסטן - קומט טאקע ענדערש אָן אהין מיט אן ערנסטקייט. ס׳מאכט סענס to me אז ס׳נישט אומזיסט.

איך האף נאר אז די אנטוישונג וועט נישט זיין ביטער אויב ס׳איז אזויווי אנדערע ביזנעס mingling events וואס רייסן סתם די זיבעטע הויט פאר די ״זכי׳ אנטייל צו נעמען״ און דערווייל זענען נישט אלע ארויס צופרידן מיט די רעזאלטאטן
(כ׳מיין נישט צו זאגן אז מ׳קען ever יעדן איינעם צופרידנשטעלן-
אבער כ׳האף אז דא איז טאקע די ציל צו סערווירן און העלפן, נישט סתם אויסצוניצן אן opportunity פון מענטשן׳ס desperation צו מאכן געלט - אָן אריינלייגן די נויטיגע מיה אז אזא event זאל טאקע העלפן ווי מער.)
 
ווייל די מענער איז זעהט אויס דא א גרעסערע פארלאנג
איז דאס נישט קיין גראבע ראסיסעם? אויב איז דא א גרעסערע פארלאנג וועט עס אויסגיין שנעלער אבער בעטן מער פון איין דשענדער אויפן צווייטן??
 
  • לייק
רעאקציעס: 1yes
איז דאס נישט קיין גראבע ראסיסעם? אויב איז דא א גרעסערע פארלאנג וועט עס אויסגיין שנעלער אבער בעטן מער פון איין דשענדער אויפן צווייטן??
ס'איז פאר די טובה פון די מענער.

אויב זאל עס זיין איין פרייז וועסטו קענען האבן א בעשוי מיט א צווייטע מאן...
 
א באשוי צו טרעפן מיט א מיידל גייט קאסטן געלט?
ניין, דא רעדט מען פון א נייע איידיע וואס מ׳מאכט א גרויסע event ווי אסך מיידלעך & בחורים פון חסידישע שטובער, קענען קומען און זיך טרעפן צו זעהן אויב זיי קליקן מיט איינעם - וועמען זיי ווילן דערנאך דעיטן

אריינצוגיין צו יענעם זאַל און זיך באטייליגן אין יענעם event קאסט געלט, ווי אויך דארף דער בחור אדער מיידל זיין איבער 25
 
  • לייק
רעאקציעס: 1yes
Back
Top