דער שרײבער מיט'ן פּען נאמען 'פארמעגליך' און זײן שילדערונג פון דער אהרן-ז"ל ט"ב פאליטיק (אפדעיטעד)

בדרך אגב (שלא מענין זה) האב איך אמאל געהערט א אינטרעסאנטע מעשה, בין איך נייגעריג צו דער עולם ווייסט אויב ס'אמת.

אז די גאנצע סיבה פארוואס די רעבעצין אלטע פייגא איז זיך נישט אויסגעקומען מיטן ברך משה, איז עפעס צוויי מעשיות, דער סאטמער רב פלעגט זיך דורכשמועסן מיטן ברך משה אסאך ענינים, איינמאל איז ער געזעצן צוזאמען מיטן ברך משה אויף זיין בעט און געשמועסט, די רעבעצין איז עס עפעס נישט געפאלן, און זי איז אריינגעלאפן מיטן סאטמער רב'ס וועש, און אויסגעשריגן זאל ער קעיר נעמען פון דיינע וועש...
און איינמאל האט זיך סאטמער רב אויסגערעדט פארן ברך משה זיין ווייטאג אז ער האט נישט קיין קינדער, און דער ברך משה האט אים געצה'ט אז אפשר זאל ער גט'ן די רעבעצין און חתונה האבן א צווייטע מאל, די רעבעצין האט עס אונטערגעהערט, און זי איז אריינגעלאפן אין צימער, און זיך אראפגעווארפן אויף די ערד וויינענדיג אז אויב דער רבי גט איר גייט זי נישט קענען לעבן, און סאטמער רב האט קיינמאל מער נישט דערמאנט זיין פראבלעם אז ער האט נישט קיין קינדער זייט יענע יאר, און זייט דעמאלטס האט זי פיינט באקומען דעם ברך משה.

בינעך נייגעריג צו איינער ווייסט עפעס פון דעם.
די צווייטע מעשה איז מיר באקאנט (איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, ס'איז אבער א באקאנטע מעשה וואס מען פארציילט).
 
די צווייטע מעשה האט מיך זענטא רב באשטעטיגט
פשוט צו פארשטיין, אז אויב אמת אז זי האט נישט געקענט האבן קיין קינדער, דאן האט דאך די ברך געטוהן די ריכטיגע זאך פון עצה'נן אז די רבי זאל איר גט'ן, ווייל קינדער איז דאך נאך אזוי וויכטיג.
פון די אנדערע זייט האט זי געהאט די פולע רעכט אים פיינט צו האבן, אלץ איינער וואס עצה'ט איר מאן איר אפצו'גט'ן.
 
וויאזוי זאלסטי עס הערן ווען סהאט קיינמאל פאסירט?!

מהאט עם קיינמאל נישט געפאניגט, ער איז זיך נישט אויס געקימען מיט אלטע פייגא פאר די זעלבע סיבה פארוואס רויזעלע איז זיך נישט אויסגעקומען, ער האט אוועק געמופט קיין בארא פארק אזוי ווי אסאך רבנים האבן אוועק געמופט, צי ווייל זי האבן געפילט אז סגייט שטערן די פאטענשעל פין זייער רביסטווע/ביזנעס, צי וויל די סאטמערע האבן זיי פארטריבן,

געוויסע האבן דא אן אגענדע איבער צי שרייבן היסטאריע, לצורך פרנסה
WOW לייקענען שטיקער היסטאריע
 
@טשאדעלע איז דער וואס פראבירט
 
איך ווייס נישט ווי אלט איר זענט און אויב איר זענט אויפגעוואקסן אין סאטמאר אבער עס איז קלאר באקאנט שוין 60-70 יאר (נישט געבוירן תשפ"ה) אז דער ברך משה אלס סיגוטער רב איז שרעקליך גערודפט געווארן דורך די שטוב מענטשן פונעם רבינו ז"ל, דער ברך משה האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער האט אויסגעטון די ווייסע זאקן אינדערוואכן ווייל עס האט נישט געהאט פשט ארומצוגיין מיט רויטע זאקן נאך יעדן וויזיט ביים פעטער.

אלע בני ברך משה באשטעטיגן אויך אז מען האט זיי מרחק געווען ווען מען האט געקענט, ר' אהרן האט יארן צוריק פארציילט ווי ער האט אויפגעהערט אריינקומען צום פעטער נאך וואס מען האט אים אסאך מאל נישט אריינגעלאזט, איינמאל ווען דער רבי האט אים געטראפן האט ער אים פארגעהאלטן היתכן די איינציגסטע משפחה וואס ער האט קומט שוין כמעט נישט צו אים, זייט דעמאלטס איז ער געקומען ווען ער האט געקענט און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די שטוב מענטשן.

עס איז אמת אז מען האט נישט "נאר" אים גערודפט נאר מען האט אויך גערודפט (און גאנץ מעגליך בידים געהרגט) דעם רבינס איינציג געבליבענע טאכטער.

צו לייקענען אז די שטוב מענטשן האבן גערודפט דעם ברך משה עד חרמה נאך אינעם רבין ז"ל'ס געזונטע יארן איז א שטוינענדע איבערשרייבונג פון היסטאריע, אדרבה, פרעג די 70+ יעריגע סאטמארע יודן וואס האבן אלעס מיטגעהאלטן.

איך רעד שוין נישט פון די רציחות מיט ר' אהרן'ס שידוך וואו מען האט פארפירט און געהעצט דעם ציבור דעמאלטס אבער דאס קען מען כאטש איינרעדן אז מען האט געמיינט די שיטה
 
חוץ פון פארמעגליכס ארטיקל/פאשקעוויל, איז דא די אנדערער אויך?
 
עס איז אמת אז מען האט נישט "נאר" אים גערודפט נאר מען האט אויך גערודפט (און גאנץ מעגליך בידים געהרגט) דעם רבינס איינציג געבליבענע טאכטער.
ס'איז אזוי אינטערסאנט אז די זאכן האבן פאסירט, מ'רעדט נישט דא פון א רבי וואס איז געווען באהאלטן ביי זיך און נישט מיטגעהאלטן וואס טוט זיך אין די וועלט, די סאטמארע רבי איז געווען אינוואלווד אין יעדע זאך, ער האט געטשעקט די דיקעקייט פון די פרויען טייטס, ער האט מיטגעהאלטן אלע פאליטיק און איבעראל געהאט א מיינונג, פון אמעריקא און פון מדינת ישראל, אבער ער האט נישט געכאפט וואס טוט זיך מיט זיין אייגענע משפחה?

ער האט געהאט איין טאכטער איבערגעבליבן נאכן קריג, מ'האט אים איינגערעדט אז זי איז נישט פרום און ער האט מיר איר גארנישט אדער כמעט גארנישט געהאט, דאס איז נארמאל? ער האט עס נישט געקענט מברר זיין? ער האט נישט געקענט אויסגעפינען אז מ'פירט אים ארום? און אז זי איז נישט אזוי פרום זאלסטו נישט האבן קיין קשר מיט דיין איינציג געבליבן קינד?

סאמטינג דאזנט עד אפ הער
 
ערשטע מאל איך הער אז מ'האט אים איינגערעדט אז זי איז נישט פרום
 
ערשטע מאל איך הער אז מ'האט אים איינגערעדט אז זי איז נישט פרום
מ'פארציילט אז מ'האט אים איינגערעדט אז זי איז מאדערנעזירט געווארן, מ'האט אים געוויזן א פאספארט פיקטשער ווי זי האט אן א שייטל, זי האט עס אנגעהאט נאר פאר די בילד, אבער פאר די רבי האט מען פארציילט אז זי ווערט מאדערן.

עפעס אזוי האב איך געהערט אמאל
 
אלעס איבער חי' רוזא'לע איז מוטל בספק, ווען ס'איז קלאר אז די מענטשן וואס האבן אלעס פארשפרייט האבן געהאט א געוויסע אגענדע און זענען לאוו דווקא געווען אזוי נזהר אין שקר...

היינט ווייסט יעדער צו זאגן אז מ'האט איר אראפ געשטופט די שטיגן פון דעם רבי'נס הויז, ווען זי האט געווארט אז קינד, און זי האט וועגן דעם ליידער מפיל געווען און אוועק צוליב דעם, וואס ס'איז אינטרעסאנט אז זי איז אוועק קרוב צו די 50 יאר, און אז זי האט דעמאלטס געווארט איר ערשטע קינד איז א נס גדול!

די צווייטע שאלה איז ווען איז דאס ארויסגערינען? (און דורך וועמען?)

בקיצור, מ'האט צוגעלייגט אסאך מעשיות כדאי צו שטיפן אגענדעס...
 
ס'איז אזוי אינטערסאנט אז די זאכן האבן פאסירט, מ'רעדט נישט דא פון א רבי וואס איז געווען באהאלטן ביי זיך און נישט מיטגעהאלטן וואס טוט זיך אין די וועלט, די סאטמארע רבי איז געווען אינוואלווד אין יעדע זאך, ער האט געטשעקט די דיקעקייט פון די פרויען טייטס, ער האט מיטגעהאלטן אלע פאליטיק און איבעראל געהאט א מיינונג, פון אמעריקא און פון מדינת ישראל, אבער ער האט נישט געכאפט וואס טוט זיך מיט זיין אייגענע משפחה?

ער האט געהאט איין טאכטער איבערגעבליבן נאכן קריג, מ'האט אים איינגערעדט אז זי איז נישט פרום און ער האט מיר איר גארנישט אדער כמעט גארנישט געהאט, דאס איז נארמאל? ער האט עס נישט געקענט מברר זיין? ער האט נישט געקענט אויסגעפינען אז מ'פירט אים ארום? און אז זי איז נישט אזוי פרום זאלסטו נישט האבן קיין קשר מיט דיין איינציג געבליבן קינד?

סאמטינג דאזנט עד אפ הער
ס'איז א דבר פשוט אז אלע אינפארמאציע וואס קומט אן צו א רבי איז דורך זיינע ארומיגע (פארשטייט זיך איך רעד נישט פון די קליינע רעבעלעך וואס טשילן ארום מיטן ציבור און ליינען אליינס די נייעס) און פארשטייט זיך אז זיי קענען פילטערן און פיטערן אינפארמאציע וויאזוי זיי ווילן.

דאס אז מ'האט געזאגט פארן סאטמאר רבין אז זיין טאכטער איז נישט פרום האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט און ס'איז מסתמא נישט אמת. אבער דאס איז באקאנט אז מ'האט נישט צוגעלאזט די טאכטער צו אים און מ'האט אים געזאגט אז די טאכטער וויל אים נישט קענען. ער האט זיך איין ערב יום כיפור אפגערעדט אז יעדע טאטע בענטשט היינט זיינע קינדער און זיין טאכטער קומט נישט זיך בענטשן. אין פאקט איז זיין טאכטער געווען דארט בעפאר און פרובירט אריינצוגיין און מ'האט איר נישט געלאזט. (קען זיין אז דעמאלטס איז גאר געווען די מעשה מיט די טרעפ).
 
היינט ווייסט יעדער צו זאגן אז מ'האט איר אראפ געשטופט די שטיגן פון דעם רבי'נס הויז, ווען זי האט געווארט אז קינד, און זי האט וועגן דעם ליידער מפיל געווען און אוועק צוליב דעם, וואס ס'איז אינטרעסאנט אז זי איז אוועק קרוב צו די 50 יאר, און אז זי האט דעמאלטס געווארט איר ערשטע קינד איז א נס גדול!
דיין אויספיר איז מפריך די אנהייב. ופשוט הוא.
 
היינט ווייסט יעדער צו זאגן אז מ'האט איר אראפ געשטופט די שטיגן פון דעם רבי'נס הויז, ווען זי האט געווארט אז קינד, און זי האט וועגן דעם ליידער מפיל געווען און אוועק צוליב דעם, וואס ס'איז אינטרעסאנט אז זי איז אוועק קרוב צו די 50 יאר, און אז זי האט דעמאלטס געווארט איר ערשטע קינד איז א נס גדול!
איך קען עס נישט געדענקן, אבער א שטיק צייט צוריק האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס האבן דווקא אן אגענדע צו זאגן אז ס'אמת און זיי האבן אלע געזאגט אז ס'איז שקר
 
איך קען עס נישט געדענקן, אבער א שטיק צייט צוריק האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס האבן דווקא אן אגענדע צו זאגן אז ס'אמת און זיי האבן אלע געזאגט אז ס'איז שקר
נכון!

דאס איז וואס איך האב געוואלט ארויס ברענגן
למעשה איז עס נאך א גוט גאונג אייטעם
 
אפילו אויב ס'איז אמת, טאר פאר די ארוינים זיכער נישט באדערן אז רויזא'לע האָט פארלוירן א קינד ווייל דאן וואלט דאס קינד געווען סאטמארע רבי היינט צוטאגס, נישט ר' אהרן. (ער וואלט שוין היינט געווען סאטמאר רבי פאר כמעט פיפציג יאר...) די זאליס קען עס אפשר באדערן ווייל אפשר וואלטן זיי באקומען עפעס מער לייטיש.....
 
אזױ װי פארשפראכן אז כ'װעל הײלײטן דעם דאקומענט. דא האט איר די ערשטע 49 פעידזשעס פון דעם דאקומענט מיט'ן נאמען 'פארמעגליך 1'.

נאכאמאל:
רױט איז פאר טעותים אין ספעלינג אדער מאדנע אױסדרוקן.
געל איז פאר מיאוסע טשעפערײען, און
בלױ איז פאר זאצן און פאראגראפן װאס אדער לאזן זיך שװער גלײבן, אדער מוז נישט זײן װיאזױ ער לײגט אראפ, אדער איז זיך סותר מיניה וביה, אדער איז װיכטיג פאר אן אנדער ארט װי ער זאגט עפעס פארקערט אדער אומאײנשטימיג מיט דעם װאס ער זאגט דא.

דער אמת איז איך װאלט געדארפט לײגן קאמענטארן אױף אלע בלױע אנצײכענונגען װאס איך האלט אז ס'שטימט נישט דארטן, אבער איך בין געענגט אין צייט ממילא װעל איך אייך אליינס לאזן "קאנעקטן די דאטס".

נאך 2 נקודות װאס איך האב אױפגעמערקט:

1, אז פון עמודים 24-26, בײ די מיטינג פון קהל (און שפעטער אין אװענט װען זײ זענען צוזאמען מיט ר' אהרן אריבער צום ברך אינדערהײם נעמען א ברכה), קוקט אױס װי א שטארקע אפהאלט צו ר' אהרן'ס װערן רב אין װיליאמסבורג איז געװען אז סײ ר' אהרן און סײ זײנע טובים אדער קהל'ס מענטשן אין קרית יואל, זענען נישט געװען באקװעם מיט זײן זיך מופן קײן װיליאמסבורג און ספענדן אזױפיהל צײט דארטן אין די פיוטשער. א תנאי װאס בערל פר"מ האט זיך קלאר שטארק געשטעלט דערױף. די געלט װאס ר' אהרן האט זעהט אױס געפאדערט פאר דעם איז אױך געװען א אישו פאר די װיליאמסבורגער קהל'ס לײט. אזױ לערן איך ארױס.

איז אױב איז אמת אז דער ברך האט אים דעמאלס נאכגעגעבן די אפציע זיך צו װעלן צװישן װיליאמסבורג און קרית יואל, װי פארמעגליך טענה'ט, און ר' אהרן זאל װען אננעמען און זיך טאקע מופן קײן װיליאמסבורג, װאלט ער מעגליך געװען הײנט די אײנציגסטע רבי פון סאטמאר!?

2, סתם זאג איך אז פון דעם דאקומענט װאס איך האב בייגעלייגט, זענען פעדזש 41 ביז 49 די זאפטיגסטע [לײדער] אין טערמס אויף די טשעפערײען און ליצנות'ער װאס @פארמעגליך מאכט פון ר' אהרן'ס פערסאנאליטי. גיבט א קוק.

כ'האב מיך אביסל געיאגט, במילא איז די ארבעט דײקא נישט גרינטליך.
 
בייגעלייגטע פיילס

פשוט צו פארשטיין, אז אויב אמת אז זי האט נישט געקענט האבן קיין קינדער, דאן האט דאך די ברך געטוהן די ריכטיגע זאך פון עצה'נן אז די רבי זאל איר גט'ן, ווייל קינדער איז דאך נאך אזוי וויכטיג.
פון די אנדערע זייט האט זי געהאט די פולע רעכט אים פיינט צו האבן, אלץ איינער וואס עצה'ט איר מאן איר אפצו'גט'ן.
עס איז מערקווירדיג אז דער סאטמאר רב האט נישט אנגענומען דעם פארשלאג פון סיגוט'ער רב, די הלכה זאגט דאך קלאר אז אויב עס איז נישט דא קיין קינדער נאך 10 יאהר איז א חיוב לגרש ביז כפייה אויב ער וויל נישט.
נאר דאס איז פון די הלכות וואס כעין זה זאגט די גמרא ידעי רבנן ועברי אהא מילתא, מען קען נישט אריין רעדן אזוי סתם אין יענעמ'ס לעבן און שלום בית, ממילא וואלט ווען דער סיגעטער רב נישט געדארפט רעדן פון דעם.

עס איז באקאנט אז דער חת"ם סופר האט נישט געהאט קיין קינדער פון די ערשטע פרוי מיט וועם ער האט געוואוינט איבער 20 יאהר, ערשט נאך איהר פטירה האט ער געהייראט די טאכטער פון הגאון רבי עקיבא איגר ז"ל, זי איז געווען א אלמנה מיט קינדער, און מיט איר האט ער אויפגעשטעלט די משפחת סופרים.
שרייבט דער חת"ם סופר לגבי די ערשטע פרוי, אז כאטש זי האט נישט געברענגט קיין קינדער, און על פי הלכה וואלט ער ווען געדארפט איהר גט'ן, איז אבער לא עלתה על דעתו, ווייל זי איז געוועהן עומדת לימינו מתחילה צו העלפן ער זאל קענען אנגיין מיט זיין תורה לערנען, האט ער נישט געקענט אפילו קאנסידערן איר צו באזייטיגן.

ביים סאטמאר רב איז מסתם אויך געווען כעין זה, ער האט געפילט אז די פרוי אלטא פיגא האט גענוג געטון פאר איהם, אז עס איז קעגן מענטשליכקייט איר אוועקצושיקן - מענטשליכקייט קומט פאר הלכה, דרך ארץ קודמת לתורה. זעהט אויס מן השמים האט מען געוואלט אז די רבי'סטעווע זאל צוריקקומען צו די תולדות פון אחיו הגדול פון סאטמאר רב - דער בעל עצי חיים פון סיגעט.
 
Back
Top