די אלע זאכן וואס די שרייבסט אויף טראמפּ אז ער גייט עס נישט טוהן
ס'זעהט אויס ווי די זאגסט אז ער דארף עס ווען יא טוהן
זאג איך ביידען קען עס יעצט טוהן און טוט עס נישט
אקעי, מ'קען נישט ערווארטן פון קיין איין פאליטישן אויסצופירן יעדע לעצטע זאך, די שאלה איז האט ער געזאגט ווי געטוהן, און ביידן האט גאנץ פיין דעליווערט.
א מלחמה אין אוקריינע האט אויך אונטערגעברענגט דווייט דזשימי קארטער אפילו אויסער דעם איז ער געווען גאנץ גוט
רוב זאכן האט ער געטוהן און נאך אסאך.
געהעכערט טשיילד טעקס קרעדיטס
געגעבן עלעקטראנישע אויטא'ס טעקס קרעדיט
ווי נאכגיין פרייס גאודזשינג דורך עטליכע אופנים ווי דזשאנק פי'ס פון בענק אדער קרעדיט ביורא'ס וואס מ'האט זיי געצווינגען עס צו נידערן, און קאמפאני'ס ווי סיריוס עקס-עם צו מאכן סופקריפשנס גרינג צו קענסל'ן נישט האלטן דעם קאנסומער האסטידש מיט זיבעצן אפערס אדער לאזן ווארטן אויף האלד..
געבלאקט מערדזשערס פון גרויסע קאמפאני'ס געסוט מאנאפאלי'ס ווי עמעזאן, גוגל, און לייוו נעישן - זיי ספעציפיש איבער הויעכע טיקעט פרייזן נאך די טעילאר סוויפט טיקעטמעסטער זייטל קראך. ווייטער זאכן וואס מאכן אויס פאר מיר און דיר מענטשן, כ'פארשטיי די פרומע גייען נישט צו קאנצערטן ני שוין זאלן זיי נישט גיין... אבער ס'אפעקטירט קליינע נישט פאליטישע מענטשן ביי די רעכטע געשעהט זעלטן אזא זאך אז די גרויסע קאנגרעסלייט און די גרויסע פרעזידענט זאל מיר העלפן.
געבלאקט טראמפ פון דרילן אויף ארום 3 מיליאן אקער לאנד, וואס ער טענה'ט ער קען עס געבן א וויש אפ און צוריקשטעלן און ער טענה'ט אויך אז אזוי האט ער געטוהן נאך אבאמא, למעשה האט א ריכטער געפסק'נט אין 2019 אז ער האט אביוזט זיין פאוער און מ'קען נישט צוריקדרייען ענערגיע פאליסי וואס א פרעזידענט פאר דעם האט געטוהן געבויט אויף א געזעץ פון 70 יאר צוריק.
נאכגעגאנגען ביג פארמע (אזוי אויך האט קאמאלא דאס געטוהן אין איר סטעיט אלס דיסטריקט אטורני)
לינע קהאן פאר די FTC איז געווען פון זיינע שטערקסטע פיק'ס פאר אן אמט וואס זי האט געטוהן די אלע אנטיטראסט ארבעט וואס ביידן האט איר אויפגענומען פאר אסאך צו גרויסע סוקסעס.
יוניענס זענען געווארן שטערקער אונטער אים משא"כ יונייט די רייט ווייט סופרעמסי און נעא נאצי'ס וואס פילן באקוועם אונטער טראמפ - יוניענס דאס איז א זאך וואס מ'האט שוין נישט געזעהן זינט רעיגען'ס צייטן ווען יוניען לעוול'ס האבן געטראסקעט צו איר נידריגסטע שטאפלען. געשריבן א בארדער ביל וואס האט געדארפט צופרידנשטעלן אלע צדדים מעסיגע זיכער אבער צוליב סיבות האט עס טראמפ פארשריגן, און נאכדעם איז שוין די וואנט טאלקינג פוינט אז די דעמאקראטן מוזן געבן געלט פאר דעם א גאנצע געשעפט, אבער ווען מ'וויל טוהן למעשה צו נידערן די פראבלעם מיט פאטראל און מיט פרישע בארדער ריכטער, ניין. נאר א וואנט.
גענידערט די פרייזן פון אינסולין קאסטן, א טריט אין די ריכטיגע דירעקשן ווען ס'קומט צו די איינציגסטע לאנד אין די וועלט וואס האט פרייוויטייזט איר פארמאסי פרייזן.
פארשידנס.