דער 'אלגעמיינער' זשורנאל און ר' יוסף יצחק יעקאבסאן המכונה ראביי YY

איך האב אים גענטפערט אז דער אראבער הארגעט אונז בלויז ווייל מיר הארגענען זיי.

ס'קומט זיך דיר אן הכרת הטוב ווייל דיינע ארטיקלען האלטן דאס פלאץ לעבעדיג, אבער ס'איז ליידער פול מיט שגיאות און ווילדע סטעיטמענטס. ס'וואלט געווען אזויפיל בעסער ווען דו פאקוסט מער אויף די פאקטן ווי איידער דיינע אינערליכע געפילן.

כלפי דיין סטעיטמענט פון די אראבער:
דער מוסלעמענער אראבער הארגעט שוין אויס פאר צענדליגע יארן די סוניס (די קעגנערישע), שאיטן (כנ"ל), די יאזידיס, די קריסטן, די דרוזן, די קורדן אן דעם וואס זיי זאלן וועלן אויסהארגענען אלע מוסלעמענער.
אינטערסאנט אז בלויז די אידן הארגעט ער אויס פאר א גערעכטע סיבה.
 
כ'בין שטארק נייגעריג וואס מיינט א דזשענאסייד?
וואס איז די גדר?

(די אמעריקאנע האבן געמאכט אן דזשענאסייד אויף דייטשלאנד און יאפאן?
ווייל זיי האבן דארט געהרגעט פי כמה אומשולדיגע מענטשן)
נישטא קיין שום דזשענאסייד אין עזה. דאס ווערט בלויז גענוצט אלס א שטעך ווארט דורך די אנטי-ציונים.

וואס איז מעגליך יא דא איז War crimes דורך ביידע זייטן.

אבער אינדיווידועלע War crimes מאכט נאך נישט א מלחמה פאר קיין דזשענעסייד.

א מלחמה וואס די ציל איז צוצוברעכן די קעגנערישע מיליטער הייסט נישט קיין דזשענאסייד אפילו אויב ס'קאסט אפ מערערע ציווילע לעבנס (ווי די דוגמאות וואס דו האסט געגעבן און אפילו די מלחמות פון וויעטנאם, קארעא, אפגאניסטאן ועוד ועוד וואס האט אפגעקאסט פיל מער קרבנות, אלעס נאכן דזשענעבע קאנווענטשן).

אזוי לאנג ווי ס'איז נישטא קיין סיסטעמאטישע אויסראטונג פון א ציווילע באפעלקערונג (אזוי ווי ס'איז געווען ביי די נאציס, ביי די Rewanda, אין דארפור און קאמבאדיע), איז עס נישט קיין דזשענאסייד.

אז דו ווילסט וויסן צו א מלחמה איז א רעגולאר מלחמה אדער א דזשענאסייד ווער געוואר צו ס'איז דא סיסטעם פון צוזאם נעמען ציווילע און מען שיסט זיי פשוט אויס פאוינט בלענק.

אלעס עפעס אנדערש (אפילו אויב מען שיסט אויף א שפיטאל צוליב אפאר מיליטאנטן וואס דרייען זיך דארט) איז נישט קיין דזשענאסייד, פעריאד.

נאכאמאל. ס'קען זיין א War crime! שיסן אויף א שפיטאל איז א הארבע זאך און קען ווערן באטראכט ווי א War crime.
אבער אזוי לאנג ווי די מיליטער קען טענה'ן (מיט עפעס א זאכליכע טענה) אז ס'איז אויך געווען א מיליטערישע ציל, און ס'איז נישט געווען בלויז מיט די ציל צו אויסהארגענען די ציווילע, איז עס נישט קיין דזשענאסייד.

אלע פעלער ווי די מדינה האט געשאסן אויף שפיטעלער האבן זיי ארויסגעלייגט קלארע ווידעאויס און דאקומענטן פון די מיליטערישע צילן דארט.
איך גיי נישט אריין צו איך האלט אז ס'איז געווען גענוג און בארעכטיגט צו טאקע וועגן צילן דעם שפיטאל, געוויסע וועלן אוודאי האלטן אז ס'איז נישט גענוג און דעריבער ווערט עס יא באטראכט ווי א War crime. אבער קיין דזשענאסייד איז עס נישט.

די זעלבע מיט די מערערע שיסערייען ביי די הילף פעקלעך וכדומה.
איך גיי נישט אריין דא ווער ס'איז גערעכט, ווער ס'האט געשאסן, און פארוואס מ'האט געשאסן.
מעגליך אז ס'איז נישט געווען בארעכטיגט, און די סאלדאטן וואס האבן דאס געטוהן דארפן שטיין פאר א געריכט, אבער אזוי לאנג ווי ס'איז נישט געווען אן אטאמאטישער סיסטעם אויסצוהארגענען די ציווילע באפעלקערונג זענען די אלע זאכן צום מערסטנס War crimes.
 
איך זאג אז ער איז א ציוני, ווייל ער לאווט יעדן שייגעץ אבער די פרומע נטורי קרתא העיט ער, אלעס ווייל זיי זענען ערליכע אידן וואס האסן ציונים!
אינטרעסאנט אז צו די פשוט'ע סאטמארע אידן האט ער נישט אזא "העיט" כאטש וואס זיי האסן ציונים.
וואס איז פשט?
 
Back
Top