🚬 די רייכערן שטיבל 🚬

וועלכע ברענד ציגארעטל רייכערט איר געווענליך?

  • מארלברא גאלד

    Votes: 23 46.0%
  • מארלברא רעד

    Votes: 5 10.0%
  • מארלברא סאטדערן בלענד

    Votes: 1 2.0%
  • פארלאמענט לייט

    Votes: 7 14.0%
  • ניופארט

    Votes: 1 2.0%
  • פארלאמענט איזרעילי

    Votes: 4 8.0%
  • קעמל מענטל קראש

    Votes: 10 20.0%
  • אמעריקען ספיריט

    Votes: 1 2.0%
  • קעפרי

    Votes: 1 2.0%
  • אייגן געמאכטע

    Votes: 5 10.0%

  • Total voters
    50
אז מען רעדט שוין ווען סקאלט אינדערויסן שטינקט מען פון די ציגעראטל סך סך מער
פארוואס רופן מענטשן עס אן א שטינק לדעתי איז עס ניחוח
 
אההה
איך רייכן א לילקע צובעך...... אהה דער פארצייטישע טעם...
וואס איז די נפק"מ פון א געדרייטע לילקע צו א גראדע, חוץ די אויסזעהן איז פארהאן נאך עפעס א חילוק??
 
און וואס האט דער בעשט מיט יארן צוריק געענפערט אויף די קשיא?
אויך ווייל ס'האט פארצייטישע חן...?
ווייל ער האט דאס ליב גיהאט....

עס זעהט אויס מער אויפרייסיש
 
ווייל ער האט דאס ליב גיהאט....
איך גלייב דיך אויפן ווארט
עס זעהט אויס מער אויפרייסיש
די גרויסע ליטווישע ראש ישבות צינדען חנוכה לעכט בלויז מיט א סוועטער און די קליינע חסידיש רבי'ס האבן ריזיגע מנורות, הויכע קאלפיקס, ברייטע גאלדענע בעקישעס, ווייסע זיידענע גארטליך

זיי זענען דאך אויפרייסעריש. אזא מין אויף רייס אז ווען זיי שפילן פידל הערט זיך כאילו איינער קטן'ט אויף א בלעך.
 
איך גלייב דיך אויפן ווארט
א דאנק
די גרויסע ליטווישע ראש ישבות צינדען חנוכה לעכט בלויז מיט א סוועטער און די קליינע חסידיש רבי'ס האבן ריזיגע מנורות, הויכע קאלפיקס, ברייטע גאלדענע בעקישעס, ווייסע זיידענע גארטליך
ציווישן מיר אין דיר גערעדט, עס איז דאך ערליכע שיינע קליידער, מדארף עס אריין פירן אין סטייל אז יעדער גייט מיט דעם
זיי זענען דאך אויפרייסעריש. אזא מין אויף רייס אז ווען זיי שפילן פידל הערט זיך כאילו איינער קטן'ט אויף א בלעך.
נישט יעדע קליינע רבי'לע הייסט רויזנבוים......
 
איך האב אויסגעהערט רייכערן ווען א בחור אין מיין מיר'ער דירה פלעגט מיך יעדעס מאל זאגן אה! דער קנעכט גייט! האסט יעצט געהאט טשולנט, פארוואס לויפסטו צום ציגארעטל? אה קענסט עס נישט ענדזשויען אן דעם ווייל ער איז דיין באס. וכהנה וכהנה.
ער האט מיך אויפגעווזן דורך זיינע טשעפערייען אז איך האב נישט קיין לייף! אלעס איז ציגארעטל!
איך מיין אז עס האט נאר געארבעט ווייל ער איז מיר באמת געווען א גוטער חבר און געמיינט מיין גוטס.
איך בין געווארן אויס סמאוקער אין מיר.
 
איך האב אויפגעהערט ווען כ'האב זיך געכאפט אז איך קען נישט אויפהערן
א חלק אין מיר וויל דעסטראקשן און שטופט מיר צו רייכענען אפי' ס'הארגעט מיר.

כ'האב געהאט א מאמענט אוו טראטה און געזאגט צו גאט איך בין דיינס, איך קען נישט אויפהערן אליין, כ'וועל זיך אונטערגעבן צו דיר פראבירן צו אויסהערן דיין קול וואס זאגט מיר עס נישט צו טון.

ב"ה כ'האב מער נישט גערייכערט זייט דעמאלס און צוויי חדשים שפעהטער האט מיין ווייב אויך אפגעלאזט דעם צוגארעטל.
 
Back
Top