דער וואנדערער (מאנאלאגן בלתי מוגה)

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
235
רעאקציע ראטע
1,875
פונקטן
223
מען זאגט א ווערטל, דער בודד איז א נודד! אן אפגעזינדערטער מענטש וואנדערט. נעמליך דאס איז דער פסיכאלאגיע פארוואס א מענטש זאל נישט קענען איינזיצן אויף איין פלאץ, עס איז אים נישט גוט מיט א קביעות'דיגער געזעלשאפט, ער וועט ליבערש נעמען די ווארימקייט פון אן ערשטע באגעגעניש מיט א געזעלשאפט איידער ער ווערט פארכאפט אין די קלוען פון די ארטיגע געזעלשאפטליכער נעץ.

אנדערש ווי דער מענטש וואס קען זעהן א תכלית אין א לעבן פון רעאליטעט, איז דער וואנדערער שוין אפגעמיטשעט פון דער רעאליטעט, זיינע פראבלעמען קענען נישט אריין שטימען אין א פיר קאנטיגער געזעלשאפט, אלס וואס ער דארף איז דער שאלעכטץ פון געזעלשאפט, איידער מען ווערט אריין געגראבן אינעם געזעלשאפטליכער רעאליטעט, א טועמיה, א נאסטאלגיע, און איידער וואו וואס ווען איז ער שוין ווייטער.

אז מיר זיכן א סימבאלישער וואנדערער אין די מקורות קען מען תיכף וועלן קין, ער איז פארשאלטן געווארן מיט נע ונד. נאר אנדערש ווי קין איז אונזער וואנדערער נישט אין גלות אוועק פון היים, נאר דאס וואנדערשאפט גופא איז זיין היים. אויך אברהם וואס האט בפועל געוואנדערט ממקום למקום איז נישט אונזער טיפישער וואנדערער, ער איז געווען א שבט פירער, א קאלאניזירער אם תרצה, מיט חזיונות און וויזיונות אויף א גוי גדול. אונזער טיפישער וואנדערער געפונען מיר ליבערש אין אליהו, א מאן וואס האט געכאפט אן אמנעזיע וועגן זיין עבר, און נעלם געווארן אין די בלוי אריין, אפילו זיין נאמען איז פושט ולובש צורה, אפשר איז ער פנחס, און אז שוין אליהו איז ער אמאל תשבי, אמאל גלעדי, מען געפונט אים מיט זיין טארבע אמאל אויפן כרמל ביים ים הגדול, אמאל מעבר לירדן, אמאל אין צידון אין צפון, און אמאל אין א הייל אין מדבר סיני אין דרום, און מיט זיין מרירות און צינישקייט געווארנט און געשטראפט לאקאלע איינוואוינער, געפראוועט מופתים און זיך ווייטער געגאנגען.

פאר דעם וואנדערער איז איבעראל דער אמאל, נישט דער יעצט, זיין אייגענער נאמען קוקט ער אן ווי א פרעמדער בריאה. ער קומט אריין אין א חבד הויז, רוהט זיך אפ זיין בינטל נערוון וואס ער האט שוין לאנג באגראבן אין א פארשטיפטער ווינקל ערגעץ ביים עצם לוז, כאפט א שמועסל מיט א פלוני אן אלמוני, א טרינקל קאווע, טיי, א הייסער זופ אים צו טרייסטן זיינע צרות וואס ער האט שוין געשטעקט אין יוניווערסעס אקאונט, זיצט איבער א טישל, כאפט א שנאפסל, מאכט זיך באקוועם מיט דער בריאה מענטש וואו אימער ער גייט. מיט זיין אידישער מורשה, אן קיין איבעריגע קפידות. זיין פלאץ איז דער וועלט, נישט אין א שטאט.

דער וואנדערער האט ליב כלערליי עסן, פארטראגט כל מיני קלימאטן, ער איז באקוועם מיט יעדער מנהג, מיט זיין בענקל אין שיל וואו אומער ער איז, און א בעט, כל זמן עס אקאמאדירט זיין זאק ביין און פלייש, פון א מאנסונישער רעגנוואלד אין בראזיל ביז אין א געפרוירענער טונדרא אין צפון רוסלאנד.

א סך פון די פארצייטישע טארבע אידן, בעטלער, גלות אפריכטער, האבן דאס געטון צוליב אנדערע סיבות ווי די אפעציעל אנגעגעבענע, די נשמה געפונט מער נישט די פלאץ. אזוי ארום ווערט מען צומאל פארוואנדלט אין א שליח א מלאך, מען קומט צו שילן אדער הייזער אנזאגן נביאות אדער ברכות כעת חיה, מען דערפרייט די אימעטיגע איינוואוינער וואס זעהן נישט דעם נאז ארויס פון דעם שטעטל, דער שליח דער מלאך איז שוין נישטא, צום שרעק פון די איינוואוינער. ווייל געזעהן האבן זיי אן אמת׳ער וואנדערער.
 
לעצט רעדאגירט:
דערמאנסט מיר פון דער אידישער און אונגארישער טרעװעלינג מאטעמאטישן פּאַוּל ערדאס:

ובתו"ד זײן קאריער:
In 1934, Erdős moved to Manchester, England, to be a guest lecturer. In 1938, he accepted his first American position as a scholarship holder at the Institute for Advanced Study, Princeton, New Jersey, for the next ten years. Despite outstanding papers with Mark Kac and Aurel Wintner on probabilistic number theory, Pál Turán in approximation theory, and Witold Hurewicz on dimension theory, his fellowship was not continued, and Erdős was forced to take positions as a wandering scholar at UPenn, Notre Dame, Purdue, Stanford, and Syracuse. He would not stay long in one place, instead traveling among mathematical institutions until his death.

ובתו"ד זײן פערסאנאליטי:
Possessions meant little to Erdős; most of his belongings would fit in a suitcase, as dictated by his itinerant lifestyle. Awards and other earnings were generally donated to people in need and various worthy causes. He spent most of his life traveling between scientific conferences, universities, and the homes of colleagues all over the world. He earned enough in stipends from universities as a guest lecturer, and from various mathematical awards, to fund his travels and basic needs; money left over he used to fund cash prizes for proofs of "Erdős's problems" (see above). He would typically show up at a colleague's doorstep and announce "my brain is open", staying long enough to collaborate on a few papers before moving on a few days later. In many cases, he would ask the current collaborator about whom to visit next.

די מערסטע האט מיך געמאכט לאכן דא:
  • Music, except classical music, was "noise".
 
מה שכתבתי במערת אליהו הנביא בחיפה

במערת אליהו הנביא
האיש שנעשה לאגדה, שנהפך מאדם לאלוה, נעשה רוחני, נצחי, מיתוס, לא חי ולא מת
אליהו, האיש הגבוה עם השער הארוך המשתולל, עם העינים הבוערות כלפידי אש והקול המזעזע אותך עד עמקי נשמתך. האיש שחי לו לבדו בהר ולא נותן לאדם להתקרב אליו. האיש שכשהוא רק פונה לעברך אתה נבהל ונתחלחל.
האיש שלא מדבר כלום, לאף אחד, אף פעם, אבל ברגע שאתה עשית עוול הוא מביט עליך בעינים היוקדות שלו, ואתה מרגיש כאילו אתה נמס במקום
האיש שצעד לו בקומה זקופה לתוך הארמון של המלך לתדהמת כל השומרים והחיילים, ופתח את פיו ויצאו משם זיקי אש היישר לתוך פני המלך הנבהל שנראה כל כך קטן וחלש. הוא צעק על המלך לתוך פניו על הפשעים שהוא עושה, על ההיפוקריות שלו, חשף אותו לעיני כולם ואף אחד לא העיז לומר מילה עד שגמר ויצא משם וחזר לבדידותו באיזה חור נידח איפה ששום בריה לא תמצא אותו.
האיש שהוביל לבדו מהפכה והדהים ציבור עצום של אלפים בהר הכרמל נגד מאות נביאי הבעל שבאו עם כל המדים והטקסים. לבדו עמד וצעק על עם רב, שענו אחריו באקסטזה "ה' הוא האלוהים", ולבדו ירד משם והלך ישירות להר חורב איפה שהיה לו מפגש נורא עם אלוהי ישראל, בו הטיח במר נפש "קח את נפשי", והאלוהים, ככה אומרים, הציג את עצמו לפניו במראה נוראה שלא זכו לו רק האבות הקדמונים אברהם ומשה, ובסוף אחרי הרוח והרעש והאש, ראה את ה' בקול דממה דקה, קול המתאימה לסודיות שאופפת אותו תמיד.
לבדו צעד בחזרה סביב ארץ ישראל ועשה שליחיות נסתרות שאף אחד לא הבין. לבדו הלך אל דרכו האחרון בפנים חתומות וקומה זקופה, אדם אף פעם לא הבין אותו ולעולם לא יבין אותו
הוא הבודד הנצחי, יוקד בפנים ושקט מבחוץ, רק עיניו מגלים שיש אש מתלקחת בתוכו שלא נח לרגע, אש שלא נותן לו מנוחה, שלא מניח אותו לישון, לעצום עיניו על העוול שנעשה בעולם. לא יכול לשתוק, אבל לא רוצה לדבר, אז הוא נודד ובורח כל פעם למקום יותר נסתר, למקום שאף אחד לא ימצאנו
וככה חי לו את חייו, וככה זכרו אותו, איש שלא היה איש, חצי מלאך חצי אל, עלה בסערה השמימה על סוסים ורכבי אש, אתה עדיין יכול למצוא אותו פה ושם נודד לו בדרך איפה שהוא נותן שלום לחכמים, או נופל לביקור פתאומי בליל פסח או בברית. מסתובב לו בעולם ורוצה לתקנו אף שאבד מעט מן העוקץ שלו ונתרכך במקצת, לא כועס כל כך עוד, יותר רחמני, יותר אבהי, הוא עוזר לאנשים תועים בדרכים ומביא כסף לעניים, ויבוא במהרה לבשר לעם על הגאולה הקרובה
 
Back
Top