- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 999
- רעאקציע ראטע
- 8,680
- פונקטן
- 923
לכבוד די טויזענסטער הודעה
וואס דארף דאס צו באדייטן? טויזענט איז די חשיבות צוליב די כמות פון די הודעות? אויב צוליב די איכות דאן דארף דאס זיין ביי טויזענט גוטע הודעות? און ווער זאגט ביי טויזענט אפשר גאר ביי איין גוטע איכות'דיגער הודעה.
אבער איין מינוט, דער ענין איז מ'שרייבט א גוטע הודעה לכבוד דעם טויזענט קומט אויס אז די טויזענט הודעות זענען נישט געווען עפעס ספעציעל?
וואס מיינט א גוטע הודעה? און ווי אזוי מעסט מען עס?
גארנישט שטומט נישט
באמת גארנישט.
אלעס קען האבן ענדלאזע באדייטן, דו ווייסט נישט וואס איך מיין און איך ווייס נישט וואס דו פארשטייסט אין מיינע ווערטער.
צונעם נאר ווארט ביי ווארט. וואס מיינט גארנישט? ס'דען דא אזא זאך ווי גארנישט? איז עס א מציאות (אין א געוויסער זין) וואס מ'רעדט דערפון און מ'רופט עס גארנישט.
אבער אין אן אנדערער בחינה איז עס טאקע גארנישט ווייל ס'איז נישט עפעס וואס מ'קען אנטאפן און מסביר זיין.
אבער איין מינוט, אויב אזוי איז אלעס גארנישט, ווייל וואס קען מען יא באמת מגדיר זיין?
וואס מיינט שטומט? ס'שטומט כשלעצמו? גארנישט שטומט נישט, ס'איז וואס ס'איז. סאו שטומט מיינט מען ס'שטומט ביי א מענטש? וואס מיינט ס'שטומט? אז זיין מוח פארשטייט עס? וואס מיינט אז זיין מוח פארשטייט עס? אז ער איז צופרידן דערמיט?
שכל און טיפשית
ווער איז מחליט וואס איז וואס?
אפשר איז תמימית ופשיטות א גרויסער שכל - א קלוגער וועג צו זיין און עקזיסטירן? איין מינוט וואס מיינט שכל? עפעס וואס בויט ראקעטן? עפעס וואס ברענגט תועלת? מחשבות וואס קומען פונעם הארץ זענען עפעס נישט קלוג? ווער זאגט אז זיי זענען נישט שכל?
אלעס איז אין אלעס
חסד האט אין זיך גבורה, חסד וויל געבן, סאו ער וויל ס'זאל זיין 'חסרון' וואס ער זאל קענען ערפיהלן.
גבורה האט אויך חסד אין זיך, ער וויל זיכער מאכן אז אלעס איז אין פלאץ.
סאו ווער איז מחליט וואס איז חסד און וואס איז גבורה?
אויב מ'קען אויף אלעס פרעגן טריליאנע קשיות און ענטפערן תירוצים וואס מ'קען ווייטער אפפרעגן, דאן ווי סעטלט מען זיך?
(און דו פילעוועסט נאך אינעם גאט דעבאטע שנירל...)
-
איך מיין אז ווען מ'לאזט זיך טראכטן קומט מען אהן צום תכלית הידיעה שלא נדע
איינמאל מ'כאפט אז שכל הייבט נישט אהן צו שטומען, אלעס איז ענדלאזע פראדאקסן בתוך פראדאקסן, הייבט מען אהן טראסטן עפעס טיפער פון שכל און מ'הייבט אהן ניצן דעם שכל אלץ א טול און נישט אלץ דער 'זיך'.
סאו וואס איז יא דער זיך?
ווי ענדיגט זיך דער זיך?
(כ'זוך נאך דעם ענטפער אינעם קאפ? כ'וויל עס נאך פארשטיין?)
יהי רצון אונז זאלן אויפהערן ווערן דיסטרעקטעד פון די נויז פון חשבונות רבים און אונז זאלן אנהייבן צו זיין! אויסהערן דעם אינערליכן סיגנאל, טראסטן דעם זיך, און טון וואס מ'וויל באמת!
(ס'נישט אדער יא אדער ניין, ס'איז שטארקייט וואס מ'בויעט ווי א מאסל.)