דער רוביקס קיוב - היסטאריע און הינטערגרונד
התנצלות:
מיין נאמען איז טאקע פידל, און איך פלאן נאך איין טאג צו ארומשמועסן דעם פידל משפחה און מוזיק בככליות, פאר יעצט אבער איז דער רוביק'ס קיוב אויפן אגענדע, נישט ווייל איך ספעציאליזיר זיך דערין, ווייט פון דעם, איך האב עס לעצטנס אנדעקט און נארוואס אנגעהויבן צו דורכטון די מעטאדן פון לייזן דעם קעסטל, און טאקע דערפאר איז די טינט נאך פייכט און איך שרייב עס מער אלס מעניועל פאר מיר אליין וואס איך טייל מיט מיטן עולם.
היסטאריע:
אין 1974 איז אן אונגארישן ארכיטעקט און פראפעסאר – ערנא רוביק – אויפגעקומען מיט א שפילצייג אין די פארעם פון א קיוב, אלץ א מיטל צו העלפן סטודענטן פארשטיין דריי-דימעניסיע געאמעטריע און spatial relationships. ער האט עס א נאמען געגעבן 'מעדזשיק קיוב', אין אונגאריש Buvos kocka.
ער אליין האט נישט גלייך געכאפט די אינטרעסאנטקייט פון דעם שפילצייג און וואס נאך דאס קען אלץ טון. בלויז נאכן פארדרייען זיין קיוב און זיך פלאגן א חודש צייט עס צוריקצושטעלן האט ער איינגעזען אז עס קען דינען ווי א געלונגענע מאטעמאטישע פאזל אויך. אין 1979 איז עס געווארן אפיציעל לייסנסד ביי די Ideal Toy Corporation און גערופן 'רוביק'ס קיוב', ווערענדיג שנעל אויפגעכאפט אלס אינטערנאציאנאלע און פאפולערע פענאמען. אין די פאלגענדע פאר יאר האבן זיך דערפון פארקויפט איבער 100 מיליאן שטיק גלאבאל, פארוואנדלונג עס צו די בעסט-אויפגעכאפטע שפילצייג.
די מאטעמאטיק הינטער דעם קיוב:
די רוביק'ס קיוב איז א מאטעמאטישע מח-בלאזער, די קלאסישע 3X3X3 קיוב האט:
- 43,252,003,274,489,856,000 מעגליכע לעגאלע קאנפיגעראציעס – דאס איז איבער 43 קוואנטיליאן!
די נומער גרייכט 519 קוואנטיליאן אויב מען רעכנט צו א פארדרייטע קיוב ווי מען טוישט ארום שטיקלעך. - נישט קיין חילוק וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט קען עס ווערן געלייזט אין מערסטנס 20 מאווס!
- אפגעזען די אסטראנאמישע ציפערן, פארמאגט עס לאגישע און גרינגע מעטאדן עס צו לייזן קאנסיסטענטלי.
פון א פענאמענאן צו א ספארט:
די ערשטע פארמעסט איבערן קיוב איז אפגעהאלטן געווארן אין בודאפעסט אין יארע 1982, דארט האט דער שפילער Minh Thai פון אמעריקע געוואונען דעם פארמעסט נאכן עס לייזן אין א צייט אפשניט פון 22.95 סעקונדעס, א רעקארד פאר די דעמאלסדיגע תקופה.
די פארמעסטן האבן זיך מער פארשפרייט אין די אנהייב פון די 2000'ס, ווען אין יארע 2004 איז געגרינדערט געווארן דעם World Cube Association צו באאויפטראגן איבער די אפיציעלע אינטערנאציאנאלע פארמעסטן. עס האט דאן עקספלאדירט אלס א ספארט – מיט א שטארקייט אין אזיע און בעיקר צווישן יוגענטליכע.
כהיום אין 2025 איז די וועלטליכע רעקארד פאר דעם 3X3 קלאסישן קיוב געהאלטן ביים כינעזן Xuanyi Geng נאכן עס לייזן אין 3.05 סעקונדעס, אראפווארפענדיג די פריערדיגע 2018 רעקארד פון 3.47 סעקונדעס. ווען מ'רעכנט אבער דעם עוורידזש פון אלע שפילן קומט Yiheng Wang אריין מיטן רעקארד פון 3.90 סעקונדעס אלס די שנעלסטע עוורידזש.
גרייכן די סוב-3 מארק קומט נאך אן עוואלוציע פון יארן וואס די לייזן-צייט איז געווארן אלס שנעלער און שנעלער. אין 2003 איז סוב-20 געווארן ערייכט, אין 2015 איז די סוב-5 געבראכן געווארן, און די פארמעסט גייט ווייטער אן.
די פארמעסטן אין דעם הינזיכט גייען ווייטער ווי בלויז לייזן דעם 3X3 קיוב. עס זענען דא א גאנצע רייע פון אנדערע, מער-סאפיסטיקירטע, פאזלס און פארעמעס, א שטייגער ווי 4X4, דרייעקן, אא"וו. אויך קומען מאנכע אויף מיט חידושים, ווי עס לייזן מיט פארמאכטע אויגן, מיט איין האנט, בשעת'ן דזשאגלען, און נאך פארשידענע אטעם-פארכאפענדע וועגן צו געווינען א רעקארד אין דעם פעלד.
מעטאדן:
צו לייזן דעם קיוב זענען דא פארשידענע מעטאדן וואס האבן זיך עווארבן איבער די יארן. אין די נאכפאלגענדע ארטיקלען האפן מיר אריינצוגיין מער בפרטיות אין געוויסע פון זיי. פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון די מעטאדן וואס ווערן באנוצט צו לייזן דעם קיוב סיסטעמאטיש:
- די בעגינער'ס מעטאד, דאס איז וואס רוב אומערפארענע און עמך מענטשן וועלן נוצן. עס האט די מעלה אז עס פאדערט נישט קיין סאך זכרון און מיט 5-7 איינפאכע אלגאריטמס - סעריעס פון מאווס, קען מען עס קאנסיסטענטלי לייזן, אבער דערפאר איז עס אויך נישט זייער עפישענט ווען אין אסאך פעלער זענען דא שנעלערע אלגאריטמס וואס זענען ס"ה מער קאמפליצירט.
- די מעטאד ארבייט אז מען הייבט אן שורה ביי שורה פון אונטן ארויף ביז דאס גאנצע איז געלייזט.
- די CFOP מעטאד. דאס ווערט באנוצט דורך אמערסטנס פראפעסיאנאלן און ספיד-קיובערס און דאס האט געווינען רוב פארמעסטן בעבר. עס איז ערפינדן געווארן דורך א פראפעסאר Jessica Fridrich, און די מעטאדע איז איינגעטיילט אין פיר חלקים, די קראס, די אונטערסטע צוויי שורות, די אויבערשטע שורה, און מסדר זיין דעם אויבערשטע שורה, יעדע טייל קומט מיט א באזונדערע סעט פון אלגאריטמס – 120 אלגאריטמס אינאיינעם.
(CFOP שטייט פאר: Cross, First 2 layers, Orienting last layer, Permuting last layer) - די Roux מעטאד, גערופן נאך Gilles Roux דער ערפינדער. די מעטאד ארבייט דורכן איינטיילן די קיוב אין בלאקס ענדערש ווי אין שורות, עס נעמט ווייניגער מאווס צו לייזן אבער מער מחשבה און פאראויס-קוק, געוויסע שווערן זיך דערין, פארט איז עס ווייניגער פאפולאר ווי דעם פריערדיגן מעטאד.
- די ZZ מעטאד. עס בויט זיך אויפן צווייטן שלב פון דעם CFOP מעטאד (First 2 layers), עס פריאריטיזירט אז מער שטיקלעך זאלן זיך צוזאמקומען ווען מען לייזט יענעם שלב. עס איז אין א וועג מער עפישענט אבער אויך ווייניגער אינטואטיוו.
אונטערן פאזל:
די שליסל צו דעם פארמעסט ליגט אין זיך איינ'חזר'ן און געדענקען אלגאריטמס, און אין מוסקל-מעמארי צו רוקן די פינגער גענוג שנעל און פונקטליך. דערצו קומט צו די סקיל פון קוקן פאראויס און קענען אפשאצן די מאווס גענוג פרי איידער מען האלט דארט, אבער דאס קומט אויך אראפ צו Advanced pattern recognition און וויפיל מען האט זיך איינגעוואוינט אין דעם שפיל, און אין דעם זין האט עס א פארגלייך צו שאך.
די ערשטע טייל – זיך איינ'חזר'ן אלגאריטמס איז בכלל נישט אזוי שווער ווי עס הערט זיך, און מיר האפן אינעם קומענדיגן ארטיקל זיך צו נעמען צו ספעציפישע אלגאריטמס און זיי צולייגן אויף קלענערע שטיקער. טרענירן די פינגער צו ארבייטן פלינק איז די שווערערע חלק, אבער דאס איז אנגעבליך אויך גרינג אויב מען געבט אוועק אפי' געציילטע מינוט א טאג צום פראקצירונג.
די אויסשטעל, טערמינען און נאטאציעס:
קיובינג קומט מיט אן אייגנארטיגע סעט פון טערמינען און כללים וואס איז וויכטיג צו פארשטיין איידער מען וויל זיך נעמען צו לייזן דעם קיוב.
ערשט דארף מען פארשטיין די אויסשטעל דערפון.
די קיוב האט זעקס זייטן מיט באזונדערע קאלירן, אנגענומען איז א מען האלט די ווייסע זייט אויף אראפ און די גרינע זייט צום מענטש, לויט דעם קומט געל אויב פון אויבן, אראנדזש צו רעכטס, רויט צו לינקס, און בלוי אויפן זייט אוועק פונען שפילער. עס איז גוט צו געדענקען אז די סטאנדארט איז אייביג אז ווייס איז אנקעגן געל, גרין אנקעגן בלוי, און רויט אנקעגן אראנדזש.
די צענטער שטיקל אויף יעדן זייט בלייבט אויף זיין פלאץ רעלאטיוו צו אלע אנדערע זייטן און שטיקלעך.
ווינקלען (corners) זענען פארהאן 8, א ווינקל מיינט יעדע שטיקל וואס פארמאגט דריי קאלירן צו זיך.
עקן (edges) זענען פארהאן 12, מיט צוויי קאלירן פער עק.
אן אלגאריטם באדייט א סעט פון מאווס וואס קומען אין א סיקווענס איינס נאכן צווייטן, און עס זענען דא פילצאליגע דערפון געוואנדן וועלכע מעטאד מען נוצט.
די וועג וויאזוי מען שרייבט אראפ מאווס און אלגאריטמס איז מיטן נוצן די פאלגענדע אותיות:
- R – רעכטס, דאס איז ווען מען דרייט די רעכטע זייט פונעם קיוב clockwise (אוועק פון זיך)
- L – די לינקע זייט clockwise (צו זיך)
- U – די אויבערשטע זייט clockwise
- D – די אונטערשטע זייט clockwise
- F – די פארענט זייט, די זייט וואס קוקט צום מענטש clockwise
- B – די זייט אוועק פונעם מענטש
- M – די מיטעלסטע שורה (צווישן רעכטס און לינקס), די clockwise דערפון פאלגט נאך די דיירעקציע פונעם לינקן זייט
- Prime – ווי עס ווערט אויסגעלייגט מיט א שטרעכל (') איז ווען מען דרייט א ספעציפישע זייט counterclockwise, צום ביישפיל, 'R מיינט אז מען דרייט דעם רעכטן זייט קאונטער-קלאקווייז.
וויכטיג אנצומערקן, clockwise און counterclockwise רעכנט זיך אייביג פון דעם פערספעקטיוו ווען מען באטראכט יענער זייט, דאס מיינט אז B און D וועט זיך רעכענען ווי כאילו מען קוקט אויף די קיוב פון הינטן אדער פון אונטן און מען דרייט עס לויט דעם. - די נומער 2 מיינט אז מען דרייט עס צוויי מאל, 180 דעגרי. R2 וועט מיינען אז מען דרייט די רעכטע זייט צוויי מאל, עס וועט נישט אויסמאכן clockwise אדער counterclockwise.
- א lowercase letter מיינט אז מען שלעפט מיט די שורה דערנעבן. לדוגמא, r וועט מיינען אז מען דרייט די רעכטע אינאיינעם מיט די מיטעלסטע, f וועט מיינען אז מען דרייט די פארנט זייט אינאיינעם מיט די מיטעלסטע, אא"וו.
- עס זענען דא טערמינען און נעמען פאר פארשידענע קאנפיגעראציעס און פאזיציעס פונעם קיוב, מען וועט צוקומען צו זיי ווען מען קוקט אריין טיפער אין די ספעציפישע מעטאדן ווען זיי זענען רעלעוואנט.
אויך האט עס די אייגנשאפט אז מאכן דעם אלגאריטם 6 מאל אין א רייע ברענגט עס צוריק צו וואו עס האט אנגעהויבן. אז איר וועט נעמען א געלייזטע קיוב און מאכן דעם אלגאריטם 6 מאל אין א צי וועט עס ווערן צוריק געלייזט. דאס איז בדרך אגב א גוטע מיטל צו טרענירן די פינגערס פאר פלינקקייט.
צייט צו רעדן איבער וועלכע קיוב זיך איינצושאפן.
די ארגינעלע 'רוביק'ס קיוב' ברענד האט ביז לעצטנס געהאט איין סארט קיוב וואס איז ווארשיינליך די סארט וואס איר משל'ט זיך אויס ווען איר טראכט פון א רוביק'ס קיוב. די קיוב אליין איז שווארץ און דערויף זענען דא סטיקערס אדער טיילס מיט די פארשידענע קאלירן. די קיוב, אדער סיי וועלכע ביליגע קיוב איר זעט, האט אבער די חסרון אז עס דרייט זיך שווערליך און עס איז בכלל נישט פאסיג פאר ספיד-קיובינג און פאר די פארמעסטן.
דערפאר זענען דא די פראפעסיאנאלע קיובס כזה:
דאס איז דיזיינד מיטן ציל צו זיין גרינג און געשמאק צו דרייען, עס קען שניידן ווינקלען ווען די קיוב איז נישט פונקטליך aligned, און עס קומט מיט פארשידענע features עס צו מאכן באקוועמער און בעסער.
געוויסע קומען מיט מאגנעטן צווישן די שטיקלעך, אנדערע האבן אויך מאגנעטן אינמיטן וואס מאכט עס נאך מער גרינג צו דרייען. געוויסע קומען שוין לובריקירט אנדערע דארף מען אליין באשמירן. רוב קומען מיט די מעגליכקייט צו טיונען די שטייפקייט און עס פארבעסערן לויט די אייגענע געשמאק. און אין די אלע דעטאלן איז וואו געוויסע קאמפאניס שטארצן ארויס אלס בעסערע און שוואכערע ברענדס.
מען קען רעדן און רעדן נאר פון די סארט קיובס און פון די חילוקים צווישן זיי אלע. די פרייזן קענען לויפן צווישן 5 דאלאר און 120 דאלאר רואיגערהייט. אבער אויב זוכט איר איינס אנצוהייבן וועט איר לכאורה זיין צופרידן מיט א 10-20 דאלארדיגן, עס וועט דינען דעם ציל פערפעקט.
די הויפט קאמפאניעס אויפן ארענע זענען Mo Yu, GAN, Qi Yi, YJ, אויך האט Rubik’s אליין ארויסגעגעבן א ספיד-קיוב מיט א צייט צוריק.
און אז איר זענט ערענסט איבער ווערן א טשאמפיאן, דאן שאפט אייך איין דעם ספעציעלן טיימער אויך, די לובריקאנט, און די סחורה ארויפצוווארפן דעם קיוב ווען עס איז פארטיג. מיט הצלחה!
אינעם קומענדיגן קאפיטל:
מער איבער דעם CFOP מעטאד און די אלגאריטמס וואס עס נוצט.
ביז דערווייל:
נעמט אפיר אייער קיוב און הייבט אייך אן ארומשפילן דערמיט, עס וועט אייך נאך דינען אזוי גוט ווי א פידזשעט ספיננער.
אט איז די רוביק'ס אפיציעלע וועבזייטל וואו מען קען ליינען איבער זייער היסטאריע, קויפן די פראדוקטן, און אראפלאדענען א בעגינערס גייד וועלכע געבט גענויע אנווייזונגען פאר די בעגינערס מעטאד. The Official Rubik’s Cube | Make Your Move