דער רוביק'ס קיוב

דער רוביקס קיוב - היסטאריע און הינטערגרונד​



התנצלות:
מיין נאמען איז טאקע פידל, און איך פלאן נאך איין טאג צו ארומשמועסן דעם פידל משפחה און מוזיק בככליות, פאר יעצט אבער איז דער רוביק'ס קיוב אויפן אגענדע, נישט ווייל איך ספעציאליזיר זיך דערין, ווייט פון דעם, איך האב עס לעצטנס אנדעקט און נארוואס אנגעהויבן צו דורכטון די מעטאדן פון לייזן דעם קעסטל, און טאקע דערפאר איז די טינט נאך פייכט און איך שרייב עס מער אלס מעניועל פאר מיר אליין וואס איך טייל מיט מיטן עולם.



היסטאריע:

אין 1974 איז אן אונגארישן ארכיטעקט און פראפעסאר – ערנא רוביק – אויפגעקומען מיט א שפילצייג אין די פארעם פון א קיוב, אלץ א מיטל צו העלפן סטודענטן פארשטיין דריי-דימעניסיע געאמעטריע און spatial relationships. ער האט עס א נאמען געגעבן 'מעדזשיק קיוב', אין אונגאריש Buvos kocka.

ער אליין האט נישט גלייך געכאפט די אינטרעסאנטקייט פון דעם שפילצייג און וואס נאך דאס קען אלץ טון. בלויז נאכן פארדרייען זיין קיוב און זיך פלאגן א חודש צייט עס צוריקצושטעלן האט ער איינגעזען אז עס קען דינען ווי א געלונגענע מאטעמאטישע פאזל אויך. אין 1979 איז עס געווארן אפיציעל לייסנסד ביי די Ideal Toy Corporation און גערופן 'רוביק'ס קיוב', ווערענדיג שנעל אויפגעכאפט אלס אינטערנאציאנאלע און פאפולערע פענאמען. אין די פאלגענדע פאר יאר האבן זיך דערפון פארקויפט איבער 100 מיליאן שטיק גלאבאל, פארוואנדלונג עס צו די בעסט-אויפגעכאפטע שפילצייג.


די מאטעמאטיק הינטער דעם קיוב:

די רוביק'ס קיוב איז א מאטעמאטישע מח-בלאזער, די קלאסישע 3X3X3 קיוב האט:
  • 43,252,003,274,489,856,000 מעגליכע לעגאלע קאנפיגעראציעס – דאס איז איבער 43 קוואנטיליאן!
    די נומער גרייכט 519 קוואנטיליאן אויב מען רעכנט צו א פארדרייטע קיוב ווי מען טוישט ארום שטיקלעך.
  • נישט קיין חילוק וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט קען עס ווערן געלייזט אין מערסטנס 20 מאווס!
  • אפגעזען די אסטראנאמישע ציפערן, פארמאגט עס לאגישע און גרינגע מעטאדן עס צו לייזן קאנסיסטענטלי.
די קאמבינאציע פון קאמפלעקציטעט און שפילשאפט פון דעם קיוב איז וואס מאכט עס אינטרעסאנט פאר מאטעמאטיקער אויף איין זייט און פאר אינטערנאציאנאלע פארמעסטן אויפן אנדערן זייט.


פון א פענאמענאן צו א ספארט:

די ערשטע פארמעסט איבערן קיוב איז אפגעהאלטן געווארן אין בודאפעסט אין יארע 1982, דארט האט דער שפילער Minh Thai פון אמעריקע געוואונען דעם פארמעסט נאכן עס לייזן אין א צייט אפשניט פון 22.95 סעקונדעס, א רעקארד פאר די דעמאלסדיגע תקופה.

די פארמעסטן האבן זיך מער פארשפרייט אין די אנהייב פון די 2000'ס, ווען אין יארע 2004 איז געגרינדערט געווארן דעם World Cube Association צו באאויפטראגן איבער די אפיציעלע אינטערנאציאנאלע פארמעסטן. עס האט דאן עקספלאדירט אלס א ספארט – מיט א שטארקייט אין אזיע און בעיקר צווישן יוגענטליכע.

כהיום אין 2025 איז די וועלטליכע רעקארד פאר דעם 3X3 קלאסישן קיוב געהאלטן ביים כינעזן Xuanyi Geng נאכן עס לייזן אין 3.05 סעקונדעס, אראפווארפענדיג די פריערדיגע 2018 רעקארד פון 3.47 סעקונדעס. ווען מ'רעכנט אבער דעם עוורידזש פון אלע שפילן קומט Yiheng Wang אריין מיטן רעקארד פון 3.90 סעקונדעס אלס די שנעלסטע עוורידזש.

גרייכן די סוב-3 מארק קומט נאך אן עוואלוציע פון יארן וואס די לייזן-צייט איז געווארן אלס שנעלער און שנעלער. אין 2003 איז סוב-20 געווארן ערייכט, אין 2015 איז די סוב-5 געבראכן געווארן, און די פארמעסט גייט ווייטער אן.

די פארמעסטן אין דעם הינזיכט גייען ווייטער ווי בלויז לייזן דעם 3X3 קיוב. עס זענען דא א גאנצע רייע פון אנדערע, מער-סאפיסטיקירטע, פאזלס און פארעמעס, א שטייגער ווי 4X4, דרייעקן, אא"וו. אויך קומען מאנכע אויף מיט חידושים, ווי עס לייזן מיט פארמאכטע אויגן, מיט איין האנט, בשעת'ן דזשאגלען, און נאך פארשידענע אטעם-פארכאפענדע וועגן צו געווינען א רעקארד אין דעם פעלד.


מעטאדן:

צו לייזן דעם קיוב זענען דא פארשידענע מעטאדן וואס האבן זיך עווארבן איבער די יארן. אין די נאכפאלגענדע ארטיקלען האפן מיר אריינצוגיין מער בפרטיות אין געוויסע פון זיי. פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון די מעטאדן וואס ווערן באנוצט צו לייזן דעם קיוב סיסטעמאטיש:
  • די בעגינער'ס מעטאד, דאס איז וואס רוב אומערפארענע און עמך מענטשן וועלן נוצן. עס האט די מעלה אז עס פאדערט נישט קיין סאך זכרון און מיט 5-7 איינפאכע אלגאריטמס - סעריעס פון מאווס, קען מען עס קאנסיסטענטלי לייזן, אבער דערפאר איז עס אויך נישט זייער עפישענט ווען אין אסאך פעלער זענען דא שנעלערע אלגאריטמס וואס זענען ס"ה מער קאמפליצירט.
  • די מעטאד ארבייט אז מען הייבט אן שורה ביי שורה פון אונטן ארויף ביז דאס גאנצע איז געלייזט.
  • די CFOP מעטאד. דאס ווערט באנוצט דורך אמערסטנס פראפעסיאנאלן און ספיד-קיובערס און דאס האט געווינען רוב פארמעסטן בעבר. עס איז ערפינדן געווארן דורך א פראפעסאר Jessica Fridrich, און די מעטאדע איז איינגעטיילט אין פיר חלקים, די קראס, די אונטערסטע צוויי שורות, די אויבערשטע שורה, און מסדר זיין דעם אויבערשטע שורה, יעדע טייל קומט מיט א באזונדערע סעט פון אלגאריטמס – 120 אלגאריטמס אינאיינעם.
    (CFOP שטייט פאר: Cross, First 2 layers, Orienting last layer, Permuting last layer)
  • די Roux מעטאד, גערופן נאך Gilles Roux דער ערפינדער. די מעטאד ארבייט דורכן איינטיילן די קיוב אין בלאקס ענדערש ווי אין שורות, עס נעמט ווייניגער מאווס צו לייזן אבער מער מחשבה און פאראויס-קוק, געוויסע שווערן זיך דערין, פארט איז עס ווייניגער פאפולאר ווי דעם פריערדיגן מעטאד.
  • די ZZ מעטאד. עס בויט זיך אויפן צווייטן שלב פון דעם CFOP מעטאד (First 2 layers), עס פריאריטיזירט אז מער שטיקלעך זאלן זיך צוזאמקומען ווען מען לייזט יענעם שלב. עס איז אין א וועג מער עפישענט אבער אויך ווייניגער אינטואטיוו.
דאס זענען מער ווייניגער די מערסט באקאנטע און מערסט באנוצטע מעטאדן דורך פראפעסיאנאלן און בעגינערס.


אונטערן פאזל:

די שליסל צו דעם פארמעסט ליגט אין זיך איינ'חזר'ן און געדענקען אלגאריטמס, און אין מוסקל-מעמארי צו רוקן די פינגער גענוג שנעל און פונקטליך. דערצו קומט צו די סקיל פון קוקן פאראויס און קענען אפשאצן די מאווס גענוג פרי איידער מען האלט דארט, אבער דאס קומט אויך אראפ צו Advanced pattern recognition און וויפיל מען האט זיך איינגעוואוינט אין דעם שפיל, און אין דעם זין האט עס א פארגלייך צו שאך.

די ערשטע טייל – זיך איינ'חזר'ן אלגאריטמס איז בכלל נישט אזוי שווער ווי עס הערט זיך, און מיר האפן אינעם קומענדיגן ארטיקל זיך צו נעמען צו ספעציפישע אלגאריטמס און זיי צולייגן אויף קלענערע שטיקער. טרענירן די פינגער צו ארבייטן פלינק איז די שווערערע חלק, אבער דאס איז אנגעבליך אויך גרינג אויב מען געבט אוועק אפי' געציילטע מינוט א טאג צום פראקצירונג.


די אויסשטעל, טערמינען און נאטאציעס:

קיובינג קומט מיט אן אייגנארטיגע סעט פון טערמינען און כללים וואס איז וויכטיג צו פארשטיין איידער מען וויל זיך נעמען צו לייזן דעם קיוב.

ערשט דארף מען פארשטיין די אויסשטעל דערפון.
די קיוב האט זעקס זייטן מיט באזונדערע קאלירן, אנגענומען איז א מען האלט די ווייסע זייט אויף אראפ און די גרינע זייט צום מענטש, לויט דעם קומט געל אויב פון אויבן, אראנדזש צו רעכטס, רויט צו לינקס, און בלוי אויפן זייט אוועק פונען שפילער. עס איז גוט צו געדענקען אז די סטאנדארט איז אייביג אז ווייס איז אנקעגן געל, גרין אנקעגן בלוי, און רויט אנקעגן אראנדזש.

די צענטער שטיקל אויף יעדן זייט בלייבט אויף זיין פלאץ רעלאטיוו צו אלע אנדערע זייטן און שטיקלעך.
ווינקלען (corners) זענען פארהאן 8, א ווינקל מיינט יעדע שטיקל וואס פארמאגט דריי קאלירן צו זיך.
עקן (edges) זענען פארהאן 12, מיט צוויי קאלירן פער עק.

אן אלגאריטם באדייט א סעט פון מאווס וואס קומען אין א סיקווענס איינס נאכן צווייטן, און עס זענען דא פילצאליגע דערפון געוואנדן וועלכע מעטאד מען נוצט.

די וועג וויאזוי מען שרייבט אראפ מאווס און אלגאריטמס איז מיטן נוצן די פאלגענדע אותיות:
  • R – רעכטס, דאס איז ווען מען דרייט די רעכטע זייט פונעם קיוב clockwise (אוועק פון זיך)
  • L – די לינקע זייט clockwise (צו זיך)
  • U – די אויבערשטע זייט clockwise
  • D – די אונטערשטע זייט clockwise
  • F – די פארענט זייט, די זייט וואס קוקט צום מענטש clockwise
  • B – די זייט אוועק פונעם מענטש
  • M – די מיטעלסטע שורה (צווישן רעכטס און לינקס), די clockwise דערפון פאלגט נאך די דיירעקציע פונעם לינקן זייט
דאן זענען דא נאטאציעס צו באצייכענען אנדערע מאווס.

  • Prime – ווי עס ווערט אויסגעלייגט מיט א שטרעכל (') איז ווען מען דרייט א ספעציפישע זייט counterclockwise, צום ביישפיל, 'R מיינט אז מען דרייט דעם רעכטן זייט קאונטער-קלאקווייז.
    וויכטיג אנצומערקן, clockwise און counterclockwise רעכנט זיך אייביג פון דעם פערספעקטיוו ווען מען באטראכט יענער זייט, דאס מיינט אז B און D וועט זיך רעכענען ווי כאילו מען קוקט אויף די קיוב פון הינטן אדער פון אונטן און מען דרייט עס לויט דעם.
  • די נומער 2 מיינט אז מען דרייט עס צוויי מאל, 180 דעגרי. R2 וועט מיינען אז מען דרייט די רעכטע זייט צוויי מאל, עס וועט נישט אויסמאכן clockwise אדער counterclockwise.
  • א lowercase letter מיינט אז מען שלעפט מיט די שורה דערנעבן. לדוגמא, r וועט מיינען אז מען דרייט די רעכטע אינאיינעם מיט די מיטעלסטע, f וועט מיינען אז מען דרייט די פארנט זייט אינאיינעם מיט די מיטעלסטע, אא"וו.
  • עס זענען דא טערמינען און נעמען פאר פארשידענע קאנפיגעראציעס און פאזיציעס פונעם קיוב, מען וועט צוקומען צו זיי ווען מען קוקט אריין טיפער אין די ספעציפישע מעטאדן ווען זיי זענען רעלעוואנט.
א קלאסישע אלגאריטם וואס איז ווערד צו געדענקען איז 'R U R’ U, דאס מיינט, רעכטע clockwise, אויבערשטע clockwise, רעכטע counterclockwise, און אויבערשטע counterclockwise. די אלגאריטם ווערט אפט באנוצט אלס טייל אינמיטן אנדערע אלגאריטמס, און איז געראטן צו געדענקען.
אויך האט עס די אייגנשאפט אז מאכן דעם אלגאריטם 6 מאל אין א רייע ברענגט עס צוריק צו וואו עס האט אנגעהויבן. אז איר וועט נעמען א געלייזטע קיוב און מאכן דעם אלגאריטם 6 מאל אין א צי וועט עס ווערן צוריק געלייזט. דאס איז בדרך אגב א גוטע מיטל צו טרענירן די פינגערס פאר פלינקקייט.


צייט צו רעדן איבער וועלכע קיוב זיך איינצושאפן.

די ארגינעלע 'רוביק'ס קיוב' ברענד האט ביז לעצטנס געהאט איין סארט קיוב וואס איז ווארשיינליך די סארט וואס איר משל'ט זיך אויס ווען איר טראכט פון א רוביק'ס קיוב. די קיוב אליין איז שווארץ און דערויף זענען דא סטיקערס אדער טיילס מיט די פארשידענע קאלירן. די קיוב, אדער סיי וועלכע ביליגע קיוב איר זעט, האט אבער די חסרון אז עס דרייט זיך שווערליך און עס איז בכלל נישט פאסיג פאר ספיד-קיובינג און פאר די פארמעסטן.

דערפאר זענען דא די פראפעסיאנאלע קיובס כזה:

Rubik's cube.webp


דאס איז דיזיינד מיטן ציל צו זיין גרינג און געשמאק צו דרייען, עס קען שניידן ווינקלען ווען די קיוב איז נישט פונקטליך aligned, און עס קומט מיט פארשידענע features עס צו מאכן באקוועמער און בעסער.

געוויסע קומען מיט מאגנעטן צווישן די שטיקלעך, אנדערע האבן אויך מאגנעטן אינמיטן וואס מאכט עס נאך מער גרינג צו דרייען. געוויסע קומען שוין לובריקירט אנדערע דארף מען אליין באשמירן. רוב קומען מיט די מעגליכקייט צו טיונען די שטייפקייט און עס פארבעסערן לויט די אייגענע געשמאק. און אין די אלע דעטאלן איז וואו געוויסע קאמפאניס שטארצן ארויס אלס בעסערע און שוואכערע ברענדס.

מען קען רעדן און רעדן נאר פון די סארט קיובס און פון די חילוקים צווישן זיי אלע. די פרייזן קענען לויפן צווישן 5 דאלאר און 120 דאלאר רואיגערהייט. אבער אויב זוכט איר איינס אנצוהייבן וועט איר לכאורה זיין צופרידן מיט א 10-20 דאלארדיגן, עס וועט דינען דעם ציל פערפעקט.
די הויפט קאמפאניעס אויפן ארענע זענען Mo Yu, GAN, Qi Yi, YJ, אויך האט Rubik’s אליין ארויסגעגעבן א ספיד-קיוב מיט א צייט צוריק.

און אז איר זענט ערענסט איבער ווערן א טשאמפיאן, דאן שאפט אייך איין דעם ספעציעלן טיימער אויך, די לובריקאנט, און די סחורה ארויפצוווארפן דעם קיוב ווען עס איז פארטיג. מיט הצלחה!


אינעם קומענדיגן קאפיטל:

מער איבער דעם CFOP מעטאד און די אלגאריטמס וואס עס נוצט.


ביז דערווייל:

נעמט אפיר אייער קיוב און הייבט אייך אן ארומשפילן דערמיט, עס וועט אייך נאך דינען אזוי גוט ווי א פידזשעט ספיננער.



אט איז די רוביק'ס אפיציעלע וועבזייטל וואו מען קען ליינען איבער זייער היסטאריע, קויפן די פראדוקטן, און אראפלאדענען א בעגינערס גייד וועלכע געבט גענויע אנווייזונגען פאר די בעגינערס מעטאד. The Official Rubik’s Cube | Make Your Move
 

די CFOP מעטאדע​


אריינפיר:

ווי געזאגט פריער זענען פארהאן אפאר מעטאדן צו לייזן דעם רוביק'ס קיוב סיסטעמאטיש. די פשוטע בעגינערס מעטאד קען מען אראפלאדענען פון די אפיציעלע רוביק'ס וועבייטל (לינק ביים ענדע פונעם פריערדיגן ארטיקל) עס לייגט אויס וויאזוי צו לייזן דעם קיוב מיט קלארע וויזואלן. אין דעם ארטיקל גייט מען זיך נעמען צום CFOP מעטאד און עס אראפלייגן באריכות טריט ביי טריט אז איר זאלט עס קענען לערנען און עס נוצן צו לייזן אייער אייגענע קיוב.

די מעלה פון דעם מעטאד איז אז עס קען ווערן געלערנט אויף מער א פשוטע אופן מיט ווייניגער אלגאריטמס צו געדענקען, אבער צום זעלבן צייט קען מען אייביג ווייטער וואקסן מיט דעם און זיך צולערנען נאך אלגאריטמס וואס מאכט די מעטאד נאך מער עפישענט און שנעלער. די מעטאד ווערט באנוצט דורך רוב סוקסעספולע פארמעסט שפילער, עס איז זייער צענטראל און פאפולאר אבער אויך צוגענגליך פאר ניי-קומערס. אלע שטאפלען אויפן הויכן לעוועל פארמאגן 120 אלגאריטמס אינאיינעם, אבער אויף אנצוהייבן קען מען לערנען אן ערך פון בלויז 15 און עס איז גענוג ווילאנג מען איז נישט אויסן עס צו לייזן שנעלער.


די פיר שטאפלען פון CFOP:

C
שטייט פאר Cross. דאס איז די ערשטע שטאפל פון אויסשטעלן די ווייסע זייט אלס א קראס, די צענטער מיט די עקן אינעם ריכטיגן פלאץ, נאכנישט די ווינקלען.

F שטייט פאר First 2 layers אדער F2L אין קורצן. דאס איז די שטאפל וואו מען לייזט די ווייסע ווינקלען אינאיינעם מיט די עקן איבער זיי - די רויטע, בלויע, גרינע און אראנדזשע.

O שטייט פאר Orienting last layer אדער OLL. דאס איז ווען מען איז מסדר אלע געלע פון אויבן, אין דעם שטאפל זענען זיי נאכנישט אין די ריכטיגע פלאץ.

P שטייט פאר Permuting last layer אדער PLL. דאס איז ווען מען שטעלט אויס אלע געלע אין זייער ריכטיגן פלאץ.

Screenshot 2025-11-16 135657.webp



OLL און PLL האבן צוויי וועגן זיי צו לייזן, look 1 און 2 look.
איין בליק באדייט אז יעדע קאנפיגעראציע האט א באזונדערע אלגאריטם און מען לייזט עס אויף איינמאל, OLL האט 57 אלגאריטמס אין דעם מהלך, און PLL האט 21 לאנגע אלגאריטמס.
2 look איז אבער וואס מיר וועלן לערנען דא און דאס לייזט קודם די ווינקלען אין OLL און דאן די עקן, ביי PLL לייזט עס ערשט די עקן און דאן די ווינקלען, אבער עס ברענגט אראפ די נומער פון אלגאריטמס צו בערך 6 פאר OLL און PLL באזונדער.


Cross:

די ערשטע שטאפל פארלאנגט נישט בדוקא קיין סופיסטיקירטע אלגאריטמס עס איז זייער אינטואטיוו און עס איז שווער צו צומישן די געלייזטע שטיקלעך אין דעם שטאפל אז אן אלגאריטם זאל זיך אפילו אויספעלן. מען דארף זען אז די ווייסע עקן זאלן אנקומען אונטן אין זייער ריכטיגן פלאץ, דאס מיינט די ווייס-בלויע עק זאל אנכאפן סיי די ווייסע און סיי די בלויע צענטער, און אזוי מיט די אלע אנדערע קאלירן. כזה:

Screenshot 2025-11-16 133028.webp

א גרינגע וועג דאס צו ערייכן איז ווען א ווייסע ליגט מיט ווייסן פנים אויפן געלן זייט – אויבן פונעם קיוב, דרייט מען די געלע זייט – U ביז די זייטיגע קאליר פון יענעם עק טרעפט זיך מיט זיין צענטער, לדוגמא א ווייס בלויע עק רירט אן דעם בלויע צענטער, מען דרייט דאן אראפ די בלויע זייט 180 דעגרי. און עס איז אין פלאץ!

אויב די ווייסע זייט ליגט אויסגעדרייט צו איינע פון די זייטן קען מען אייביג עס ארויפדרייען צו אויבן אדער צו אונטן מאכענדיג זיכער אז די ווייסע זייט קומט אן אויבן/אונטן, לדוגמא אויב די ווייסע זייט ליגט אויפן גרינעם זייט, די זייט צום מענטש – F, רעכטס אדער לינקס, דרייט מען נישט די גרינע זייט נאר מען דרייט די ספעציפישע זייט אזוי אז די ווייסע זייט קומט אן אויבן אדער אונטן געוואנדן צו מען איז גרייט עס צו שטעלן אין פלאץ.

איך האף עס איז קלאר. צופיל מסביר זיין דעם שטאפל קען נאר מער צומישן. פראבירט אליין אויס, נאך אפאר פראוון דארפט איר צו זיין סוקסעספול און אראפברענגען אלע ווייסע עקן אין פלאץ.


F2L:

אין דעם שטאפל זוכן מיר צו לייזן די ווייסע ווינקלען אינאיינעם מיט די עקן איבער זיי, וואס מיט דעם זענען די אונטערשטע צוויי שיכטן געלייזט.

Screenshot 2025-11-16 140119 3.webp


עס זענען פארהאן איבער 70 מעגליכע קאנפיגעראציעס איידער מען הייבט אן דעם שטאפל, אבער גייענדיג מיט יעדע ווינקל באזונדער קען מען איינטיילן דעם שטאפל אין 5 באזונדערע מעגליכקייטן, און מיט געציילטע אלגאריטמס קען מען לייזן ווינקל ביי ווינקל אן צומישן די פריערדיגע.

פאלגענד זענען די 5 מעגליכע קאנפיגעראציעס וואס מען גייט לייזן. פארשטייט זיך די קאלירן זענען דא להמחשה בעלמא, סיי וועלכע קאלירן האבן די זעלבע כללים:
Screenshot 2025-11-16 141046 2.webp



די געדאנק איז אז די ווינקל מיט די עק וואס באלאנגען צוזאמען זענען ביידע אויפן אויבערשטן שיכט אבער זיי רירן זיך דערווייל נישט אן. די ווינקל קען ליגן אויף דריי וועגן, סיי וועלכע פון זיינע דריי קאלירן קענען זיין מיטן פנים ארויף, און די עק קען ליגן אויף צוויי וועגן, פינף אינאיינעם.

אנגרייטן די שטיקלעך פאר F2L.

די ערשטע זאך איז וויכטיג צו קענען אויסשטעלן דעם קיוב צו איינע פון די 5 פעלער. אפט מאל כאפן זיי זיך יא אן אויפן נישט ריכטיגן וועג, אדער זענען זיי באהאלטן פון אונטן אדער צו איינע פון די זייטן און מען דארף זיי ערשט ארויפברענגען איידער מען הייבט זיי אן צו לייזן.

אויב די ווינקל וואס איר זוכט איז אין א ווינקל פון אונטן, האלט דעם ווינקל צו אייער רעכטע זייט און איר קענט אייביג מאכן 'R U R’ U (רעכטע clockwise, אויבערשטע clockwise, רעכטע counterclockwise, און אויבערשטע counterclockwise), און עס קומט אן צום אויבערשטן רעכטן ווינקל אן צומישן סיי וועלכע אנדערע געלייזטע שטיקלעך.

די זעלבע איז ווען די עק וואס איר זוכט איז אויף א זייט, דרייט ארום דעם קיוב אז יענע זייט איז אויף אייער רעכטע זייט און מאכט די 'R U R’ U אלגאריטם און עס וועט זיך טרעפן אויבן. מאכט נאר זיכער אז די ווינקל וואס ליגט שוין אויבן זאל נישט ווערן באהאלטן אלס רעזולטאט, איר קענט דאס טון דורכן אוועקדרייען U איידער איר מאכט דעם אלגאריטם.

ווען ביידע ליגן שוין אויבן מאכט זיכער אז זיי רירן זיך נישט אן, אויב רירן זיי זיך יא אן נוצט דעם 'באהאלטן אלגאריטם' וואס איז אז איר האלט דעם ווינקל צו די רעכטע אויבערשטע זייט, די עק זאל זיין אין די מיטעלסטע שורה, און איר מאכט R’ U R. אויב די עק ליגט אויך אויף די רעכטע זייט פון אויבן מאכט 'U’ R U’ R. עס איז נישט קיין חילוק וועלכע זייט די עק טרעפט זיך ווילאנג עס כאפט נישט אן דעם ווינקל.


יעצט ווען איר האט איינע פון די אויבדערמאנטע 5 פעלער קענט איר זיי אנהייבן צו לייזן. און דא וועט זיך ווענדן וועלכע פאל איר האט.

F2L - די 5 פעלער.
  1. מעטשינג. ווען די עק וואס איר האט איז מיטן פנים ארויף צו א געוויסע קאליר, און די ווינקל איז אויך מיטן פנים ארויף צום זעלבן קאליר, און די ווייסע זייט איז אויפן רעכטן זייט (די בילד מערסט צו לינקס אויבן). דרייט U אז די ווינקל זאל זיך טרעפן העכער די פלאץ ווי עס דארף עווענטואל אריינגיין און האלטס דעם קיוב אז יענע ווינקל זאל זיין רעכטס-פארנט פון אייך.
    איר גייט יעצט לייגן דעם ווינקל אינעם 'באהאלטן ארט' - 'R, און איר גייט דרייען U וועלכע וועג עס גייט ברענגען דעם עק צו די פארנט-מיטן פון אייך. דאן ווען איר מאכט R האט איר זיי אין די ריכטיגע אויסשטעל גרייט אריינצוגיין אינעם ווינקל צוזאמען. עס אריינצושטעלן גייט איר מאכן U’ F’ U F און איר האט איין ווינקל מסודר.
    אויב האט איר נאך מעטשינג פעלער, מאכט דעם זעלבן שפיל דארטן.

  2. נישט מעטשינג. ווען די עק מיטן ווינקל האבן אנדערע קאלירן אויף ארויף, ווייס איז נאכאלץ רעכטס (צווייטע בילד פון לינקס).
    מאכט זיכער אז די עק איז צו די בעק, איר קענט דאס טון דורכן לייגן די ווינקל אינעם באהאלטן ארט און דרייען U, אנדערש ווי פריער וואס זיין פאזיציע מאכט נישט אויס לינקס אדער בעק.
    דרייט 'R U R, און די ווינקל איז מסודר.

  3. ווען די ווינקל האט די ווייסע פנים אויף ארויף (מיטעלסטע בילד).
    דרייט U ביז די עק כאפט אן איר צענטער קאליר און ברענגט דעם קיוב אז יענע זייט זאל זיין צו אייער פארנט, אפילו דאס שטופט אוועק דעם ווינקל פון רעכטס-פארנט.
    דרייט F אוועק פון די ריכטיגע זייט, דאס מיינט אויב איז די עק אראנדזש בלוי און איר האלט אראנדזש אין פארנט דרייט עס counterclockwise אזוי אז די בלוי גייט נישט צום ריכטיגן זייט.
    ברענגט דעם ווינקל איבער דעם עק דורכן דרייען U סיי וועלכע וועג, יעצט זענען די צוויי באהאפטן.
    דרייט צוריק F אז די סעט איז יעצט פון אויבן צוריק.
    דרייט U’ F’ U F, און עס איז אריין אין פלאץ. מעגליך איר דארפט מאכן די שפיגל מאוו אויב די ווייס שטייט אין פארנט.

  4. שפיגל מעטשינג, ווען די קאלירן פון אויבן זענען די זעלבע אבער ווייס איז פון פארנט נישט רעכטס (צווייטע בילד רעכטס).
    דרייט 'U, באהאלט די ווינקל צו די בעק-רעכטס דורך R, דרייט U ביז די עק איז צו די בעק, ברענגט ארויף דעם ווינקל – 'R.
    דרייט 'U2 R U’ R און עס איז אין פלאץ.

  5. נישט מעטשינג מיט ווייס אין פארנט (ערשטע בילד רעכטס).
    מאכט זיכער די עק איז אויפן לינקע זייט, באהאלט דעם ווינקל און דרייט U אויב נישט.
    דרייט F’ U’ F און עס איז אין פלאץ.

נעמט אין אכט:

פאר די ערשטע צוויי אדער דריי ווינקלען וואס איז לייזט וועט עס נארמאלערהייט נישט צומישן די אנדערע וואס איר האט שוין געלייזט. אבער ווען איר האלט ביין פערטן, איר האלט דעם ווינקל איבער די פלאץ וואו עס באלאנגט, און איר ווילט למשל עס באהאלטן פאר א מינוט אוועקצוריקן דעם עק, אדער איר ווילט עס לייזן אין געוויסע פון די פעלער, וועט אויסקומען אז איר ברענגט ארויף א געלייזטע ווינקל און איר צומישט עס.
אין דעם פאל קענט איר אויפגעבן אויפן כלל פון עס האלטן איבער די באלאנגעטע ווינקל. דרייט U אז ווען איר באהאלט דעם ווינקל זאל נאר קומען צום אויבערפלאך די אומגעלייזטע זייט.
שפילט זיך ארום דערמיט, איר וועט איינזען אז דאס איז זייער אינטואטיוו און עס העלפט לייזן אלע ווינקלען אן צומישן איינער דעם אנדערן.


אינעם קומענדיגן ארטיקל:
OLL און PLL שטאפלען.

אויב זענט איר באהאוונט אין די בעגינערס מעטאד קענט איר אין דעם צייט לייזן די אויבערשטע שיכט מיט יענעם מעטאד, עס וועט ארבייטן!
 

OLL און PLL שטאפלען פון CFOP​


נאכן לייזן די אונטערשטע צוויי שיכטן דורכן מאכן דעם ווייסע קראס און דאן דעם F2L שטאפל, קומט די צייט צו מסדר זיין די געלע זייט פון אויבן און זיי שטעלן אין פלאץ. דערפאר איז דא OLL וועלכע שטעלט זיי אלע פון אויבן, און PLL וועלכע שטעלט זיי אין די ריכטיגע פלאץ.

די פראפעסיאנאלע מהלך האט 57 אלגאריטמס פאר OLL, און 21 פאר PLL. מיר גייען אבער איינטיילן ביידע שטאפלען אין 2, אדער ווי עס ווערט גערופן 2 Look OLL/PLL. מיט דעם מהלך ברענגט עס אראפ די צאל אלגאריטמס צו 10 פאר OLL און צו 6 פאר PLL.


OLL:

צו מסדר זיין דעם געלע שיכט הייבן מיר אן מיטן אהערשטעלן א קראס מיט די עקן און דאן מסדר זיין די ווינקלען. ביידע פון די דארפן דערווייל נישט זיין אויפן ריכטיגן פלאץ, די עיקר איז אז זיי זענען געל.

נאכן לייזן די אונטערשטע צוויי שיכטן זענען דא 3 מעגליכקייטן וויאזוי די געלע זייט קוקט אויס, עס קען האבן אדער נאר די צענטער, אדער א פארעם פון א L, אדער א שורה פון געל, כזה:

Screenshot 2025-11-16 212402 2.webp

פאר דערווייל איגנארירט מען די ווינקלען אינגאנצן, עס מאכט נישט אויס וואו זיי זענען.

  • אויב עס איז א שורה ווי אין די לינקע בילד מאכט מען דעם פאלגענדן אלגאריטם:
    'F (R U R’ U’) F
    עס איז זייער גרינג, עס האט די אויבענדערמאנטע R U R’ U’ מאווס נאר מען דרייט די פארנט פארדעם און נאכדעם.

  • אויב איז עס די L פארעם, דרייט מען אז די L זאל זיין אויפן רעכט-פארנט זייט, ווי אין די מיטעלסטע בילד, און מען מאכט אן אלגאריטם כמעט ווי פריער נאר די פארנט דרייט מען אינאיינעם מיט די מיטעלסטע שיכט:
    'f (R U R’ U’) f
    געדענקט אז lowercase מיינט אז מען דרייט צוויי שיכטן אינאיינעם.

  • ווען עס האט נאר די צענטער מאכט מען ביידע אלגאריטמס אינאיינעם:
    'F (R U R’ U’) F' f (R U R’ U’) f


איינמאל די קראס איז מסודר זענען דא 7 אופנים וויאזוי די געלע זייט קען זיין אויסגעשטעלט, זיי רופן זיך, Sune, Anti-Sune, H, Pi, U, T, און L. כזה:
Screenshot 2025-11-16 212415 2.webp


Screenshot 2025-11-16 212431 2.webp

  • Sune איז ווען איין ווינקל איז מסודר און ווען מען האלט עס אויפן לינקן-פארנט זייט איז דא א געלע אויף די פאדערשטע זייט. די אלגאריטם גייט:
    'R U R' U R U2 R

  • Anti-Sune איז די שפיגל פון די פריערדיגע, נאר אים דעם פאל דרייט מען U אז די גוטע ווינקל זאל זיין לינקס-בעק אויף די אויבערשטע זייט, און מען מאכט:
    (R’ U’ R U’) R’ U2 R

  • H איז ווען קיין איין ווינקל איז נישט אויף די אויבערשטע זייט נאר זיי זענען ווי העדלייטס אויף ביידע זייטן. מען האלט זיי אז די העדלייטס זאלן זיין צו רעכטס און צו לינקס, און מען מאכט:
    R’ U’ R U’ (R’ U R U’) R’ U2 R

  • Pi איז ווען פון איין זייט איז דא העדלייטס און פון די אנדערע זייט זענען זיי ווי אויגן פון א פייגל, אנקעגן איינער די צווייטע. מען האלט די העדלייטס אויף די לינקע זייט און מען מאכט:
    R U2 R2 U’ R2 U’ R2 U2 R

  • U איז ווען צוויי ווינקלען זענען מסודר אויפן זעלבן זייט און פון די אנדערע זייט זענען דא העדלייטס, מען האלט די העדלייטס פון פארענט צו זיך:
    'R2 D R’ U2 R D’ R’ U2 R

  • T איז ווען צוויי ווינקלען זענען מסודר אויפן זעלבן זייט און פון די אנדערע זייט זענען דא פייגל אויגן, די מסודר'דיגע לייגט מען אויפן רעכטן זייט:
    'r U R’ U’ r’ F R F
    געדענקט אז lowercase מיינט אז מען דרייט צוויי שיכטן אינאיינעם.

  • L איז ווען צוויי שיפע ווינקלען זענען מסודר, מען האלט איין ווינקל רעכטס-פארנט און די צווייטע לינקס-בעק:
    'F R’ F’ r U R U’ r

PLL:

איינמאל אלע געלע זענען פון אויבן קען מען זיך נעמען אויסשטעלן יעדער אין זיין פלאץ. אין דעם שטאפל טיילט מען עס אויך איין אין 2 Look, קודם שטעלט מען אויס די ווינקלען גוט, און דאן די עקן, וואס האבן צוזאמען 6 אלגאריטמס.

די ווינקלען קענען אויסזען ווי פאלגענד:

Screenshot 2025-11-16 222104 2.webp
Screenshot 2025-11-16 222119 2.webp


  • די לינקע בילד האט ווי העדלייטס אויף די לינקע זייט, די קאליר וואס האט די העדלייטס מאכט נישט אויס, מען דארף עס נאר לייגן אויף די לינקע זייט:
    'R U R’ U’ R’ F R2 U’ R’ U’ R U R’ F

  • די רעכטע בילד דארף מען טוישן די שיפע ווינקלען, מען האלט עס ווי אויפן בילד, די גוטע ווינקלען אויף לינקס-פארנט און רעכטס-בעק:
    'F R U’ R’ U’ R U R’ F’ R U R’ U’ R’ F R F


ווען די ווינקלען זענען מסודר האט מען 4 מעגליכקייטן וויאזוי צו רוקן די עקן, ווי פאלגענד:

Screenshot 2025-11-16 222129 2.webp
Screenshot 2025-11-16 222143 .webp
Screenshot 2025-11-16 222158 .webp
Screenshot 2025-11-16 222218 .webp


די קאלירן אויפן בילד מאכן נישט אויס, לייגט נאר צו קאפ צו די פאזיציעס און וואו מען וויל זיי רוקן.

  • אויפן רעכטן בילד האט מען איין גוטע עק אין די בעק, מען וויל טוישן ווי א דרייעק counterclockwise:
    R U’ R U R U R U’ R’ U’ R2
  • צווייט פון רעכטס וויל מען רוקן א דרייעק clockwise:
    'R2 U R U R’ U’ R’ U’ R’ U R

  • דריטע פון רעכטס וויל מען טוישן אלע עקן מיט די אנקעגן זיי:
    M’ U’ M2 U’ M2 U’ M’ U2 M2
    געדענקט אז M רעכנט מען clockwise אזויווי L - די לינקע זייט
  • די אויפן לינקן זייט וויל מען טוישן די עקן מיט די שיפע פאזיציעס:
    M2 U’ M2 U2 M2 U’ M2

און דערמיט האבן מיר געלייזט דעם רוביקס קיוב דורכן נוצן די CFOP מעטאד!


אויספיר.


אויבן אויף קוקט F2L אפשר אויס מער קאמפליצירט ווי OLL און PLL, אבער דאס איז נאר ווייל עס האט מער כללים וויאזוי צו האלטן דעם קיוב איידער מען הייבט אן די אלגאריטמס. די אלגאריטמס אליין ווי אויך די פאזיציע איינמאל מען כאפט עס, איז אין ווארהייט מער אינטואטיוו. די לעצטע צוויי שטאפלען דארף מען קענען געדענקען די אלע לענגערע אלגאריטמס, און נאך מער, אויב וויל מען זיין מער פראפעסיאנאל, וואס מאכט עס שווערער.

חזר'ט אייך איין די אויבנדערמאנטע אלגאריטמס, עס נעמט נישט לאנג, און די הנאה פון זען די קיוב געלייזט איז אויך נישט אוועקצומאכן. דערווייל לאז איך עס ביי דעם, אויב וועט זיין א פארלאנג וועט מען צוברענגען די אלגאריטמס פאר די מער עדווענסד 1 look OLL און PLL.
 
Back
Top