ביידען זאגט זיך אפ פון ווידערלויפן אין 2024 פרעזידענטליכן פארמעסט

פארוואס זאל זאגן אז Cnn איז אביעקטיוו זיין עפעס וואס מאכט לאכן?
ווייל אזוי גייט קאמעדי, מ'מאכט חוזק פון זיך אליינס, צו ברענגן א ליסטיגע געפול.

עפעס וואס א יעדע פאליטישן קען. בוש מיט זיין טעותים אין רעדן, אבאמא מיט זיין גרויסע אויערן, ביידן מיט זיין סטאטערן, קאמאלא מיט איר לאכן. דאס איז א מיטל פון קאנאקטן, דורך נעמען זאכן לייכט, סיי פאלאטישאנס, און סיי מידיע. ס'מאכט אויסהערער באקוועם ווען מ'קען לייכט מודה זיין אויף שוואכקייטן.

איעדער פארשטייט דאס. חוץ פון איינער א מידיא סעלעבריטי פאליטישאן....
 
ווייל אזוי גייט קאמעדי, מ'מאכט חוזק פון זיך אליינס, צו ברענגן א ליסטיגע געפול.

עפעס וואס א יעדע פאליטישן קען. בוש מיט זיין טעותים אין רעדן, אבאמא מיט זיין גרויסע אויערן, ביידן מיט זיין סטאטערן, קאמאלא מיט איר לאכן. דאס איז א מיטל פון קאנאקטן, דורך נעמען זאכן לייכט, סיי פאלאטישאנס, און סיי מידיע. ס'מאכט אויסהערער באקוועם ווען מ'קען לייכט מודה זיין אויף שוואכקייטן.

איעדער פארשטייט דאס. חוץ פון איינער א מידיא סעלעבריטי פאליטישאן....
וואס איך האב פראבירט ארויסצוברענגען איז אז די פאקט אז Cnn'ס אביעקטיוויטי איז א ציל פאר קאמעדי און א נושא צו לאכן דערויף (סעלף חוזק צו נישט) אפילו ביי א לינקע אוידיענץ ווייזט אויף א שוואכע טראסט אין זיי. איך פארשטיי א דו ביסט מסכים מיט דעם.
 
לאמיר אביסל אטאקירן די באורדער אישאו:

די געוועזענע פרעזידענט טראמפ קלעימט אז זייט ער איז ארויס פון אפיס האבן 21 מיליאן אומלעגאלע מייגראנטן אריבערגעשפרייזט די גרעניץ, די אמת'ע נומבער איז ארום 11 מיליאן אבער וואס א חילוק צווישן encounters און admissions ס'איז דאך די זעלבע זאך, ווייל באורדער פעטראל האבן איינעם געזעהן זיך דרייען ביים גרעניץ רעכנט מען דאס נאכנישט אלס "אריינגעקומען" די עכטע נומער איז אסאך נידריגער, און מ'רעדט פון ס"ה 4-5 מיליאן וואס ווערן דורכגעלאזט וואס ער זאגט נישט איז די אלע וואס ווערן דיטעינד און צוריקגעשיקט, געהאלטן אין שטייגן, דברים פשוטים. נאך א ליגנט ביי אומישן וואס מאגא פארציילט נישט זעה דא ביי נומער 3 פון זיי איז געדרינגען אז ווען ביידן איז אין אפיס זענען טויערן ברייט אפן און יעדער אויף 2 פיס לאזט מען דורך און אלע וועכטער שלאפן... משא"כ ביי טראמפ אך! ניטאמאל א ספיידער קען צוקומען... אוודאי.

אבער לאמיר אונז יעצט זיך אפלאזן פון די הבלים און גראבן אביסל טיפער צו די פונדאמענטאלע פראבלעמען און צוטיילן אין פונקטן פארוואס לדעתי גייט קיין וואנט קיינמאל געבויט ווערן אין אונזער לעבן אין אונזער אומפאראייניגטע שטאטן מציאות.

איינמאל מ'פארשטייט און מ'באקענט זיך מיט די פאקטן קען מען צושטעלן צו דעם די פאליטישע ארגומענטן אויף וואס מ'בויט. די צד וואס וויל רעדן פון ווי בייעסד די אנטי טראמפ ריפובליקאנער אדער דעמאקראטן זענען. אבער כאטש גיי עקארדינג צו די פאקטן און שטעל עס צו צום פאליטישן שמועס, און נישט פארקערט. נישט הער קאנפירמעישן בייעס פון א שקרן און נאכדעם מאך צו דיין מוח צו די פאקטן אויף די באדן ווייל דו ווייסט דאך שוין פון פאליטיק.

פאקטן גענומען מיט רשות פון ChatGPT 4
לאגיסטישע פאקטן און ציפערן

1) די באורדער שטח באשטייט פון קנאפע 1954 מייל לאנג פון קאליפארניע ביז טעקסעס. אריינעמענדיג פעדעראלע, סטעיט און פריוואטע לאנד.

2) 65 פראצענט אדער אומגעפער 1254 מייל פון די גרעניץ לאנד אין טעקסעס איז גע'אונד ביי פריוואטע אייגנטומער פון פארמערס, ranchers ביז שבטים און סתם איינוואוינער וואס זענען דארט פלאצירט.

3) בנוסף, אינמיטן טעקסעס לויפט דורך א וואסער גערופן די Rio Grande River וואס שאפט א נאטירליכע גרעניץ אדורכלויפנדיג קאלאראדא, ניו מעקסיקא, און טעקסעס און ציט זיך אויך 1255 מייל דורך די גרעניץ אומגעגנט.

4) ארום צוועלף מיליאן מענטשן וואוינען אדער ארבעטן לענגאויס די בארדער, טעכניש נישט אלע פון זיי שטייען די מאגא חלום אין וועג, אבער א ריזן נומער מער פון א מיליאן איז עס. און ווער ס'ווייסט אביסל וויאזוי דאס ארבעט, די פעדעראלע גאווערמענט רעזערווירט טאקע די רעכטן צו באזייטיגן א מענטש אויב זי האלט אז די מענטש צו מענטשן שטייען אין וועג פאר א וויכטיגע פראיעקט לתועלת הרבים און מ'מוז זיי עפעס באצאלן אונטער וואס הייסט eminent domain צב"ש אין אונזער ניו יארקע קעטקסקילס האט מען צווישן 1907-1915 צוליב א וואסער רעזערוואר דיספלעיסד 2000 מענטשן, פארפלייצט 12 טאון'ס אריינגערעכנט הייזער ביזנעסער, פארם'ס, קירכע'ס, און סעמעטערי'ס און מעגליך בתי מדרשים אויב איז געווען, און זי מוז נישט באצאלן וואס די מענטשן ווילן, מ'גיט עפעס.
דאס איז געווען דעמאלטס... פאר הונדערט יאר צוריק, אויך איז דאן נישט געווען קיין טיק טאק, סא כ'ווייס נישט צו אמעריקע זוכט זיך די פובליסיטי וואס הערט זיך זייער פאשיסטיש און טיירענט'דיג מיט אלע גוטע חשבונות און דשאסטיפיקעישנס. בארדער אהער בארדער אהין it's not a good look און אוודאי נישט אויף א פארטיי וואס זוכט זיך נישט צו מארקעטן אלס דעם און וויל איראניש באשמוצן די לינקע פארן זיין אזוי. פון אלע פאליטישע הינזיכטן דא און abroad וועט מען פון דעם זיין צימעס.

א מאראלישע דילעמע
5) דא רעדט מען אבער פון מיליאנען מענטשן אויב זאל טראמפ טאקע האלטן ווארט עד הסוף, שטעלן זיך כמה וכמה לעגאלע, מאראלישע, און לאגיסטישע פראגעס ווי גייט מען זיי לייגן? דארף די גאווערמענט זיי אויסקויפן אויף די פרייזן וואס זיי פארלאנגען? אדער קען מען זיי בלעיקמעילן אויף די גאווערמענט'ס טערמ'ס און זיי האבן נישט קיין שום בארגענינג פאוער? וויפיל צייט האבן זיי צו גיין? דארף די גאווערמענט זיי אויך גרענטן אומזיסטיגע פראפערטי'ס איבערצופלאנצן זייערע אגריקולטור פונדאסניי און אויך אפצאלן די שאדן וואס זיי גייען דא האבן ביז אהין אדער נאר אויף זיי צו פטר'ן? און אז מ'פרעגט שוין יא קשיות אויפן געטליכן פיגור, ווער גייט באצאלן פאר די אלע legal fees פון די קאורט קעיסעס וואס גארענטירט אז ס'וועט זיין פון זייער זייט אין די מאסן זיך אויסצושלאגן צו יא גיין צו נישט גיין? און נישט פארגעסן די אלע פארשלעפעכצער קען נעמען ביז הושענה רבה שנת תש"ק אבער דערווייל ברענט דאך די הויט, לויט די חשבון פון 21 מיליאן קומען דא אריין 14,372 משוגעים א וואך! אונז זעמיר אנסעיף!! ס'איז דאך ביטער אויב אזוי אזא וויכטיגע זאך קען נישט ווארטן... מ'מוז זיך צואיילן פאר יעדע פרייז. למעשה ווארט מען שוין 8 יאר... און?

6) בנוסף איז דא שבטים וואס מ'קען זיי נישט רוקן אזוי נישט מיר נישט דיר נישט רוקן ווייל ווער ס'קען אביסל "woke" היסטערי פון די colonial period ווייסט אז ס'איז אזא זאך ווי אינדיזשענעס פיפל אדער "נעיטיווס" וואס זיי זענען דא דורות פאר אונז, און קענסט דיך שטעלן אויפן קאפ ביז איבערמארגן וועט עס נישט טוישן פאקט, זיי מוזן זיך נישט רוקן פאר אונזערעט וועגן נאך וואס אונז האב מיר זיי אויסגעהארגעט און בארויבט זייערע שטחים פאר יארן לאנג... איז ווייטער שווער, וואס טוטסטו מיט זיי? לאמיר זאגן מ'דארף בויען עפעס א טעסלא פלענט אויף זייער לאנד קען מען כאטש פארהאנדלען א פשרה אויף מיטטיילן פראצענטן פון די פראפיט, אז מ'וויל אויפגראבן קופער צו ליטיום פון וואסער צו פון דער ערד אפילו נישט אין אמעריקע, ס'איז יענס געשעפט... איך בין דא פאר דיר! ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן אז דו ווילסט מאכן א דאלער... געוואלד דאס קומט דאך אבער נישט אין באטראכט אין אזא פאל ווי ס'איז נישט דא קיין ביזנעס אינוואלוודט, פארקערט, ס'קאסט אונז נאר אפ... ווער גייט זיין ביזי מיט די קאפוויי?

7) און די פערפעקט Segway דאס איז נאך אלעס פאר מ'רעד מיר פון פינאנצירן די אינפראסטרוקטור פארן וואנט גופא, און ווער גייט דאס באצאלן? וויאזוי פונקטליך גייט דאס דורכגיין קאנגרעס? וויאזוי גייט מען גיין פון א גארטל וואס שווימט ארום אין די אויבנדערמאנטע ריווער צו א וואנט פון וואו ס'איז impenetrable אומדורכברעכבאר זיך אריינצושמוגלען?

מ'רוקט זיך שוין נענטער צו תכלית. די וואשינגטאן שפיל
8) ס'איז פערברואר 24' פרייליכע נייעס קומט אריין מ'גייט מאכן א ביל, מ'גייט לאזן פאליטיק און די זייט און מ'גייט זיך פאראייניגן - א בייפארטיזן אישאו, א בייפארטיזן הסכם. גענוג זיך געטענה'ט גענוג זיך גע'בלעימט, ווילסט נאך געלט קיין אוקריינע? געב אונז א בארדער פארזיכערונג ביל צו ארבעטן מיט און מ'זעמיר ביים פארהאנדלונגס טישל! אקעי מיטש מעקאנעל זעצט זיך מיט טשאק שומער מ'גרייט צו דעטאלן, מ'גראדט אויס קאנפליקטן, מ'לייגט צו אן הגהה מ'נעמט אראפ אן אמענדמענט... 20 ביליאן ככר כסף, מער פון 1500 בארדער פאטראל אגענטן, מ'דארף נאך ריכטער און עסיילום אפיצירן וואס באשטעטיגן מי ומי ההולכים, היות אז ס'איז דא משונה'דיגע בעקלאג פון 2 מיליאן קעיסעס און ווי מ'האלט יעצט נעמט יעדע קעיס אויסצוהערן און אורטיילן 5-7 יאר (!!) דארף מען האבן מער פערסאנעל, אין דעם ביל האט געזאלט אפראוודט ווערן פרישע 100 ריכטער און שטאב צו פארשנעלערן די פראצעדורן, פרישע 4300 עסיילום אפיצירן ארויף פון אונטער 1000 אט אט גייט עס צום האוז פלאר פאר א וואוט. גאנצע 4 חדשים האט מען פארהאנדעלט מיט ביידע זייטן ביזן לעצטן אות יעדער וואס איז דא פאר וואס מ'האט זיי געהייערט טוט זאל זיין צופרידן.

ארבע מדות באדם: שלי שלי שלי שלי
4 טעג האט געדויערט פאר די גאנצע הארעוואניע צו גיין אין מיסט ווייל עפעס איינער וואס טענה'ט אז ער האט ליב די לאנד, און ער וויל עס מאכן גוט נאכאמאל און וואס פריער, האט געזאגט, שלום? אחדות? לעזונג? מ'גייט ענדליך טוהן למעשה וואס ער קרייט שוין דערוועגן פאר די לענגסטע צייט אבער זיין נאמען גייט נישט שטיין אויף דעם? היה לא תהיה. פלוף! געמאכט אפאר טעלעפאנירונגען, ויהיערב ויהי בוקר ספיקער מייק דזשנאסאן שפילט פאליטיק, מיטש מעקאנעל גרעפצט און העצט היה לא תהיה מארדזשארי טעילאר גרין קאמאנדעוועט... יעדער איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט וואס איז פלוצים געשעהן? ס'איז דאך געפארן אזוי גוט... וואס הייסט וואס? דו ווייסט טאקע נישט? די רויטער מיטן היטל האט זיך בארעגט ער וויל עס נישט, ער טענה'ט עפעס ס'איז א betrayal פארן לאנד און "נאר א fool אדער א ראדיקל דעמאקראט וואלט געשטיצט אזא צודרייטע ביל, זייט נישט נאריש! מיר דארפן א באזונדערן ביל וואס טאר נישט זיין געבינדן צו קיין שום אויסערליכע הילף, די דעמעקראטן האבן צובראכן אימיגראציע און די גרעניץ מוזן זיי עס פארעכטן"

נו, קיינער וויל דאך נישט הייסן קיין ראדיקאל אין די אויגן פון זייער אפגאט, סתם אזוי איז נישט קיין פראבלעם, אבער נישט ווען די אפגאט שטייט און אטאקירט און שימפט וואס ער זעהט בעסער פארן לאנד דארף מען שפייען אויף אזא ביל. וואס איז ראדיקל? וואס איז בלויז די דעמעקראט שולדיג? וואס טוסטו וואס ארבעט בעסער??? קען מען דען אויפהאלטן אזא וויכטיגע צוועק פאר נאך א יאר? כאטש עפעס טוהן לשם שמים מיט פארשאפטע נעזער און מ'וועט שוין שפעטער צוריקטוישן אדער ערזעצן? אבער ניין זיי דיסטרויען די קאנטרי, זיי לאזן יעדעם אריין, זיי זיי זיי און זי זי זי זי איז די ערגסטע אין היסטאריע פונעם לאנד. און איך? איך מיין דאך נאר גוטס! ...אזוי שפינדט זיך א נאראטיוו אויף א נאראטיוו חלמותיו של יוסף הצדיק... און העריס איז עפעס א בארדער צאר ניקאליי און זי און אירע ראדיקל מארקסיסטן איז די גאנצע פראבלעם... אבער די עכטע שווערע פראגעס צו פארענטפערן, די ריכטיגע שריט צו נעמען אין די ריכטיגע מאמענט אפגעזעהן פאר וועם די קרעדיט גייט? דאס איז דאך שטותים.

יעצט ווייטער אסאך פון מיינע רעכטע חברים פריטענדן שטיין און ביין אז זיי זענען גארנישט קעגן אימיגרעישן חס מלהזכיר! נאר וואס דען די מאדערפליפנדע אומלעגאלע הארגענען אוועק די זאך פאר די איבריגע בעצם זענען זיי גאר אין... בעצם זענען די לעגאלע וועלקאם אדער סאמהאו ווערט מען געבוירן לעגאל און אנדערע נעבעך ווערן געבוירן אן דעם... די פראבלעם איז וואס זעהט נישט אויס זיך צו ענדיגן לאודן אין זייער קאפ איז אז מ'דארף סור מרע צוזאמען מיט די עשה טוב! איז צוריק צו די woke היסטערי נאכאמאל, די גאווערמענט האט א quota פון נישטיגע 675,000 וויסע'ס אדער גרין קארד'ס וואס זי גיט ארויס, וואס האט זיך נישט געטוישט זינט די צייטן פון ביל קלינטאן'ס IRIRA פאליסיס, יעצט אויב קומען 11 מיליאן אריין און 4 בלייבן וויאזוי שטימט די מעט, לויט דיר מעסיגער, דו האלסט טאקע אז דאס איז גענוג? קל וחומר אז ס'איז 21 מיליאן... זיי ווייסן דאך נישט אז אמעריקע איז צוריק נישט great יעצט... אוי ווען זיי וואלטן געוויסט....
dude קענסט נישט ענדיגן די אימיגראציע אישאו אן א בעסערע סיסטעם פון א path to citizenship a עינ"ט גאנ"ע העעפפ"ן הענס די העריס ארגומענט, הענס די ביידן ארגומענט, מוזט ארבעטן צוזאמען צו טוהן למעשה, סתם שליסן טויערן פאר גוד מיטן אויסרייד פון משוגעים הייזער און קארטעל באנדעס אר יו עפפינג קידינג מי? ווי זעמיר אונז אין טשעכאסלאוואקיע 1939? אמעריקע 1939? אדער אין 2024 ווי מ'וויל איבערמישן די בלאט נישט גיין פארקערט?

9) "מייגרענט קריים" ער קלעימט די קריים רעיטס זענען דאון אין די אלע לענדער פון וואס די "אנגעבליכע" פארברעכערס קומען אריין ממילא ס'ראוטעיט ווייל זיי "שיקן" זייערע ערגסטע אהער... די פאקט איז" אויסער על סאלוואדאור וואס האט א נייע פרעמיער מיניסטער וואס איז געגאנגען אויף אן ארעסט רעמפעדזש צו שיקן א מעסעדזש פאר די דארטיגע גענגס לא דובים ולא יער, קריים איז אפ אדער די זעלבע אין מעקסיקא, און אין דאמיניקן ריפובליק און לאמיר נישט אפילו אנהייבן צו רעדן פון העטי... און פאר דעם קומט מען דא, יא ס'איז דראגס און ס'איז דא פארברעכערס, ס'טרעפט זיך אבער קענסט נישט טענה'ן אז יעדער וואס קומט דא אריין איז אדער א פארברעכער אדער א חזיר... אדער א קארניוואר. א נייע קעטעגאריע.

איך האב פרענדס פון עקוואדאור וואס כ'האב געזעהן קליפס ווי זיי מאכן דורך דעם וועג, ה' ישמרנו! וואקן בארפעס פאר וואכן! אויף ברויט און וואסער, דארט איז דא א לעיק פון ווי מ'אנטלויפט פון דארט אויב מ'קידנעפט זיי איז צרות, און קאפ'ס טוען גארנישט! אבער זיי שטעלן עניוועי'ס איין, און דו ווילסט נישט זעהן וואס איך האב געזעהן. שטייען גרופע'ס מאמע'ס טאטע'ס און קינדער און ציטערן אריינצוטאנצן אין דעם לעיק און מ'זעהט כל ערליי נחשים ועקרבים דורכשווימען דארט און אויך שטיקער מענטשן פלייש וואס האבן עס נישט געמאכט, און דאס איז נאר צו אנטלויפן פון עקוואדאר... ביז מ'קומט אהער און מ'שמוגלט זיי אריין פאר געלט... איינע פון זיי א מיידל 23 יאר אלט, זי קען נישט קיין ווארט ענגליש נאך, אבער זי האט שוין אזויפיל געזעהן, די לעצטע זאך וואס זי ציטערט פון איז אן אמעריקאנע בארדער פארטראל אגענט... זי וויל א בעסער לעבן זי האט שוין געזעהן כל דאלים גבר און לעבן אויף פינף פעסאוס א וואך... דאס איז איין מעשה... וואס זענען מיט די עקאנאמיק מייגרענטס? זיי זענען אויך דראג דילערס? זיי זענען אויך מענטשן וואס האבן זיכער עפעס געטוהן דארט האט מען זיי אויסגעשפיגן? דערמאנט מיך פון ישיבה ווי די שלעכטע בחור האט מען נישט געוואלט אין קיין איין ישיבה... א מין תירוץ "יעדער אימיגראנט איז משוגע" אהא ווייל אונזערע צודרייטע מאסן שיסער זענען העסט נארמאל? קוק די ראטע'ס פון ריוואלווינד דארס פון אונזערע פריזנס we're the one to talk

מ'רוקט די goalposts

10) קודם האט טראמפ פארשפראכן צו בויען א וואנט לענגאויס די גאנצע בארדער, אביסל שפעטער האט ער אנגעהויבן ריקן די "גרעניצן" צו טויזנט מייל אביסל שפעטער צו 500 און צו נאנט צו 500 און פון א קאנקריט וואנט צו סטיל, און נאכדעם צו א צוים, למעשה נישט וואס ער האט האט צוגעזאגט און אויף וואס מ'האט אים ערוועלט, אין ריאליטי אין 2019 - 4 יאר נאך זיין ערשטע צוזאג איבער א וואנט, איז פאנדינג נאר אפראווד געווארן פאר 260 מייל, פאר א צוים, נישט קיין וואנט. און נישט מעקסיקא גייט באצאלן נאר אונז גיי מיר עס אויסלייגן, און נישט מעקסיקא, און נאר אמעריקע, נאר די וואנט וועט זיך אליין אויסצאלן אין א חודשליכ'ן בעסיס, אה ניין שטייערצאלער וועלן צאלן און 5 ביליאן...

11) שוין אויב בלייבט עס ביים צוים נישט וואנט, דאבעליו בוש האט דאך שוין אפראווד א צוים פון 700 מייל וואס שטייט שוין צען יאר פאר טראמפ האט זיך באקלערט מיט די וואנט ביזנעס איז וואספארא חידוש איז ער דא אויפגעקומען מיט?

12) די צוים גייט ביז 18 פיס הויעך אין טייל ערטער, מענטשן גייען אריבער מיט לייטערס, מ'ברעכט דורך שפאלטנס, סתם אין אריזאנע און אין ניו מעקסיקא האסטו מעסיוו טעררעין אישאו'ס פון קאניענס און שיפע בערג אדער פלאכע מדבריות וואס קאמפליצירן זייער די קאנסטראקשן און ס'איז גאר שווער פאר די גרעניץ וועכטער צו וואכן און אין די געגנטער, טראץ די בעסטע סענסערס און טעכנעלאגיע מוטשעט מען זיך נאך אלס און מאסן מענטשן פליסן אריין און זענען אויך אריינגעקומען אונטער טראמפ. די עקוואדאריען מיידל האט מיר געוויזן בילדער פון זיך ביי די אנדערע זייט, און ווארט פארן לייטער אנצוקומען, און פארציילט מיר ווי אפאר הונדערט מענטשן האבן איבערשפאצירט מיט איר, ווען כ'האב איר געפרעגט צו זי איז געווארן דיטעינד האט זי געענטפערט אז ניין זי האט געווארט פאר די רעד קראוס און מ'האט איר פונקטליך געזאגט וואס צו זאגן צו קענען אריינקומען.
אה ס'איז ביידן'ס שולד אז מ'האט זיי נישט אפריהענדעד? דאס איז די טעיקעוועי? נישט אז ס'איז דא צוואנציג העקס און א צוריקטע טייערע טאג טעגליכע אפערעישן, ס'העלפט נישט! סא סטאפ צו רעדן פון עצות וואס ארבעטן נישט און זע די דמיונות! און קום אויף מיט קלוגערע איידיעס נישט קיין טייערע באנדזאש!
 
וואס האט ער דיליווערד?

נעם די פינף גרעסטע פראמיסעס, און ווייז צו ער האט אויסגעפירט, "אן תירוצים און בלעימן יענעם".
ס'איז יא ניין.

צירוק ברענגן מעניופעקטארינג דזשאבס? - ניין
ס'איז געווען א נעט דיקריס ווען ער איז ארויס.
און אמעריקע האט באצאלט רוב פון די טעריפ'ס אין די ענד.
פארקערט פון וואס ער האט צוגעזאגט!!!! ערגער ווי ווען ער טוט עס נישט

בנוגע דזשאב'ס.

אן קאוויד, טראמפ האט נישט דעליווערד אזויפיל דזשאב'ס ווי ביידן!

לאמיר דא אפירברענגען שטאפלווייז א סך הכל פון אלעס וואס יוסי געשטעטנער וועט אויסלאזן...
און פאר די וואס ווילן מיר שטיל מאכן אלס בייעס: איך בין געגאנגען און געפרעגט נישט ווייז מיר גוטע ביידן און נאכדעם שלעכטע טראמפ, ווייל ער וועט נישט ענטפערן פאליטיק: האב איך געמאכט א workaround כ'האב פשוט געפרעגט טריקענערהייט ווי א דומים, ווייז מיר דאטא פון די דיפארטמענט אף לעיבאר פון די דעיט ביז די דעיט און געפרעגט ארום דעם ווי דו וועסט ליינען.

Sent by you:​

According to data of the labor dep. (from 2017-2021 in table A and from Jan 2021 to Sep. 2024 in table B) Estimate me the average number of jobs added and lost on a monthly basis, as well as the max drawdown or whatever the correct term in this statistical analysis would be to see which performed better (excluding the more than 20 million jobs decline' the max drawdown after that figure)


טראמפ: 8,520,000 jobs
ביידן:19,684,000 jobs
און ער האט נאך 4 חדשים צו גיין

טראמפ האט עוורידזשט: 177,500 jobs
ביידן האט עוורידזשט: 447,364 jobs

דווקא נישט אריינגערעכנט קאוויד פארלוסטן. אט ליינט:

Average Monthly Job Additions​

  • January 2021 to August 2024:
    • Total Jobs Added: 19,684,000 jobs
    • Number of Months: 44
    • Average Monthly Jobs Added: 447,364 jobs
  • January 2017 to December 2020:
    • Total Jobs Added: 8,520,000 jobs (excluding the significant losses in March and April 2020)
    • Number of Months: 48
    • Average Monthly Jobs Added: 177,500 jobs
טראמפ'ס אמעריקע

(2017-2021)​

  • January 2017: +216,000 jobs
  • February 2017: +232,000 jobs
  • March 2017: +50,000 jobs
  • April 2017: +207,000 jobs
  • May 2017: +145,000 jobs
  • June 2017: +222,000 jobs
  • July 2017: +189,000 jobs
  • August 2017: +208,000 jobs
  • September 2017: +18,000 jobs
  • October 2017: +271,000 jobs
  • November 2017: +228,000 jobs
  • December 2017: +148,000 jobs
  • January 2018: +176,000 jobs
  • February 2018: +313,000 jobs
  • March 2018: +155,000 jobs
  • April 2018: +164,000 jobs
  • May 2018: +268,000 jobs
  • June 2018: +208,000 jobs
  • July 2018: +147,000 jobs
  • August 2018: +203,000 jobs
  • September 2018: +108,000 jobs
  • October 2018: +277,000 jobs
  • November 2018: +196,000 jobs
  • December 2018: +227,000 jobs
  • January 2019: +312,000 jobs
  • February 2019: +56,000 jobs
  • March 2019: +153,000 jobs
  • April 2019: +263,000 jobs
  • May 2019: +75,000 jobs
  • June 2019: +193,000 jobs
  • July 2019: +194,000 jobs
  • August 2019: +219,000 jobs
  • September 2019: +193,000 jobs
  • October 2019: +185,000 jobs
  • November 2019: +261,000 jobs
  • December 2019: +184,000 jobs
  • January 2020: +214,000 jobs
  • February 2020: +251,000 jobs
  • March 2020: -1,373,000 jobs
  • April 2020: -20,679,000 jobs
  • May 2020: +2,725,000 jobs
  • June 2020: +4,781,000 jobs
  • July 2020: +1,726,000 jobs
  • August 2020: +1,583,000 jobs
  • September 2020: +716,000 jobs
  • October 2020: +680,000 jobs
  • November 2020: +264,000 jobs
  • December 2020: -140,000 jobs

ביידן'ס אמעריקע

(2021-2024)​

  • January 2021: +233,000 jobs
  • February 2021: +536,000 jobs
  • March 2021: +785,000 jobs
  • April 2021: +269,000 jobs
  • May 2021: +614,000 jobs
  • June 2021: +962,000 jobs
  • July 2021: +1,091,000 jobs
  • August 2021: +483,000 jobs
  • September 2021: +379,000 jobs
  • October 2021: +677,000 jobs
  • November 2021: +647,000 jobs
  • December 2021: +588,000 jobs
  • January 2022: +504,000 jobs
  • February 2022: +714,000 jobs
  • March 2022: +398,000 jobs
  • April 2022: +368,000 jobs
  • May 2022: +386,000 jobs
  • June 2022: +293,000 jobs
  • July 2022: +537,000 jobs
  • August 2022: +315,000 jobs
  • September 2022: +263,000 jobs
  • October 2022: +261,000 jobs
  • November 2022: +263,000 jobs
  • December 2022: +223,000 jobs
  • January 2023: +504,000 jobs
  • February 2023: +311,000 jobs
  • March 2023: +236,000 jobs
  • April 2023: +253,000 jobs
  • May 2023: +339,000 jobs
  • June 2023: +209,000 jobs
  • July 2023: +187,000 jobs
  • August 2023: +187,000 jobs
  • September 2023: +263,000 jobs
  • October 2023: +261,000 jobs
  • November 2023: +263,000 jobs
  • December 2023: +223,000 jobs
  • January 2024: +504,000 jobs
  • February 2024: +311,000 jobs
  • March 2024: +236,000 jobs
  • April 2024: +253,000 jobs
  • May 2024: +339,000 jobs
  • June 2024: +209,000 jobs
  • July 2024: +187,000 jobs
  • August 2024: +187,000 jobs
יעצט, ווי איז די קאנסיסטענסי? איז ביידן שולדיג אויף אינפלעישן? פארוואס פארדינט ער נישט קרעדיט אויף קיין איין דזשאב'ל נאך קאוויד - אפי' מ'האלט שוין 4 שפעטער נאכן ריקאווערי - ס'הייסט אויב קאמאלא געווינט וועסטו ווייטער שרייען קאוויד א גאנצן טאג? משא"כ ביי טראמפ איז עס זיין אייגענע שכל און טרעפליכע סטראטעגיעס, און בעצם וואלט ער נאך געווען בעסער אדער אייניג אזוי גוט ווי ביידן עקאנאמיע ווען נישט קאוויד האקט אריין? עד מתי?

אויך, און ווען איז עס די יעצט, און ווען איז עס די עבר וואס ס'איז שולדיג? לויט מאגא אידיאטן אינפלעישן??! וואס קאוויד? ביידן ביידן ביידן! נאר ביידן. נישט טראמפ'ס אפוינטעד פאפע פאועל, נישט נאטירליכע causes נישט א זכר/ריספאנס צו א 2020 פראבלעם. ביידן!! מיטאמאל טראמפ'ס דעפיציט? זיין דורכפאל פון טעריפ'ס, אה דאס איז דאך נאך א זכר פון אבאמא ביי די רישא, און א שטעקן פון די "טשייניס וויירוס" ביי די סיפא. אבער אינפלעישן = ביידן. נאר קוקן יעצט!

מ'זעהט דאך קלאר, פון די לעצטע יאר אליין ווס. 2019 פאר טראמפ וואס אזוינע נומבערס הייסן זייער שלעכט ווער ס'איז בעסער... אבער ניין, אלעס נעגעטיוו איז אייביג די הווה (חוץ ווען נישט ביי טראמפ) אלעס גוט האט מען די לענגסטע זכרון... און וואס ס'איז גוט ביי ביידן איז דאך פאלשע נומבערס זיכער ווייל דזשענעט יעלען איז דיפ סטעיט
נידערן די טרעיד דעפיציט -
די דעפיסיט איז גאר געוואקסן צו די העכסטע לעוועל זייט 2006.

נידערן נאציאנאלע דעבּט? - ניין
ער האט עס גאר געטריפעלט דורך זיין װערן.

ווייל ער איז דאך א ביזנעסמאן וואס האט געשריבן בוקס, איי אז דו פרעגסט עניבאדי וואס טוט אין סטאקס ווי אים פארשטייט אז דאס וואס ער האט געטוהן איז דאך ממש די ערגסטע פאר א פובליק קאמפאני צו טוהן, אזוי ווי מ'זעהט מיט זיין מעכטיגע עפפ וואס פארלירט געלט יעדן טאג און האט נישט קיין דאלער אין קעשפלאו דאס מיינט די געלט וואס בלייבט איבער פאר א ביזנעס נאך אראפנעמען cap-ex אלעס וואס ס'דארף ארויסצאלן אין טעקסעס און עקספענסעס צו איוועסטירן. ער איז 9- ביליאן אין די וועדזשיינע...

ווען ער (I.E. זיינע דיסיזשאנס) זאל דעס טוהן צו א צווייטע קאמפאני נישט זיינס ווי ער איז אפן באורד וואלטן אים די שעירהאלדערס אים ארויסגעווארפן פון פענסטער... אבער געדענק ער קען סעיוון אמעריקע ווייל ער זאגט אזוי...

חכם עתיק ס'איז אין די מענטש?? אדער אין די סטראטעגיעס וואס מאכט אויס???

ווער ס'האט אמאל געליינט שמעון ראלניצקי'ס שטערן אפהאנדלונג וועגן די נאציאנאלע דעיט ווייסט, אז ס'דארף גיין אינאיינעם: סיי רעדוצירן ספענדינג און סיי צוריקצאלן די דעט, ס'איז אזוי ווי דו צאלסט צוריק די קרעדיט קארד אבער פאר די פעימענט האט געפראסעסט האסטו שוין לאנג אראפגעסווייפט נאך 500 דאלער...

ס'איז היינט ברור כשמש אז די דעמקאראטישע בודזשעט פלענער קאסטן ביליגער און צאלט צוריק דיווידענדס פי כמה, משא"כ רעפובליקאנער.

אמעריקע סאקט און זי גייט נישט וואקסן אין gdp מער קיינמאל!!! ס'קען נישט! ס'האט צופיל אויפן בעלענס שיט. ווען דו קוקסט אויף אינגערע עקאנאמיעס וואס וואקסן 5-8% דאס הייסט א גוטע עקאנאמיע. אמעריקע? plateau'ed אין די 2000ס און חוץ א מעשה פון די household debt וואס איז א טאפלטע פראסק. אבער טראמפ איז גוט פאר די עקאנאמי זאגטס עטס נאך? וויאזוי? וויפיל?

נישט נאר וואס אונז האבן נישט קיין סורפלאס, אונז האבן נישט וואס כמעט יעדע מאדערנע לאנד האט, איבריגע געלט אוועקגעלייגט פאר די גאנצע לאנד, sovereign wealth fund וואס טראמפ שטיצט גראדע, אבער איך וועט מיט דיר אז ער האט נישט קיין שום פלענער עס צו טוהן. ווייל ער וועט עס דארפן פון ערגעץ אוועקשניידן....

(לאנגע געניץ, צוויי קורצע שברים געניץ'עס😴🥱)
 
לעצט רעדאגירט:
בנוגע דזשאב'ס.
די גרעסטע פראצענט פון צוגעלייגטע זשאבס אונטער ביידען איז אין די גאווערנמענט סעקטאר.

ס'מאכט נאר גרעסער די חורבן.

זייער א גרויסע פראצענט פון מענטשן אין די זשאבס פארס, דעקן קוים דעם חודש, דאס מיינט אז א נידריגע אנעמפלוימענט מיינט שוין נישט קיין סך, ווייל זיי באקומען נישט גענוג באצאלט אויף צום לעבן.
 
די גרעסטע פראצענט פון צוגעלייגטע זשאבס אונטער ביידען איז אין די גאווערנמענט סעקטאר.

ס'מאכט נאר גרעסער די חורבן.

זייער א גרויסע פראצענט פון מענטשן אין די זשאבס פארס, דעקן קוים דעם חודש, דאס מיינט אז א נידריגע אנעמפלוימענט מיינט שוין נישט קיין סך, ווייל זיי באקומען נישט גענוג באצאלט אויף צום לעבן.
Nope. Renewable energy

זייער א גרויסע פראצענט פון די מענטשן זענען סטופיד און קוקן טיק טאק וויאזוי צו מאכן געלט... אבער ציטערן פון די ווארט טעקס ברעקעט און פארדעם קומען זיי נישט אן. צו זייער אייגענע demise

זייער אסאך פון די מענטשן האבן העלט אינשורענס אבער באלד 80% פון באנקראטירונגען וואס שטאמט פון מעדיקל בילס איז פון מענטשן מיט אינשורענס. א חידוש? אמעריקע ארבעט נישט פאר די מיטל קלעס? גוט מארגן גוט יאר.

אמעריקע איז bad with money אונז עגרי מיר, אבער וויל מען דאך נישט אויסהערן בערני סענדערס אפילו יעדע נארמאלע מענטש עגריד ער איז הייליג גערעכט אויף wealth inequality די פאקט, נישט וואס מ'זאל טוהן דערצו, אבער א פאקט איז עס.
 
אמעריקע ארבעט נישט פאר די מיטל קלעס? גוט מארגן גוט יאר.
די חילוק צווישן די רעכטע און די לינקע איז, אז די רעכטע ווילן אז יעדער זאל זיין רייך, און נישט זיין אין די מידעל קלעס, די לינקע ווילן אז יעדער זאל זיין ארעם, און אזוי מבטל זיין די מידעל קלעס...
 
די חילוק צווישן די רעכטע און די לינקע איז, אז די רעכטע ווילן אז יעדער זאל זיין רייך, און נישט זיין אין די מידעל קלעס, די לינקע ווילן אז יעדער זאל זיין ארעם, און אזוי מבטל זיין די מידעל קלעס...

איך ווייס נישט בנוגע די מיטל קלאס וואס דו זאגסט, אבער לגבי זיין ארעם אדער רייך איז אמאל זיכער אז איינמאל 'יעדער' איז אויפן זעלבן בלאט מאכט נישט אויס וויפיל געלט מ'האט בכלל - עס וועט ניטאמאל הייסן ארעם און רייך - ווייל דאס איז נאר שייך אין רעלאטיוו איינס צום צווייטן.

קומט אויס אז די רעכטע מיט די לינקע זענען למעשה אויפן זעלבן בלאט?!
 
כמעט, די לינקע ווילן אז די עליטע זאלן יא האבן אסאך געלט

אזוי ווי די סופער רייכע ליבעראלן רעדן פון גלאבעל ווארמינג אבער פארן מיט פרייוועט זשעטס
 
די חילוק צווישן די רעכטע און די לינקע איז, אז די רעכטע ווילן אז יעדער זאל זיין רייך, און נישט זיין אין די מידעל קלעס, די לינקע ווילן אז יעדער זאל זיין ארעם, און אזוי מבטל זיין די מידעל קלעס...
אזוי, וואס דו זאגסט נישט...
 
Back
Top