אדער/ און זיך פרובירן צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך און אין די זעלבע צייט מקיים זיין דעם וחי בהם ולא שימות בהם
זאגסט דאך אזוי גוט!!
דו דערמאנסט מיך פון מיינע פלאגענישן. ווי איך פלעג באשולדיגן גאט פאר יעדע ווייטאג און פארשטייצעך אויך עם דאנקן פאר אלע גוטע זאכן. די פראבלעם איז נאר אז מכות, צער, און עגמ"נ שפירט מען אסאך מער ווי גוטס און ס'איז אויסגעקומען אז מיינע באשולדיגונגן, ווייטאגן און קללות אויף גאט איז געווען כסדר אויף א טאג טעגליכן אויפן, ביז מיינע חברים צו וועם כ'פלעג מיך אויסרעדן האבן מיר ג'עצה'ט זיך אפצושאקלן פון גאט און נאר אריינטשעקן מיט עם עווערי נאו ענד דען.
קודם האב איך געלאכט פון זייער עצה, אבער מיט די צייט האב איך אסאך אריינגעטראכט דערוועגן און מיט די הילף פונעם חונן לאדם דעת, ליינענדיג און דורכטוהן ארטיקלעך פון ידידי היקר וידיד הקרעמל
@מי אני 'ס רייכע ארטיקלעך, און נאך נייטראלע הילף און כ'האב אנגעהויבן איינזעהן אז ס'יש דברים בגו און דער דרויסענדער עקסטערנאל גאט וואטעווער דעט מיענס קען זיין גאר א גרויסער פראבלעם פאר מאנכע, ספעציעל ווען מ'איז אזוי מגשם גאט אז ער איז גאר דער שמייסער און אפילו אין דער זעלבער צייט דער געלט טיילער. דער פראבלעם מיט דעם מהלך קען זיין פאר געוויסע מענטשן אז אזא עקסטערנאל גאט ווערט גאר דער עיקר קאופינג מעטאד און דער מענטש פארגעסט אינגאנצן אז ער עגזיסטירט און יעדע זאך וואס געשעהט פאר'ן מענטש איז עם צו פארדאנקן אדער פארשעלטן.
ווען דער אמת איז אז ס'קען זיין אז ס'עגזעסטירט אזא מעכטיגער גאט א כול יכול, אבער לגבי אונז מענטשן היומען ביאינגס, איז אסאך וויכטיגער צו געדענקן אז מיר פארמאגן אין אונז א אינטערנעל גאט א גאטליכע ענערגיע, וועלכעס שטופט אונז צו טוהן גוטס, וועלכער מיט אונזערע ריכטיגע השתדלות קענען מיר בויען זיך און אנדערע, בויען וועלטן און אין די זעלבע צייט חרוב מאכן וועלטן. ווילסט דאווענען צו גאט דאווען צו דיין אייגענע גאט דיין אייגענע חלק אלקי ממעל צו דיין אייביגע מעכטיגע ענערגיע, וועק עם אויף וועסט נישט גלייבן וואו דו גייסט אלץ אנקומען, אלל אוו עי סאדן גייסטו געוואר ווערן אז דו ביסט גאר א זאך נישט סתם א פיגור אין א חתונה בילד אדער סתם אן עובר ושב ביים ריבניצער אדער עפעס אן אורח'ל ביי א חנוכה פארטי.
דיין גאנצע עטיטוד אינעווענדיג לגבי דיר גייט זיך טוישן, פון זיין אנגעשטאפּט מיט ריזענטמענט אויף עפעס א דרויסענדער גאט וועלכעס דו האסט ניטאמאל די מינדעסטע אהנונג וואס דאס איז בכלל, וועסטו ווערן אנגעפילט מיט דאנקבארקייט צו דיין אייגענער אינעווענדיגסטער גאט, אנשטאט זיך ארום דרייען שעלטן קללות א גאנצען ליבן טאג וועסטו דיך אליין און דיין געטליכע ענערגיע בענטשן מיט כל מיני ברכות וועסט דיך ארום דרייען צופרידן.
און אפילו ווען ס'קומט שווערע צייטן וועסטו טראכטן אקעי וואס טוט מען יעצט? וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה? און וועסט כסדר אויפקומען מיט פרישע איידיעס וויאזוי צו מאכן זיס דעם מצב.