צניעות, קליידער, ביי אינגלעך

אבער היינטיגע צייטן, איז דאס ווארט 'חסידיש' געווארן א טערם וואס מ'ניצט אויף איינער וואס איז פארקערט פון מאדערן! ס'געווארן א לעוועל פון 'פרומקייט'!
איז וואס מיינט דאס א מאדערנע-חסיד׳שע, לשיטתך עס איז א תרתי דסתרי.
וואס יא היינטיגע צייטן, חסיד׳יש / ליטוויש / חרדים (ווי אזוי מען רופט דא אין א״י) האט גארנישט מיט פרומקייט מיט אידישקייט עס האט מיט איין זאך ווי דרייסטו זיך ווער זענען דיין חברים אא״ו אזוי מיין איך
אין פלעצער ווי עס וואוינען פונקט אזוינע ערליכע יודן נישט חסידיש ווי חסידיש, ווי למשל אין בני ברק, וואס דארט זענען יא דא עכטע ערליכע ליטווישע יודן, וואס זענען זאך אזוי פרום ווי די פרומסטע חסידישע יודן, בין איך נייגעריק צי דארט ניצט מען אויך דער שפראך.
יא, אין די מקומות נוצט מען אויך די שפראך, יא חסיד׳יש נישט חסיד׳יש.
 
ביי חסידים האט מען דירעקט נישט גערעדט איבער קליידער. די עיקר איז פנימיות. אז קליידער האבן ממש אזא שטארקע השפעה דאן פעלט יסודות פון דער וואס ווערט נשפע.
מאנכע כאפן נישט די קאנצעפט.
אמת, מען האט נישט געמאכט קיין אישו פון די קליידער, בפרט ביי מענער.
דאס איז אבער נאר אזוי לאנג גוט ווילאנג 'קיינער' מאכט נישט קיין אישו דערפון, נישט די עלטערן, נישט דאס קינד, דעמאלס מאכן די מוסדות אויך נישט קיין אישו.
אבער טאמער הייבן די עלטערן אן אריינצולייגן אן עבודה אין די קליידונג, די מארקעטערס זענען מפיץ דעם דבר הבגד בערי מאנסי ובחוצות בארא פארק, און מען הייבט זיי אן צו פוצן און צו מעטשן, דאן דארף מען האבן טענות אויף די וואס האבן אריינגעברענגט די קאנצעפט פון קליידער ביי חסידים. די מוסדות פרובירן שוין נאר אפצושטעלן דעם פלייץ און מחדש זיין ימינו כקדם אז יונגלעך זאלן נישט גיין מיט סטייליש בגדים, נאר פשוט'ע צניעות'דיגע קליידער.
 
Back
Top