Deepseek די בויקאטן האבן זיך אנגעפאנגען

ברק הכחול

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2024
מעסעדזשעס
254
רעאקציע ראטע
1,075
די איטאליע דעטע פראטעקשן אוטאריטי, Garante האט בלאקירט נעכטן עקסעס צו די כינעזע טשעטבאט, deepseek, לויט ווי זיי טענהנען, האט דיפסיק נישט געקענט פראוויידן גענוג קלארע ענפערס וויאזוי זיי היטן אויף די פרייוועסי פון די יוזערס, און וואס זיי טוען מיט די דעטע וואס די יוזערס פירן אריבער, (וואס זיי נעמען דאך אפיציעל זי קענען טרענירן די מאדעל) און איך,וויאזוי ווערן זיי געהאלטן אין זייער היימלאנד, טשיינע.


Deepseek, האט טאקע אריבערגעפירט די ענפערס צו Garante, אבער זיי זאגן אז די ענפערס זענען בכלל נישט גענוג, און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט, און יעצט קען מען שוין נישט דאנלאדן דיפסיק איבער גאנץ איטאליע, נישט אין עפפל סטאר און נישט אויף גוגל פלעי, סאיז נישט קלאר אויב מהאט עס שוין דאנלאודעד פארדעם אויב מקען עד נאך ניצן.


ווי סקוקט אויס, איז איטאליע בכלל נישט די לעצטע, אירלאנד און בעלגיע האבן אויך געלאונטשד זייער אייגענע אינוועסטיגעישאן, פראנקרייך איז אויך אופן וועג.


אגב, אינטערעסאנט אנצומערקן, סאיז נישט די ערשטע מאל אן AI מאדעל ווערט בויקאטירט אין איטאליע, און די בעגינינג פון 2023, האט די דעטע אוטאריטי אין איטאליע טעמפארערי געבענד טשעטGPT, איבער פרייוועסי אישוס, עווענטשועלי, צוריק אלאועד אום דעצעמבער 2024, מיטן תנאי אז טשעטGPT וועט דארפן ראנען א קאמפיין פאר 6 חדשים צו מסביר זיין און זיכער מאכן אז די יוזערס ווייסן און קענען רידשעקטן די דעטע קאלעקשן, פלוס, זיי האבן געדארפט באצאלן א 15 מילאן יורו פיין.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250202-124938.png
    Screenshot_20250202-124938.png
    467 KB · געזען: 8
מ'קען זיך נישט בויען דורך אונטערהאקן יענעם, דאס איז די גרעסטע מוסר השכל פון די גאנצע סומעטאכע.

בד''וו, ס'איז א אפענע זאך און מ'דארף נישט זיין קאנעקטעד מיט טשיינע עס צו ניצן. אבער עניוועיס, ס'איז אלץ פאליטיק סייווי
 
מ'קען זיך נישט בויען דורך אונטערהאקן יענעם, דאס איז די גרעסטע מוסר השכל פון די גאנצע סומעטאכע.
און לגבי טעריפס - וואס באשטייט נאר פון אונטערהאקן און בלאקירן יענעם שרייבסטו:
זאגסטו אז ער האט נישט קיין אנונג וואס ער טוהט? און ברענגסט א ראי' פון א טאַבּלויד וואס האקט שוין אויף איהם מראשית אז.

די אמעריקאנער טרעיד פראבלעמען זענען נישט קיין נייע און ס'איז געווען ידוע לכל פאר אלע יארן פאר ווער ס'האט געוואלט זעהן. לאנג פאר ס'איז געווען א פאליטישע קאנטראווערסיע האב איך געזעהן ווידעאס אויף קהאַן אקאדעמיע ווי סאַאַל קהאַן האט מסביר געווען די פראבלעם אז אמעריקע שטייט אויס אונטער צוגיין, און ער איז געקומען צו די החלטה אז די פאליטיקער האבן נישט די בּאָליס צו האנדלען מיט די פראבלעם. פארשטייט זיך היינט קען מען שוין נישט טרעפן יענע ווידעאס געהעריג....

ווען ס'איז די גאנצע וועלט קעגן טראמפ וועסטו נישט טרעפן קיין גינסטיגע דעקונג, וועסט דארפן טוהן דיין אייגענע ריסוירטש. ס'זיצן מיט טראמפ פיל קליגערס ווי מענטשן וואס ווייסן נישט וואס טוהט זיך מיט זיך.

ווען דו וועסט אנהייבן קוקן אביסל impartial וועט לכאו' גוט זיין...
 
בד''וו, ס'איז א אפענע זאך און מ'דארף נישט זיין קאנעקטעד מיט טשיינע עס צו ניצן. אבער עניוועיס, ס'איז אלץ פאליטיק סייווי
איך ווייס. נישט וואס די מיינסט מיט דעם אבער טריי אים צו פרעגן וועגן טייוואן
 
איך ווייס. נישט וואס די מיינסט מיט דעם אבער טריי אים צו פרעגן וועגן טייוואן
טריי צו פרעגן טשעט דזשי פּי טי וועגן קאוויד. אדער וועגן יאנואר זעקס, אדער וועגן טראמפ.....
 
און לגבי טעריפס - וואס באשטייט נאר פון אונטערהאקן און בלאקירן יענעם שרייבסטו:


ווען דו וועסט אנהייבן קוקן אביסל impartial וועט לכאו' גוט זיין...
האסט א גוטע קשיא.

די טעריפס איז אביסל מער א קאמפליצירטע נושא, און פערזענליך בין איך נישט קאנפידענט אין סיידן פון די צדדים. איך האב גראדע הנאה פון וואס טראמפ טוהט און איך האף ס'זאל איהם געלונגען.

אבער למען האמת איז דא א שטיקל חילוק דא. מיט די טעריפס טוהט ער דאס טאקע אז ער זאל זיך אליינס דארפן אויפבויען, מיט נישט לאזן טשיינע קויפן טשיפס, טוהט אויף די זעלבע רעזולטאטן ווי זיינע טעריפס נאר פארקערט, ס'צווינגט זיי זיך אליינס צו בויען, און אזוי האט טאקע פאסירט!
 
טריי צו פרעגן טשעט דזשי פּי טי וועגן קאוויד. אדער וועגן יאנואר זעקס, אדער וועגן טראמפ.....
איך האב אים געפרעגט און ער האט געענטפערט!

האסט א גוטע קשיא.

די טעריפס איז אביסל מער א קאמפליצירטע נושא, און פערזענליך בין איך נישט קאנפידענט אין סיידן פון די צדדים. איך האב גראדע הנאה פון וואס טראמפ טוהט און איך האף ס'זאל איהם געלונגען.

אבער למען האמת איז דא א שטיקל חילוק דא. מיט די טעריפס טוהט ער דאס טאקע אז ער זאל זיך אליינס דארפן אויפבויען, מיט נישט לאזן טשיינע קויפן טשיפס, טוהט אויף די זעלבע רעזולטאטן ווי זיינע טעריפס נאר פארקערט, ס'צווינגט זיי זיך אליינס צו בויען, און אזוי האט טאקע פאסירט!
איך ווייס איך האב א גוטע קשיא - פארדעם האב איך עס דאך געפרעגט!

און איך האב פארשטאנען אז 'טעריפס איז אנדערש' עפעס וועגן טראמפ... נישט אינגאנצן קלאר וואס.

מיין נקודה איז געווען אז ביי דיר איז עסטעבלישמענט = שלעכט און טראמפ = גוט, אלעס וואס גייט אריין אין די ערשטע קאלום איז אטאמאטיש ראנג, כולל די מהלך פון רעסטריקטען deepseek אין אזעלכע לענדער ווי איטאליע. משא"כ וואס טראמפ טוט איז אייביג גוט (כ'פארשטיי ער איז נישט פערפעקט לשיטתך - אבער ער קומט דאך נישט צו צו די קארופטירטע לינקע פארדעם איז א שאד צו רעדן פון וואו ער איז ראנג...), וממילא איז טאריפס זיכער גוט - על אף עס איז כמעט די זעלבע געדאנק און האט ענליכע עפעקטס ווי דאס וואס איטאליע וויל ערייכן לגבי AI...
 
טעריפס איז נישט אנדערש וועגן טראמפ, טעריפס איז אנדערש מערסטנס ווייל טשיינע איז א קארענסי מאניפולאטער, אין מעקסיקא איז אנדערש ווייל ס'דא פראבלעמען ביים גרענעץ. קאנאדע, ווייל ער וויל עס איינקאסירן? גיי ווייס.

אבער מיין פריעריגע רעספאנס איז געווען אז טעריפס איז דאס פארקערטע ווי אפהאקן טשיינע פון באקומען אונזער טשיפס וואס איז גורם אז טשיינע זאל זיך אליינס אויפבויען און נישט זיין אנגעוויזן אויף אונז.

איך האלט נישט אז טראמפ איז אייביג גערעכט, און איך וועל נישט בלינדערהייט נאכטאנצן אלעס וואס ער טוהט, איך האב אייביג געהאט דיפערענצן מיט איהם און ס'וועט לכאורה ווייטער זיין. איין סיבה פארוואס איך בין שטארק מיט איהם איז ווייל ער צוברעכט די פאלשקייט פון די עסטאבלישמענט, ספעציעל די דורכגעפוילטע יוסטיץ סיסטעם, און דאס איז פאר מיר די סאמע 'וויכטיגסטע' אפגעזען פון וואס טעריפס טוהן יא אדער נישט אויף.
 
Back
Top