- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 237
- רעאקציע ראטע
- 1,903
- פונקטן
- 223
מען זאגט א ווערטל, דער בודד איז א נודד! ד.ה. אז ביסט א בודד ביסטו כברירת המחדל שוין אויך א נודד כאטש דו געפונסט דיך נאך נישט אויף בלאטיגע וועגן שטעגן, אן אפגעזינדערטער מענטש איז מעצם מהותו א וואנדערער. נעמליך דאס איז דער פסיכאלאגיע פארוואס א געוויסער טיפ מענטש זאל נישט קענען איינזיצן אויף איין פלאץ, עס איז אים מתחילה נישט גוט א לעבנסשטייגער פון א קביעות'דיגער געזעלשאפט, ער וועט ליבערש כאפן די ווארימקייט פון ערשטע באגיגענישן מיט קהילות, און אפיאגן איידער ער ווערט פארכאפט אין די קלוען פון די ארטיגע געזעלשאפטליכער נעץ.
אנדערש ווי דער מענטש וואס קען זעהן א תכלית אין א לעבן פון עולם המעשה, איז דער וואנדערער שוין אפגעמיטשעט פון דער עולם המעשה וואס איז ביי אים אן אלטערנאטיווער רעאליטעט, זיינע ראנגלענישן קענען נישט אריין שטימען אין א פארעם פון א פיר קאנטיגער פאראויס דעטערמענירטער געזעלשאפט, אלס וואס ער דארף איז ניט מיין ווי די שאלעכטץ פון געזעלשאפט, איידער מען קומט צו א מצב אין וואס מען ווערט אריין געגראבן אינעם געזעלשאפטליכער מבואות האפילות, גיט ער דערפאר א כאפ א טועמיה, א נאסטאלגיע, און איידער וואו וואס ווען איז ער שוין ווייטער.
אז מיר זיכן א סימבאלישער וואנדערער כאראקטער אין די מקורות קומט נאטורליך ארויף אין קאפ קין בן אדם הראשון, ער איז פארשאלטן געווארן מיט נע ונד. נאר אנדערש ווי קין איז אונזער וואנדערער נישט אין גלות אוועק פון היים, נאר דאס וואנדערשאפט גופא איז זיין היים. אויך אברהם דער טשאמפיען אין וואנדעריי, ער האט דאך בפועל געוואנדערט ממקום למקום, איז ער אבער נישט אונזער טיפישער וואנדערער, ער איז ליבערש א שבט פירער, א קאלאניזירער אם תרצה, מיט חזיונות און וויזיונות אויף א גוי גדול. אונזער טיפישער וואנדערער געפונען מיר ענדעשער אין אליהו, א מאן וואס האט געכאפט אן אמנעזיע וועגן זיין עבר, און נעלם געווארן אין די בלוי אריין, אפילו זיין נאמען איז פושט ולובש צורה, אפשר איז ער פנחס, און אז שוין אליהו איז ער אמאל תשבי, אמאל גלעדי, מען געפונט אים מיט זיין טארבע אמאל אויפן כרמל ביים ים הגדול, אמאל מעבר לירדן, אמאל אין צידון אין צפון, און אמאל אין א הייל אין מדבר סיני אין דרום, און מיט זיין מרירות און צינישקייט געווארנט און געשטראפט לאקאלע איינוואוינער, געפראוועט מופתים און זיך ווייטער געגאנגען.
פאר דעם וואנדערער איז איבעראל דער אמאל, נישט דער יעצט, ער שפאצירט אין א סיפור המעשה, אלע באגרופן זענען פלאקאטן, משלים, אפילו זיין אייגענער נאמען קוקט ער אן ווי א פרעמדער בריאה, א נאמען אין דער עולם הסיפורים. ער קומט אריין אין א חבד הויז, רוהט זיך אפ זיין בינטל נערוון וואס ער האט שוין לאנג באגראבן אין א פארשטיפטער ווינקל ערגעץ ביים עצם לוז, כאפט א שמועסל מיט א פלוני אן אלמוני, א טרינקל קאווע, טיי, א הייסער זופ אים צו טרייסטן זיינע צרות וואס ער האט שוין געשטעקט אין יוניווערסעס אקאונט, זיצט איבער א טישל, כאפט א שנאפסל, מאכט זיך באקוועם מיט דער בריאה מענטש וואו אימער ער גייט. מיט זיין אידישער מורשה, אן קיין איבעריגע קפידות. זיין פלאץ איז דער וועלט, נישט אין א שטאט.
דער וואנדערער האט ליב כלערליי עסן, פארטראגט כל מיני קלימאטן, פון א מאנסונישער רעגנוואלד אין בראזיל ביז אין א געפרוירענער טונדרא אין צפון רוסלאנד. ער איז באקוועם מיט יעדער מנהג, מיט זיין בענקל אין שיל וואו אומער ער איז, און א בעט, כל זמן עס אקאמאדירט זיין זאק ביין און פלייש.
א סך פון די פארצייטישע טארבע אידן, בעטלער, גלות אפריכטער, האבן דאס געטון צוליב אנדערע סיבות ווי די אפעציעל אנגעגעבענע, די נשמה געפונט מער נישט די פלאץ. אזוי ארום ווערט מען צומאל פארוואנדלט אין א שליח א מלאך, מען קומט צו שילן אדער הייזער אנזאגן נביאות אדער ברכות כעת חיה, מען דערפרייט די אימעטיגע איינוואוינער וואס זעהן נישט דעם נאז ארויס פון דעם שטעטל, דער שליח דער מלאך איז שוין נישטא, צום שרעק פון די איינוואוינער. ווייל געזעהן האבן זיי אן אמת׳ער וואנדערער.

לעצט רעדאגירט: