דער דעק פונעם עראפלאן טרעגער האט געטרייסלט.
די מאטארן פונעם עף 14 האבן ארויסגעלאזט הויכע ברומערייען, פארטייבנדיג די אויערן פון די מאנשאפט וועלכע האבן קאמוניקירט מיט'ן פילאט דורך האנט באוועגונגען.
א מילדע רויך האט זיך ארויסגעריסן פון אונטער די פליגלען, ווען דער קאנטראלירער האט געגעבן דעם סיגנאל ארויפצושיקן דעם פליגער.
דאס פלי געצייג האט זיך ארויסגעריסן פון ארט, און זיך גענומען שמייסן שנעלער און שנעלער צום סוף פונעם דעק, וואו ער האט געריכטעט די פליגלען אויף ארויף און פארשוואונדן אין די בלויע הימלען.
"And, cut!”
האט טאוני סקאט, דער לעגענדארער האליוואד דירעקטאר אויסגעשריגן…
טאוני סקאט, דער יונגערער ברודער פון רידלי סקאט, איז אצינד געווען אן אנגעלייגטער גאסט אויפ'ן יו עס עס ענטערפרייז CVN 65 עירקרעפט קעריער, אפכאפנדיג הערליכע סצענעס פון עראפלאן לאנדונגען און הייבונגען.
צו זיין רעכטער זייט איז געשטאנען טאם קרוז און זיך צוגעקוקט צום פילמירונג מיט זיין כאראקטעריסטישער שמייכל, און צו זיין לינקער זייט איז געשטאנען א אמת'ער נעיווי אפיציר און זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט.
***
ווער האט דען נישט געהערט פון "טאפ גאן"? א פילם וועלכע האט איבערראשט די צוקוקער מיט אירע אייגנארטיגע סטאנטס און קאמבאט שאטס.
אמעריקאנער בירגער האבן זיך ווידער געשפירט שטאלץ מיט זייער ארמיי און נעיווי, נאך יארן פון זיין פארמישט אינעם וויעטנאם קלאפאטע.
טאם קרוז, אין זיין "מעווריק" כאראקטער האט אויסגעשפילט די העראאיזם און קענטעניסן פון אן אמעריקאנעם מיליטערישן פילאט, ווי נאר טאם קען.
די פיינטליכע מיגס זענען אראפגעשאסן געווארן איינס ביי איינס דורך די געשולטע "טאפ גאן" לוטענענטס, און דער זיג איז שנעל באשטימט געווארן פאר אמעריקע…
וואס ווייניגער ווייסן אבער איז, אז הינטער דעם טאפ גאן פראיעקט איז געשטאנען נישט קיין צווייטער ווי דער פענטאגאן! און נישט בלויז אונטער טאפ גאן, נאר אויך הינטער "בלעק האוק דאון", וועלכע פארציילט דעם געשיכטע פונעם דורכגעפאלענעם סאמאליע אפעראציע אין וועלכע א היבשע צאל ארמיי רעינזשערס און דעלטא פארס אפיצירן זענען אומגעקומען. און אויך הינטער "פוירל הארבאר", וועלכע פארציילט דעם געשיכטע פונעם טאג ווען אמעריקע איז אטאקירט געווארן דורך די יאפאנעזער. און אויך הינטער נאך א צאל האליוואד מאוויס וועלכע האבן געזאלט אראפמאלן דעם אמעריקאנעם מיליטער אין א פאזיטיוון ליכט.
אלע פון די מאוויס האבן געהאט איין ציל: פראפאגאנדע!
די סטראטעגישע טעותים זענען באהאלטן געווארן, די העראאישקייט איז אויפגעבלאזן געווארן, און דער זיג איז אלעמאל געווען אויף די אמעריקאנער זייט…
באזונדער פון דעם, האט טאפ גאן געדינט נאך א ציל.
נאך דעם דורכפאל אין וויעטנאם, האט דער דעפארטמענט אוו דעפענס באמערקט א באדייטנדע פארקלענערטע צאל מיליטערישע רעקרוטמענט, און טאפ גאן האט געזאלט צוריקברענגען דאס ווילן פון יונגע מענער זיך אריינצורוקן אין מיליטער. און ווי עס שטעלט זיך ארויס, זענען זיי געווען סוקסעספול.
מעגליך א צווייטן מאל וועלן מיר אריינגיין מער אין דעטאלן וויאזוי דער פענטאגאן האט פארדרייט די געשיכטעס פון די אמת'ע פאקטן.