ענדליך ענדליך
האב איך גענדיגט דאס ערשטע כוואליעס
טאקע אתרוגים נאך סוכות, אבער דאך האב איך עס געדארפט ליינען אלס א איינער וואס ליידט אויף Wissensgier....
א גרויסן דאנק מיסטער
@כוואליעס אויף אהער צושטעלן אזא ערליכן גליון
א דאנק רבינו ר'
@פעדער פאר די שיינע און רייכע ארטיקל
מאי חנוכה
זייער שיין און באלערנדיק, נאר א שאד אז אזוי קורץ, איך האלט אז אזא ארטיקל וואלט געדארפט זיין א חלק א'
אויב נישט אין כוואליעס עכ"פ דא אין קרעמל, קענסט ווייטער אנגיין אויך נעקסטע יאהר אבער זאל זיין א המשך
@וואלווי עס מיך מוזן מוחל זיין, ווייל די חלק השיר, איז ביי מיר לויט תקופות, יעצט נישט
סארי אפשר וועל איך עס נאך אמאל משלים זיין
@יוסף גאלד א געטרייען טאטע׳ן האסטו…
@קדשים קלים לו יהי, גוטע זאכן קען מען לערנען פון יעדעם - איזהו חכם הלומד מכל אדם
@י. ג. זייער שיין געשריבן, איך האב נאר נישט פארשטאנען די חילוק ציווישן מערי׳ס צימער צו אל תדין.
די פשט וואס איך האב אייביג געוויסט און געלערנט, איז אז דו קענסט נישט דן זיין ביז ווען די וועסט וויסן גענוי אלעס וואס יענער גייט א דורך, און וואס זענען זיינע כוחות און זיינע שוואכקייטן, און ווי קען א מענטש פארשטיין באמת א זאך טאמער ער גייט עס נישט אליין דורך - עס דארף דאך זיין למקומו אויף זיין פלאץ…
רב
@יששכר כץ איר וועט מיך אויך מוזן מוחל זיין, איך ליג שוין נישט היינט אין די זאכן…
@אפענער אויף דיין ארטיקל האב איך רעגירט במקומו הראוי לו
און נאך אמאל א דאנק
@כוואליעס, אויף די שיינעם גליון כן ירבה וכן יוסיף