בשורה טובה: א ניי בלעטל!

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
2
רעאקציע ראטע
76
מיר זענען גאר פרייליך צו אנאנסירן די ערשיינונג פון א גאר שיין, ניי בלעטל וואס מיר גרייטן זיך ארויסצוגעבן, צוזאמגעשטעלט פון די סאמע בעסטע קרעמל שרייבער און נאך גאר אויסגערופענע אנשי שם.

דאס נייע בלעטל, פריש ארויס פון אונזער קרעמל צו אוהבי חכמה ומדע אין דער היימישער אידיש רעדנדער וועלט, גייט מאכן "כוואליעס" דעם שבת חנוכה, שטייט אלע גרייט ביי די פרינטערס פאר דעם אימעיל וואס וועט אנקומען אין אייער אינבאקס מארגן פרייטאג אי"ה! עס איז א קורצער טאג, היום קצר והמלאכה מרובה, אבער מי שטרח יאכל — אויף דעם לאנגן פרייטאג צו נאכטס וועט איר האבן וואס צו ליינען און לערנען.

זייט גרייט! היכונו!
 
ביטע עס שיקן גענוג פרי פאר די אידן מעבר לים...

די זמן אין ענגלאנד איז 5 שעה פריער ווי אין ניו יארק
אין אייראפע איז עס 6 שעה פריער
און אין ארץ ישראל איז עס 7 שעה פריער

מ'דארף אויך געדענקען צוצורעכענען די צייט פון אנגרייטן און צינדן די חנוכה לעכט...

יישר כחכם - מ'קוקט ארויס דערויף
 
שטורעמישע כוואליעס, רוישיגע כוואליעס, ברויזענדע כוואליעס!

נביאישע כוואליעס...
פארנעפלטע כוואליעס...

כוואליעס פון שמחה, כוואליעס פון חכמה, כוואליעס פון אלע מינע מים רבים אדירים!

יעדער כוואליע וויל אייננעמען די וועלט
אבער על כל גל וגל נעניתי לו ראשי

דער עיקר איז די שטילקייט ציווישען די כוואליעס!

יישר כחכם פאר יעדער וואס נעמט א טייל אין דעם!
❤️❤️❤️
 
מיר זענען גאר פרייליך צו אנאנסירן די ערשיינונג פון א גאר שיין, ניי בלעטל וואס מיר גרייטן זיך ארויסצוגעבן, צוזאמגעשטעלט פון די סאמע בעסטע קרעמל שרייבער און נאך גאר אויסגערופענע אנשי שם.

דאס נייע בלעטל, פריש ארויס פון אונזער קרעמל צו אוהבי חכמה ומדע אין דער היימישער אידיש רעדנדער וועלט, גייט מאכן "כוואליעס" דעם שבת חנוכה, שטייט אלע גרייט ביי די פרינטערס פאר דעם אימעיל וואס וועט אנקומען אין אייער אינבאקס מארגן פרייטאג אי"ה! עס איז א קורצער טאג, היום קצר והמלאכה מרובה, אבער מי שטרח יאכל — אויף דעם לאנגן פרייטאג צו נאכטס וועט איר האבן וואס צו ליינען און לערנען.

זייט גרייט! היכונו!
כ'האף וועסט עס שיקן פאר חצות
עס צו קענען פרינטן אין אפיס 🙈
 
כ'האף וועסט עס שיקן פאר חצות
עס צו קענען פרינטן אין אפיס 🙈
פאר דעם מעגסטו בלייבן אין אפיס נאך חצות, אזוי ווי ערב שבת מעג מען צוגרייטן פאר שבת אפילו פאר'ן דאווענען
 
דער עיקר איז די שטילקייט ציווישען די כוואליעס!
נאך בעסער און רואיגער איז ארויסצוקריכן פון די מים הזידונים און הנאה האבן פון די שיינע, געשמאקע פאנאראמע זיצענדיג אויסגעשטרעקט אויפן ביעטש טשעיר סעקיורד אויף סאליד גראונד 😊
 
נאך בעסער און רואיגער איז ארויסצוקריכן פון די מים הזידונים און הנאה האבן פון די שיינע, געשמאקע פאנאראמע זיצענדיג אויסגעשטרעקט אויפן ביעטש טשעיר סעקיורד אויף סאליד גראונד 😊
והיינו דכתיב @בתוך עמי אנכי יושבת?🤣
 
ביום שיצאה 'כוואליעס' לאור הזדעזע הארץ ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה ויצאה בת קול ואמרה, 'נוח להם לבריות שכבשו את העבדות ופרסמו את נס החרות' בחנוכה נצחו ובחנוכה עתידין לנצח תחזיק חזק עלה קטן שלי.

אין גלים אלא תורה כמו שנאמר גל עיני ואביטה וגו' ואין תורה אלא חרות כמה דאתמר אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.

א הערצליכן דאנק פאר אלע וואס האבן אנטייל גענומען אין אהערשטעלן די כוואליעס.
האפנטליך וועט דאס האבן א לאנגן קיום עד ביאת ינון אמן.
 
איך האב באקומען די אויסגאבע אין אימעיל בין איך אהערגעקומען קוקן פון וואס מען רעדט.
יש"כ פאר די ארויסגעבער.
איך האף צו עס קענען ארויסדרוקן פאר שבת.
 
די אימעיל איז שוין געשיקט געווארן!!

ליינט, האט הנאה, און טיילט מיט די לינק אדער אימעיל מיט אייערע פריינט!
קליקט דא פאר א דירעקטע לינק צו בלעטל

זיך ארויפצוסיינען פאר די אימעילס פון די קומענדיגע אויסגאבעס, ביטע שיקט אן אימעיל צו [email protected]

מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר אחינו תושבי ארץ ישראל ואייראפע אז עס איז געשיקט געווארן אזוי שפעט, מיר האבן געהאט פארשידענע עיכובים אבער האפענטליך די קומעדיגע אויסגאבע וועט ארויסקומען פריער אין די וואך.

אזויווי עס איז אריינגעקומען מער ארטיקלען ווי געראכטן און מיר האבן נישט געוויסט וואס צו שניידן ערשט אלזא האט די רעדאקציע באשלאסן ארויסצולייגן א פארגרעסערטע בלעטל לכבוד שבת חנוכה און צו פייערן דאס ארויסקום פון אונזער ערשטע בלעטל. די קומענדיגע בלעטלעך האפן מיר צו האלטן אין א קלענערע פארמאט כדי עס זאל זיין גרינגער ארויסצוגעבן תמידין כסדרן.

די קומענדיגע בלעטל איז געפלאנט אויף פרשת בא שבת מברכים שבט לכבוד שובבים און חמשה עשר בשבט. די דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען פאר די קומענדיגע אויסגאבע איז דאנערשטאג וארא יאנואר 23 למספרם. מיר קענען נאר אננעמען ארטיקלען וואס זענען גרייט צו דרוקן.

די אימעיל אריינצוגעבן ארטיקלען אדער הערות איז [email protected] אדער שיקט אונז מעסעדזש דא אויף ״קרעמל״

עס קוקט אויס אז דזשימעיל שיקט די אימעיל צו junk אדער promotions, אלזא וואלט געווען א גוט זאך ווער עס קען זיך אנשטרענגען און אנצייכענען דעם אימעיל אלץ not junk און move to primary tab. אויב אסאך סובסקרייבער וועלן דאס טון וועלן די אימעיל סערוויס פראוויידערס אריינשיקן די צוקונפטיגע אימעילס צו די פריימערי פאלדער.
 
א בליק געטון
כ'קוועל און שטוין

שלום עליכם מיט עניוות
טייערע ליינער, דו ביסט-עס
אין דיר ווענד זיך כוואליעס

@פעדער רעדט היסטאריע
זאלט עטץ וויסן מאי חנוכה

@וואלווי זאב טורף
כאש המזבח שורף

חיים גאלד רעדט ווינדער
שפיר די הנאה פון דיינע קינדער

חול המועד דורך @קדשים קלים
אזא חילוק בין ישראל לעמים

לדון תמניע
למקומו לא תגיע
(י.ג.)

לסבור לטב
שאל את הרב
(ר' @יששכר כץ)

@אפענער אהן בייעס
מיסטעריעזע קמיעות

@אלפא פארוואס
ווייל אזוי איז דאס

יאסל, ליפא און סנדר
רבישע תאוות פון אביגדור

א הערצליכן דאנק פאר אייך אלע
גיימער ליינן ביים לכה דודי לקראת כלה


גוט שבת
 
Back
Top