כוואליעס ארטיקל עד דלא ידע

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע
צו קאמענטירן אויף מיין ארטיקל ״עד דלא ידע״ וואס איז ערשינען אין די פערטע ״כוואליע״ פורים תשפ״ה
זייער זיס
א דאנק פאר די לאַך

איך בין נישט קיין גרויסע עסעי ליינער these days. ווען איינער דערציילט א מעשה פעהלט נישט אויס אזויפיל ישוב הדעת, אדער ווען מ׳ליינט דא אין קרעמל א הין און צוריק געשפרעך -אויב איז עס א טעמע וואס אינטערעסירט מיר קען איך זיך קאנצענטרירן

אבער אין אלגעמיין איז אפט שווער פאר מיין מח זיך מצמצם זיין. קאנצענטראציע איז צומאל אן עבודה רבה.

זעה איך אבער דא אז ס׳דא אן ארטיקל פון חבקוק בין איך שוין געלאפן קוקן

און געליינט ביז׳ן סוף און הנאה געהאט שטארק פון די פקחות וויאזוי דו האסט דאס צוזאמענגעשטעלט.
ס׳געשמאק צו ליינען און ס׳האט מיר געקאסט א לאַך ביים סוף. א דאפלטע דאנק! (פאר׳ן שרייבן אזא ארטיקל, און פאר׳ן דערמאנען אונז אז ס׳דא עפעס גוטע זאכן צו ליינען! ווען נישט וואלט איך פּראבּעבּלי אפילו נישט געוואוסט אז ס׳דא עפעס גוטס אויסצוטשעקן :)
 
Back
Top