- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 23
- רעאקציע ראטע
- 264
דער אידישע לוח איז צווייפללאז פון די קונסטליכסטע קאלענדארס וועלכע זענען אפירגעקומען אויפן וועלט, איבערהויפט נעמענדיג אין געדאנק ווי אלט עס איז און ווען עס איז צושטאנד געקומען. עס איז איינער פון די הויפט חכמות מיט וועלכע די אידן האבן זיך בארומט קעגן אנדערע פעלקער און האבן דאס געהאלטן אין געהיימניס נישט וועלענדיג איבערגעבן דער חכמה פאר פרעמדער.
אלזא, לאמיר זיך באקענען וואס דאס איז דער אידישע לוח, וויאזוי ארבעט עס און וויאזוי עס ווערט גענוצט אויף צו רעכענען די אידישע מועדים און ימים טובים.
דער אידישע לוח איז צום ערשט אייגענארטיג דערמיט וואס עס זוכט צו שאפן א בריק צווישן דער זון-קאלענדאר און דער לבנה-קאלענדאר. מיט דעם איז דער אידישע לוח נישט געווען דער איינציגסטער, עס זענען פארהאן נאך אזעלכע סארט לוחות וועלכע לויפן סיי מיט דעם זון און ווי אויך מיט דער לבנה, אבער דער אידישע לוח איז געווען א שטארקע ביישפיל פאר אן ערפאלגרייכע צוזאמשטעל.
דער זון-יאר
דער זון גייט ארום דעם וועלט יעדן טאג פון מזרח צו מערב (אייגענטליך איז עס דער וועלט וואס דרייט זיך, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר אסטראנאמיע) און עס פארטיגט א רונד אויפן פארקערטן ריכטונג דאס הייסט פון מערב צו מזרח און לויף פון א יאר.
דורכאויס דעם יאר, אין לויף פון זיין רייזע, גייען אריבער אויפן וועלט אלע פיר סעזאנען פונעם יאר און דאן נאך א יאר צייט פאנגט זיך אן נאכאמאל דער קרייז. דאס איז א טראפישע יאר.
דער דורכשניטליכע לענג פון א טראפיש יאר, לויט דעם אידישן קאלאנדער, איז ווי פאלגענד:
356 טעג, 5 שטונדן, 55 מינוט מיט נאך 7 חלקים - א חלק איז אן אלטע וועג פון צעטיילן שעות, איין חלק איז 3 סקונדעס מיט א דריטל, מיט נאך 48/76 רגעים (א רגע פלעגט זיין איינס פון 76 טיילן פון א חלק), דאס קומט אויס 22.8 פון א סקונדע – בערך א פיפטל סקונדע. אגב, לויט דער היינטיגע רעכענונג איז דער אידישע זון-יאר לענגער פון דער דורכשניטליכע זון-יאר מיט בערך זעקס מינוט.
א יאר איז צעטיילט אין חודשים וואס דאס איז דער לענג ווי לאנג עס נעמט פאר דער לבנה צו ענדיגן א פולע קרייז ארום דעם וועלט. די לבנה, פונקט ווי דעם זון, שפרייזט ארום דעם וועלט יעדן טאג פון מזרח צו מערב אבער און דער זעלבע צייט, פונקט ווי דעם זון, רייזט זי אויפן פארקערטן ריכטונג - פון מערב צו מזרח, אבער אנדערש ווי דעם זון, פארטיגט זי א פולע רינג אין איין חודש. אין פארלויף פונעם חודש טוישט זיך דער אויסזען פון דער לבנה, פון א דינע הארל ביז א פולע טאבע און דאן צוריק.
דער לבנה-יאר
דער דורכשניטליכע לענג פון א חודש, דאס איז פון ווען דער לבנה ווערט געזען צום ערשטן מאל ביז ווען זי ווערט נאכאמאל געזען צום ערשטן מאל נאכן פארשווינדן ווערן, דאס איז דער מולד, איז ווי פאלגענד:
29 טעג, 12 שטונדן, 44 מינוט מיט איין חלק וואס דאס איז דריי סקונדעס מיט א דריטל (דער רעכענונג איז מיט אומגעפער א דריטל סקונדע אפגעריקט פונעם אנגענומענעם נומער צוטאגס)
עס איז וויכטיג צו וויסן אז דאס אלעס איז בלויז א דורכשניט, דאס הייסט אז מען נעמט צוזאם א צייט פון אסאך חודשים צוזאמען און מען מאכט א דורכשניט ווי לאנג עס נעמט, קומט מען אן צו דעם סומע. אבער יעדער חודש פאר זיך, קען נעמען עטליכע שעות לאנגער אדער קורצער.
ווען מער רעכנט צוזאם 12 לבנה'ליכע מאנאטן וואס דאס איז א יאר, קומט מען אן צו א טאטאל פון:
354 טעג, 8 שטונדן, 48 מינוט מיט 12 חלקים (40 סעקונדעס)
פאררעכענונג
אז מען מאכט א חשבון מיט וויפיל דער לבנה-יאר איז קורצער פון דער זון-יאר, קומט מען אן צו דעם:
10 טעג, 21 שטונדן, 6 מינוט, 13 חלקים און 48/76 רגעים (בערך 25 סקונדעס). דאס מיינט אז טאמער וויל מען זיך באנוצן מיט ביידע לוחות, מוז מען טרעפן א וועג וויאזוי צו צולייגן די צייט, ווייל אז נישט, וועלן זיי מיט יעדער יאר ווערן אלס ווייטער אפגערוקט.
דאס איז דער אורזאך פאר די עיבור יארן. צו פארזיכערן אז דער לבנה-יאר זאל נישט ווערן אפגערוקט פונעם זון-יאר צופיל און זיי זאלן שטענדיג בלייבן צוזאמען.
פארגלייכונג
דער חשבון פון "פארשוואנגערן" די יארן גייט צו ווי פאלגענד:
יעדער ניינצן יאר זענען דא זיבן יארן וועלכע זענען עיבור יארן, זיי פארמאגן דרייצן חודשים אנשטאט צוועלף. דער סדר פון די עיבור יארן זענען: דער דריטער, דער זעקסטע, דער אכטע, דער עלעווטע, דער פערצענסטע, דער זיבעצנסטע און דער ניינצנסטע. דאס הייסט עס זענען דא צוויי סעטס:
צוויי פשוטות איין מעוברת
צוויי פשוטות איין מעוברת
איין פשוטה איין מעוברת
צוויי פשוטות איין מעוברת
צוויי פשוטות איין מעוברת
צוויי פשוטות איין מעוברת
איין פשוטה איין מעוברת
דער חשבון וויאזוי די זיבן חדשים פארמאכן דעם לאך וועלכע שאפט זיך, איז זייער קלאר. אז מען וועט צוזאם רעכענען ניינצן מאל דער אונטערשייד צווישן דעם זון-יאר און דעם לבנה יאר, וועט עס אויסקומען אקוראשט דער זעלבע ווי זיבן לבנה חודשים, אזוי ארום אז נאך ניינצן יאר ווערט גענצליך פארמאכט דעם לאך און זיי פאנגען זיך ביידע אן אויף דער זעלבע צייט.
ניינצן מאל 10 טעג, 21 שטונדן, 6 מינוט, 13 חלקים און 48/76 רגעים (בערך 25 סקונדעס) איז:
206 טעג, 17 שטונדן, 8 מינוט מיט זיבן חלקים פונקטליך.
זיבן מאל 29 טעג, 12 שטונדן, 44 מינוט מיט איין חלק (וואס דאס איז דריי סקונדעס מיט א דריטל) איז:

וואס עס פעלט נאר איז אז מיר מאכן דאך נישט חודשים אינמיטן טאג און טאמער אין דורכשניט איז א חודש 29 און אהאלב טעג, דאן ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה דערמיט? וויאזוי קען מען פארזיכערן אז מען פאנגט נישט אן א נייע חודש צו פרי אדער צו שפעט רעלאטיוו צו דער באנייאונג פון דער לבנה?
מער דערפון אינעם קומעדיגן קאפיטל אי"ה

לעצט רעדאגירט: