אדם אחד מאל"ף מצאתי - ערשטמאליגע אינטערוויו מיט'ן סיני ועוקר הרים הינטער'ן אלעמען באקאנטן ניק @אלפא

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
538
רעאקציע ראטע
2,513
פונקטן
423
אקעי, איך ווייס אז מענטשן גלייכן נישט קיין לאנגע קעפלעך, אבער דער פסוק איז צו גוט אויסצולאזן פונעם קעפל, ניין?

"אָדָם אֶחָד מֵאֶלֶ"ף מָצָאתִי"

נישטא קיין פאסיגערע פסוק זיך אויסצודרוקן אויף דעם אלעמען באליבטן ניק, דער אויסטערלישער בקי וידען מצד אחד, דער צוגעלאזענער גוטזאגער מצד השני, וואס זיין אויסנאמליכע באלאנס פון חכמה ובינה ביינאזאם איז עפעס וואס באצויבערט יעדן איינעם און האט איינגענומען קאווע שטובל און קרעמל מיט'ן זעלבן שטורעם.

א גרינטליכע אנאליז אויף א נייע ערשיינונג אינערהאלב די חרד'ישע וועלט? אלפא.

אן אייגנארטיגע פערספעקטיוו איבער א פאליטישע סומאטוכע? נאכאמאל אלפא.

א שפאגל נייע געפעכט צווישן אלעקס אקאנער אדער זשארדן פיטערסאן? שוין ווידער אלפא.

א שארפע בליץ וואס שטעלט אין פלאץ א טראלנדע ניק וואס האט פארגעסן וויאזוי מען קאמוניקירט אויף אן אינטעליגענטע שטייגער? און עודך אלפא.

ווען אלפא איז אפוועזנד, שפירט זיך דער חלל. נישט בלויז אין זיין לעגענדארע רויע מחשבות שנירל, וועלכע איז צו יעדע צייט נאכמער געקאכט ווי רוב געבראטענע שנירלעך, נאר דער לאך גרייכט ביז די ווייטסטע ווינקלען פונעם קרעמל, וואו קוים ניקס באזוכן.

אן ארטיקל פון אלפא איז שוין איינמאל אן ארטיקל. ווי א פאכמאן בויעט ער זיין קעיס פון אונטן ארויף, מיט שורות וואס זענען נישט סתם אבי געשריבן כדי אנצופולן דאס בלאט אדער באקומען לייקס. נאר אריינצופירן דעם ליינער אין זיין סאמע מהלך המחשבה, ביז'ן ענדע ווען מען טרעפט זיך נאכאמאל איבערליינען פון אנפאנג.

כ'וואלט גענוצט אויף אים קטלא קניא'ס גלענצענדע הגדרה פון 'לאכט ווי א חסיד, טראכט ווי א משכיל, קרענקט ווי א בר נש', ווען נישט איך בין מסופק צי אלפא'ס באלאנס ערלויבט אים בכלל זיך מגדיר צו זיין אין סיי וועלכע גדר.

אלפא קען אויף איינמאל צושטימען צו ריטשארד דאקינס און גליון השמיעיני (להבדיל? נישט זיכער… ביידע זענען בלינדע פונדאמענטאליסטן… עניוועי, ס'קומט נישט אריין דא.) צי גאר אידישקייט גליון, ארויסנעמען די אמת'ע חלקים פון יעדן פון זיי, אוועקווארפנדיג די גארביטש.

איינס פון טויזנט, אין פולן זין פון ווארט.

וואו געפיל איז זיך סותר מיט שכל, און קיינער געבט זיך נישט קיין עצה, איז אלפא דארט צו די רעסקיו. מיט זיין ברייטע מוח נעמט ער ארויס דעם אלפא מעסערל און נעמט זיך שניידן שטיקער פון אלע זייטן, ביז עס בלייבט א שיינע קלארע שטעלונג וואס קיין ניק דערוואגט זיך נישט צו טשאלענזשן.

פאר מיר זעלבסט, איז אלפא געווען א שטיקל מציל ומושיע, א סארט פאטער-פיגור, א וועגווייזער, זאגאר א ראול מאדעל, אין מיינע ערשטע וואקלדיגע טריט על אדמת קרעמל. זיין אישי קעסטל איז אלעמאל געווען ברייט אפן מיט עצות, הדרכות, לינקס, און וואס נישט?


אלזא, אין א רענדאם טאג (וועלכע טאג איז דען נישט רענדאם?), האט א רענדאם ניק (מיינס…) געשיקט א רענדאם פריוואטע מעסעזש צו אלפא מיט א רענדאם בקשה וואס האט זיך געליינט:
"איז שוין אמאל געווען אן אינטערוויו מיט דיר? אויב נישט, מעג איך זיין דער ערשטער?"

געווארט מיט שפאנונג, נישט אויף לאנג, און אן ענטפער איז ערשינען:
"געזונטערהייט."

אן אינטערוויו מיט אלפא איז עפעס פון וואס איך חלום שוין גאנץ לאנג, און צו זיין אויפריכטיג האט עס מיר היבש געוואונדערט אז אזוינס איז נאכנישט דא.

אצינד אז דער גאלדענער געלעגנהייט איז אריינגעפאלן אין מיין רשות, האב איך אנגעהויבן פיבערהאפטיג פאנטאזירן און פלאנעווען וויאזוי עס צושטאנד צו ברענגען, וועלכע סארט שאלות צו פרעגן, אין וועלכע סטיל און זשאנער אויסצושטעלן דעם אייגנטליכן ארטיקל. זאל איך גיין מיט חזן וקהל סטיל, ווי א יום כיפור'דיגע שיר היחוד, א פראגע און ענטפער וחוזר ושונה? זאל איך קריעטן א פולע נאראטיוו, אזוי מאמענט סטיל? אפשר גאר אייוועלט סטיל, וואו א גאנצע פיקטיווע געשיכטע מיט דראמאטישע פלאט דיווייסעס זענען אינוואוולד צאמצוברענגען דעם אינטערוויוער מיט'ן אינטערוויואי?

צום סוף איז געבליבן אז יעדער איינער גלייכט ממילא עפעס אנדערש, איז וואס זאל איך מיך מוטשען ארויסצוקראצן חומר פון א לאנגע אינטערוויו און שניידן און שטיקלען בלויז די פראזן און זאצן וואס פיטן דעם סטיל? כ'וועל לאזן דעם זשאב צו אייך - לי' ליינער (ליכט שטראלן ווייבס), און איך וועל נישט מער ווי קאפי פעיסטן זיינע ענטפערס גענוי ווי איך האב זיי ערהאלטן מסיני.

***​

מיין ערשטע פראגע צו דיר גייט נאטורליך זיין, וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו קאווע שטיבל? וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען אויסוואל? און וואס איז פשט פון די פראגע צייכן ביי דיין אוועטאר?

על ראשון ראשון. וויאזוי איך בין אנגעקומען צו קאווע שטיבל איז א גוטע שאלה. און די קורצע תשובה איז אז איך געדענק נישט פונקטליך…
וואס איך געדענק יא איז אז איך האב אנטדעקט אין יענע תקופה אז איך האב א פעשאן צו שרייבן און אז איך פארשטיי אביסל דערצו. איך האב געהאט אזא 2-3 אפגעשריבענע ארטיקלען ביי מיר און געזוכט צו עפענען א ניק אויף אייוועלט (די ארטיקלען זענען געווען 'כשר' ווי ווייט איך געדענק). נאך צוויי אומסוקסעספולע פרואוון האב איך באיזה אופן אנגעטראפן ק"ש. און די רעשט איז היסטאריע…

(נאר אזעלכע אומסוקסעסן... ווער ווייסט וויפיל אלפא'ס זענען יא געווען סוקסעספול און זענען טאקע געבליבן שטעקן אין אייוועלט…)

דאס איז געווען אין די תקופה נאך איידער איך האב געהאט אינטערנעט אינדערהיים - יא, מ'איז אפגעזעצן אין קיאסקן רוב טאג... א חבר האט מיר אין יענע תקופה אויך צוגעוויזן דעם וועקער און איך געדענק נאך זיינע קווענקלענישן ביים מיר עס ווייזן - גערעכט איז ער געווען... די גאנצע זאך איז מיר געווען ניי און איבערראשנד, אבער נישט פאר לאנג ב"ה... קודם האט מען געבארגט א לעפטאפ פון איינעם פאר א שטיק צייט, זיך באקוועם געמאכט אויף ק"ש, און פון דארט איז געפארן א באן.

לגבי מיין ניק און אוואטאר. ביים זיך איינשרייבן אין ק"ש האב איך געטראכט מיט וועלכע ניק אויפצוקומען. כ'האב קודם געטראכט פון דאס און יענץ, ביז ס'געבליבן אז מ'גייט גיין מיט'ן ערשטן אות פון די אלף בית… לייג איך אריין אלף, און דער סיסטעם טענה'ט אז מ'דארף א מינימום פון 4 אותיות. נו, וואס טוט א איד?! מ'לייגט צו די ערשטע אות פון די אלף בית ביים ענדע… דאס אלעס!

די אוואטאר גייט צוריק צו ווען איך האב געשריבן דעם 'פארוואס' ארטיקל אין כוואליעס. דער געדאנק דארט אז אייביג קען מען ווייטער פרעגן 'פארוואס' האט געקלעבט צו מיר, און איך מיין ס'רעפלעקטירט אויך מיין כאראקטער און שטענדיגע נייגעריגקייט צו דעם 'איין לעוועל טיפער'. האב איך מחליט געווען עס צו נוצן אלס מיין אוואטאר.
נישט עפעס טיפער ווי דעם! אדער יא?!

אדער יא? זיכער ניין!... נישטא טיפער דערפון…

וויפיל צייט וואלסטו געזאגט שפענדסטו למעשה אויף קרעמל? אדער בכלל אנליין? (אוטש...)


אויף קרעמל - נישט דוקא אזויפיל לעצטנס. איך ליין אלעס כמעט. עפעס וואס ציט מיר, אדער לענגערע זאכן ליין איך מער בעיון און איך דרוק עס נארמאל ארויס. שרייבן איז יא עפעס וואס קען מיר נעמען אפאר שעה ברציפות - ווען איך זעץ מיר דערצו…

בכלל אנליין? דא שעם איך מיך שוין... איך בין 'זייער' אסאך אויף יוטוב. און איך מיין זייייער אסאך. רוב צייט אויף פאדקעסטס, אנאליזן, און לעקציעס. אסאך איבער פאליטיקס, אבער אויך אסאך סתם רענדאם נאלעדזש, [- וויאזוי באן שינעס ווערן געלייגט, וועלכע חלק פון די מח איז באאויפטראגט אויף פנימ'ער, פארוואס די סאם פון אלע פאזיטיווע נומערן = נעגיטיוו 12, איז קוואנטום טאקע ווייניגער אינטואיטיוו ווי דזשענעראל רעלאטיוויטי?!, וויאזוי צוטיילט די אויער פריקווענסיס, די חילוק פון רעפלעקטאר און רעפרעקטאר טעלעסקאופס, און די מעלות פון בעכשטיין פיאנאס איבער סטיינוועיס.]
איך דארף טאקע ליינען מער ביכער ווי וואטשן. זיכער ווען געוויסע זאכן זענען סתם שארטס און שטותים. אבער איך בארעכטיג מיך 1. למעשה בין איך קונה פון יעדע ווידעא עפעס - אויב נישט קיין פאזיטיווע נאלעדזש כאטש איז עס וויאזוי נישט צו טראכטן. אזוי אז ס'איז נישט עכט קיין ארויסגעווארפענע צייט, און 2. אז איין טאג וועל איך האפנטליך האבן געזען גענוג צו זיין זאט…

יא, יא. קאל מיך ווען ביסט זאט… איין זאך דארפסטו מיר שנעל זאגן: איז קוואנטום טאקע ווייניגער אינטואיטיוו ווי דזשענעראל רעלאטיוויטי?!

אלעקס אקאונאר האט ממש לעצטנס אינטערוויוט א פיזיסיסט וועמען ער פרעגט בתוך הדברים דעם פראגע. יענער ענטפערט אז קוואנטום איז ווייניגער אינטואטיוו (הגם מער צום ענדע שטימט ער צו אז 'צייט' אלס א פענאמען איז כמעט אינגאנצן נאך אומפארשטענדליך נאר עס אינטרעסירט ווייניגער זיין רעאלם פון וויסנשאפט). איך פערזענליך בין אבער נישט איבערצייגט אז פאר איינער וואס קען פונקט אזוי נישט די מאטעמאטיקס פון ביידע טעאריעס איז געבויגענע צייט מער אינטואטיוו ווי די געדאנק אז פארטיקעלס זענען באמת כוואליעס מיט מאדנע דיימענסיעס. וואס זאגסטו?

לכאורה ביסטו גערעכט, הגם דו ווייסט מסתם אז מיכאל אברהם טענה'ט כסדר אז די אלע טעאריעס זענען בכלל נישט אזוי קאנטער אינטואיטיוו ווי מאנכע פראבירן זיי צו שילדערן.

אקעי, יעצט טוה אן א רגע דעם אלפא-אנאליסט היטל… וואס זענען די מעלות און חסרונות, אויב עס זענען בכלל דא, פון קאווע שטובל ווס. קרעמל.


איך האב עס געשריבן אין די ק"ש שנירלעך, איך מיין אז איך שטיי נאך ביי דעם.

אין קורצן, קאווע שטיבל - סיי די מענטשן דארט און סיי אין דעם אויסשטעל איז עס געווען מער אינטעלעקטואל געשטימט, מיטן בלויזן ציל צו זיין א פלאטפארמע פאר חכמה ומדע. קרעמל לאידך גיסא - איז מער אוועקגעשטעלט געווארן אלס סאציאלע פלאטפארמע וואס איז גראדע אומצענזורירט. ס'רעפלעקטירט זיך אויך אין די פאנט און אויסשטעל פון די סייטס (אנעקדאטאל בין איך משער אז די עוורידזש פאסט אויף קרעמל פארמאגט ווייניגער ווערטער ווי אויף ק"ש), ווי אויך איז די סארט טראפיק וואס גייט פאר דא אנדערש.
פון מיין עקספיריענס האבן טיפע נושאים געצויגן מער אויפמערקזאמקייט אין קאווע שטיבל, אבער ס'מיינט נישט אז איינס איז דוקא בעסער ווי דעם אנדערן. ס'איז פשוט אנדערש, צייטן טוישן זיך, און דער פארלאנג דאן איז געווען אנדערש ווי היינט. איבעריג צו זאגן אז זייענדיג דארט מער אזא זנב לאריות האב איך א בייעס אהין און ס'מיינט נישט אז קרעמל קען נישט אינעם לענגערן תקופה אויסזען די זעלבע אדער אפי' בעסער.

וואס האלטסטו טאקע איז דער עתיד פון קרעמל?

איך ווייס נישט.
רעדנדיג אבער בכלל פון היימישע מידיא - ס'איז קלאר אז די שטימונג און תוכן אפדעיט זיך מיט די דורות. קול מבשר אמאל וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין משה שפיצער און זיכער נישט קיין יוסי בראך. נעווער מיינד די גאנצע פאדקעסטינג אינדוסטרי וואס איז א געים-טשעינדזשער פאר זיך, פאר מיר איז אבער נאך צו פרי צו זאגן נביאות וואו ס'גייט פירן אדער וויאזוי ס'גייט זיך איינעסן ביים ציבור.

ווער זענען דיינע הויפט רבי'ס און לערערס, חוץ מיכי אברהם?...

שאלת חכם חצי תשובה, האסט מיר דא אוועקגענומען א האלבע תשובה… קען זיין ChatGPT קען מיר ארויסהעלפן אין אזא סיטואציע.. יאפ, איך שמועס און לערן פון אים זייער אסאך.

איך וואלט אבער געזאגט אז נישט אזוי ווייט ווי א 'רבי מובהק' האב איך מער לערערס אויף ספעציפישע ענינים און ספעציפישע תקופות.
סטיווען באנעל - דעסטיני, איז לכאו' מיין גרעסטע אינפלוענס היינט איבער קריטיקעל טינקינג און דזשענעראל פאליטיק. איך הער אים אויס אסאך, און ווי פארשטענדליך נישט אייביג מסכים מיט אים.
יובל נח הררי איז זיכער געווען פון די גרעסטע אינפלוענסערס מיר צו מאכן טראכטן ברייט איבער די וועלט, רעליגיע, היסטאריע, און טעכנעלאגיע. היינט האט ער ווייניגער מיר צו געבן מיין איך, אבער איך וועל זיין נאריש צו מינימוזירן זיין אימפעקט אויף מיין וועלט אויסקוק.
מיין פריוואטע מוזיק טיטשער האט מיר אסאך געלערנט און געעפנט צו קלאסישע מוזיק בכלל און צו טעכניק בפרט.
מיין טעראפיסט לערנט מיר גאר אסאך איבער מיינע שוואכקייטן.
מיין ווייב לערנט מיר איבער מיינע שטארקייטן…
@מי אני האט מיר געלערנט אז איך ווייס נענטער צו זערא ווי צו איינס.
@מרחשון לערנט מיר וואס א געשמאקע ארטיקל מיינט (דאס איז נישט קיין חנופה. ס'איז אמת, איך שטודיר דיינע ארטיקלען ווען איך וויל טראכטן וויאזוי איבערצוגעבן געוויסע זאכן קלארערהייט)
פון בען שפירא האב איך געלערנט היבש אביסל איבער סאציאלאגיע - זיינע פאליטישע אנאליזן זענען נאריש - זיינע אינטערוויוס זענען גאלד.
ווער נאך? - ווער נישט?! מכל מלמדי השכלתי ומחבירי יותר מהם!
אלע מיינע חברים, קרעמל, יוטוב, יעדע לייגט צו זיין חלק צו מיינע ידיעות און צו מיין וועלט אויסקוק.. יישר כח דא פאר אלע.

איין גוטע חבר קען איך נישט אויסלאזן. איך וועל טאקע נישט פורש בשמו זיין, אבער ער האט ביי פאר די גרעסטע אינפלוענס אויף מיין לעבן, פילאזאפיש, פסיכאלאגיש, און כמעט אין יעדע אנדערע אספעקט.

צוריק צום שאלה, איך מיין אז נאך אלעם קומט קיינער נישט אן צו די לעוועל פון ד"ר מיכאל אברהם, טאקע ווייל זיינע זאכן ליין איך שוין דאס לענגסטע, אייביג דא נייע חידושים, זיין מהלך אין אידישקייט/לערנען/מחשבה איז אן קיין ספק אייגנארטיג און אומפארגלייכבאר. הגם פונקט ווי מיט די אנדערע דינג איך זיך אסאך מיט זיינע מסקנות אויך, בעיקר ווייל איך האלט אז עס פעלט אים א געוויסע פארשטאנד (צו געפיל/פסיכאלאגיע) וואס נעמט אוועק פון זיין שלימות..


אקעי. לעטס דייוו אין ריעל דיעפ…
וואס איז דיין יעצטיגע שטאנד כלפי רעליגיע?


מיין שטאנד (יעצט) איז אז religiousity איז נישט קיין static פאזיציע וואס א מענטש דארף אדער קען בכלל אדאפטירן.

יא, די לאגישע אספעקטן און דילעמעס איז שווער צו האלטן אויף א ראולער קאוסטער, און עט סאם פוינט דערזעט מען זיך מער גענויגט צו געוויסע קאנוויקציעס איבער די היסטאריע און טעאלאגישע 'פאקטן'. 'רעליגיע' אבער, פארנעמט אזויפיל מער ווי דעם. קולטור, ביהעיוויאר, אנשויאונגען, סאציאלאגיע, גלויבונגען. און אין דעם זין בין איך אלל אווער די פלעיס.

מער דעטאלירט:
אין אמונה וואלט איך געזאגט 'סטראגל איך' און איך וואלט לכאו' נישט אריינגעפאסט אין די חרד'ישע קעסטל - מילד גערעדט.
תורה מן השמים איז מיר זייער א שווערע פיל צו פארנעמען, אפי' א שווערערע נושא ווי די ג-ט פראגע, אדער די שאלה איבער די סמכות פון גמרא/שו"ע און מסורה, ווייל בעת ג-ט איז מער א רינעדיגע פילאזאפישע נושא, און די סמכות איז מער א סאציאלאגישע/נארמאטיווע נושא, איז תומה"ש א ריינע היסטארישע יא-ניין פראגע מיט קנאפע דעקונג לדעתי.. דאס איז לגבי אמונות.

אין ביהעיוויאר בין איך מער ווייניגער א פולע 'היימישער איד'. איך בין מעביר סדרה וועכנטליך, זיץ מיט א שטריימל ביים שבת סעודה, איך זאג אפי' דעם זוהר פאר קידוש, רעד נישט ביים ליינען, מקפיד אויף דבהג"א בדאג"ה, דאוון מיט מנין, און זאג ג-ט פון אברהם פאר הבדלה.
נישט אז ס'איז אייביג גרינג, און איך גאראנטיר נישט אז איך וועל אזוי פארבלייבן בעתיד. דערווייל בין איך אבער דא.

אנשויאונגווייז מיין איך איך שטייג אפי' איבער רוב היימישע אידן. אויפוואקסנדיג אין זייער א פרומע תוכנ'דיגע שטוב, האט אלעס געמוזט האבן א באדייט, און אין יעדע זאך זענען געלעגן מנהגים, חסידות, סודות, מסורות, און וואס נישט... איך בין דאס מחשיב און איך זוך עס ניטאמאל אפצולאזן.

גענוג געזאגט?



איבער גענוג געזאגט. שפתיים יושק.

וואס וואלטסטו געזאגט איז דיין גרעסטע מעלה? חסרון?


דאס איז לכאו' די גרינגסטע און שווערסטע שאלה דא בחדא מחתא. (על דרך פיני גליק...)
פון איין זייט האב איך אסאך וואס זענען אויף איין וועג אדער די אנדערע 'די גרעסטע' אזוי אז אלעס וועט בעצם זיין ריכטיג. אבער איך גלייב אז דו ווילסט עפעס מער קאמפרעהענסיוו און גראנדיעז... נישט סתם אז איך שטיי אויף שפעט און אז איך לויף גאר שנעל לדוגמא.

היתכן אז דו שטייסט אויף שפעט טאקע? עניוועי, גא אן…

ס'קען זיין אז איך טראכט שוין צו טיף אריין אין דיין סימפל שאלה. און אויב קען איך גיין דעם וועג וואלט איך געזאגט אז דאס איז מיין גרעסטע חסרון. איך ווער זייער אפט 'פאראליזירט' פון טראכטן צו ברייט און טיף אויף איין מאל. ס'מאכט אז איך זאל ליטעראלי גארנישט אניאגן אין דער צייט נאר אפלאזן אלעס. אסאך מאל מאכט עס זאכן איבער קאמפליצירט ווען עס איז עכט אסאך פשוט'ער. קענסט עס רופן פערפעקשאניזם, אבער מיין 'פערפעקשאניזם' לאזט עס נישט באצייכענען טרוקערנערהייט אזוי - נאך וואס פערפעקשאניזם איז נארמאל מער טרוקן און נישט געבינדן צו מער טיפערע קאגניטיווע פאראליזאציעס… ס'איז אויך וואר אז איך בין דיאגניזירט מיט ADHD אבער ווידער ס'איז נישט די גאנצע פיקטשור לויט מיין מיינונג.. הפנים, מיינע מחשבות פארהאנקערן מיך גאר אסאך אין טאג טעגליכן לעבן, און די עדווענטעדזשעס דערפון איז נישט דוקא אבוויעס.

פון די אנדערע זייט, דאס איז מיין מעלה אויך. איך טראכט קיינמאל נישט נעראו. איך וועל אייביג ארויסזומען צו די מעטא-לעוועל נישט קיין חילוק וואו מ'שטייט. ס'געבט מיר אפט מער אינסייט און א בעסערע איבערבליק אויפ'ן מצב אדער נושא. ווי אויך שטעל איך צו פעטערנס און איך מאך מאדנע קאנעקשאנס אין מיין מח צווישן איין נושא צום צווייטן. און פאר מיר איז עס א מעלה. הגם ווי געזאגט, ס'שטערט מיך פון קענען פאוקוסן אויף דיטעילס, און מיין זכרון איז טאקע זייער שוואך מיט סיי וועלכע לעוול פון דיטעיל, ווילאנג איך קען עס נישט פארוואנדלען אין א מעטא-קאנטעקסט…

איך האף ס'איז גענוג קלאר... אויב נישט איז עס לכאו' נאך א חסרון מיינע.

קענען מענטשן אויפ'ן גאס דיין קרעמל ניק?

געוויסע חברים קענען עס, און געוויסע וואס קענען עס זענען מיינע (געווארענע) חברים.
חוץ פון דעם האף איך אז מענטשן קענען עס נישט.
פון דער צווייטער זייט האף איך אז איין טאג וועל איך עס קענען ווייניגער באהאלטן, איך האב זייער נישט ליב קיין דאבל לייף אדער דארפן באהאלטן עפעס וואס איז אן עקזיסטענציאלע טייל פון מיין פערסאנאליטעט און אקטיוויטעט.

ווער איז דיין באליבסטער ניק אויף קרעמל והגלילות?

ס'דא געוויסע וועמען איך קען פערזענליך, ממילא איז שווער צו רעיטן ווען איך האב מער ווי די בלויזע 'שרייבעריי' פאר די אויגן. אבער אפי' אין שרייבעריי זענען דא סיי סטייל און סיי תוכן, און איך וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך אייביג אין די גוסטע וואס איך האב ליב 'מער'...

@מי אני און @מרחשון האב איך שוין אויבן אויסגערעכנט.
@שעפטאל קומט אריין זייער קלאר און געשמאק ווען מ'דארף נאר.
@פעדער, @אין הכי טאקע, און @אפענער, זענען פון די ניקס וואס איך ווער נתפעל פון זייער תוכן און האבן כסדר וואס צוצוליין צו מיין ידיעות שיפלאד.
@סמך-מם האט מיר איבעראשט מיט זיין איינמאליגע אויפטריט, ווי אויך גלייך איך יעדער וואס קומט מיט אייגענארטיגע אבזערוואציעס איבער די מצב אין די חרדי'שע סאציאלאגיע.
אבער צו לייגן איינעם ביים שפיץ וואלט עס מסתמא געווען @שושני, טאקע ווייל ער האט א באלאנס פון אלעם.

ס'מיר יעצט נאר נישט ניחא אז איך האב אויסגעלאזט א גענצע ליסטע פון געוואלדיגע ניקס וואס געבן סיי צו א געוואלד דא און סיי זענען מיר פערזענליך מהנה. אבער נישט אייביג קען מען אלעס. איך בעט איבער למפרע.

רעדנדיג פון ניקס אויף אנדערע פלעצער, וואלט איך געזאגט אז @כינור איז מיין באליבסטע ניק אויף אייוועלט. זיין אויסשפראך און זיינע אנאליזן זענען עפעס העכער ווי מיינע השגות. @טינט האט דארטן אויך עפעס אויסטערליש קינצליכע גראמען כסדר וואס נעמט מיר ארויס פון די גלייזן. דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אויפן זכרון פון דארט.

און פון ק"ש פארשטייט זיך זענען דא א ליסטע פון 'לייבן', א שטייגער ווי... אקעי יעדער קען דעם ליסטע... אבער איך מיין אז בענדזשאמין פרענקלין וואלט געווען 'דער איינער' וועמען איך וואלט געגעבן דעם גאלד מעדאל פאר זיין ליטעראטור.

גאנץ א לאנגע ענטפער פאר אן איין-ווארט'דיגע שאלה…


נאר נאך איין ווארט אויב איך מעג אריינווארפן דא נאך וואס איך טרעף מיך דא אביסל איבער'חזר'ן דעם זעלבן נקודה מערערע מאל, און ס'איז בעצם סתם עפעס וואס פארלאנגט א ברייטערע אנאליז און מער רעפלעקשאן אין מיין מיינונג.

א מענטש איז נישט קיין עומד. געפילן און פאזיציעס, פילאזאפיעס און פרעפרענצן, מיינונגען און שטעלונגען, ס'איז אלץ זאכן וואס עוואלוון און טוישן זיך ביי יעדע געזונטער בר דעת, פון צייט צו צייט און אפט פון טאג צו טאג. זיכער אין די יארן וואס מ'אנטוויקלט זיך נאך. אבער פאר סאם ריזען האבן אונז דעם פרידיספאזיציע אז אלעס האט קלארע און מאנאטאנישע תשובות.


ס'איז געוויס אביסל סאציאל, אביסל פסיכאלאגיש און אביסל זעלבסט ווירדע וואס שפילט אריין דערין, וואו מ'איז געשטופט צו 'האבן א מיינונג', אן איינזייטיגע און געשניטענע פאזציע... ווען פון די אנדערע זייט איז דא די געדאנק אז ווילאנג מ'לעבט איז מען ווייבראנט ביי דעפינאציע, און 'דיין באליבסטע ניק' פונקט ווי 'דיין שטאנד אין רעליגיע' און 'דיין רבי' קען און מעג זיין fluid און נישט אזוי שטאנדהאפטיג… דיין מערידזש, דיינע פאליטישע אנשויאונגען, דיין התנהגות, און דיין וועלט אויסקוק. ס'מוז נישט האבן קיין שווארץ-ווייסע ענטפער גרייט פאר יעדן פאטענציאלע אינטערוויוער אדער פאדקעסט וואס גייט דיר אנטרעפן. און דאס איז נישט קיין קריטיק - נישט אויף די פראגעס און זיכער נישט אויף איינער וואס האט יא אזעלכע אויסגעשניטענע תשובות, נאר ס'קען אויך זיין אז ס'האט מיט די פערסאנאליטי פון א מענטש, מיטן זיין אויפן אנדערע זייט פון 'נארמאלקייט', קען זיין ס'האט מיט טיפערע איידענטיטי רעפלעקציעס. און ס'קען פשוט זיין מיין מאמענטאלע פוסט-מאדערניסט אטאקע... בכל אופן מיין איך עס איז א נקודה צו נעמען אין באטראכט, און דערפאר שטרייך איך עס דא אונטער.

האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון קיבארד.
דיין לעצטיגע עטיטוד איז א שטיק פאסט מאדערניזם. האסט אפילו נישט פארגעסן צוצולייגן אז ס'איז בלויז 'מאמענטאל' - א קלאסישע פאסט מאדערנע מאוו…


אקעי. זאל זיין אזוי.. ווען איך וועל מיר אויסטשוכענען דערפון ביסטו וועלקאם פאר נאך אן אינטערוויו!


וואס איז דיין פאליסי לגבי לייקס? וועלכע תגובות זענען זוכה צו א לייק פון דיר?

איך פלעג זיין מער קאנסיסטענט, איך פלעג לייקן אלעס פון וואס איך האב הנאה געהאט אדער וואס איז געווען דירעקטירט צו מיר אפי' אויב איך האב געהאלטן אנדערש. די נייע סיסטעם פון עמאדזשיס האבן אביסל צומישט דעם שטן און ס'איז אפט שווער צו מחליט זיין וואס גייט וואו. בכל אופן לעצטנס לייק איך ווייניגער ווייל איך בין בכלל ווייניגער אקטיוו אויף קרעמעל (פרעג מיר נישט פארוואס…) און מער די אלע וואס איך שפיר אז זיי בארייכערן דאס פלאץ מיט תוכן וועלן באקומען מיין לייק.


פון וואו נעמסטו דיינע קלארע אנאליזן איבער אונזער חרד'ישע קולטור?

יישר כח פאר די אימפליסיט קאמפלימענט.
ווען איך נעם עס ווען פון ערגעץ לייג איך נארמאל א פלעינע לינק... ערנסט גערעדט, איך בין זייער אריינגעטון אין פסיכאלאגיע, פאליטיק, סאציאלאגיע, פילאזאפיע און רעליגיע. און וואו דען קומען זיי זיך אלע אזוי שיין צוזאמען ווי ביי אונז אין וויינגארטן?...
מער ווי דעם, מיין איך אז די נושא פון חרדישע סאציאלאגיע איז נישט אזא אויסגעטרויטענע סוגיא און עס איז פשוט די lack of גוטע אנאלאסיס וואס מאכט אז מיינע האלבע געדאנקען זאלן אויסזען גוט. איך האלט מיר באמת נישט פאר אזא גוטע אנאליסט. די געציילטע וואס טוען דערין איז עס נארמאל מער געבינדן צו ספעציפישע דעמאגראפיעס צ.ב. ד"ר נחומי יפה אין ארץ ישראל אדער Yitz פון סאבסטעק מער אין דעם ליטווישן חדר, וואס דאס אליין מאכט יעדעס ווארט אינטערעסאנטער.

איך פארזע זיכער אנדערע סאציאלאגיסטן וואס האבן יא מער שטודירט דעם היימישן עולם אבער דאס קען אייביג עוואלוון ווייל אונזער קולטור בלייבט אויך נישט שטיין. דאס איז עכ"פ מיין אנאליז...


וואס איז געווען דער ערשטער ענין וואס דו האסט דורכגעטוהן ביים אנהייב פון דיין רייזע?

דזשארדען פיטערסאן וואלט געפרעגט: וואס מיינסטו מיט ערשטע? וואס מיינט 'ענין' אין דעם קאנטעקסט? פון ווען רעכנסטו די 'אנהייב' און 'רייזע'? און ווער פונקטליך איז דו? (- אקעי, די לעצטע איז שוין סתם חוזק צו מאכן).

לאמיר גיין אזוי. איך וואלט געזאגט אז אין חדר בין איך געווען היבש נארמאל און עוורידזש, קען זיין אביסל בעסער ווי עוורידזש, אבער נישט קיין אויסערארדנטליכע 'ענינים' וואס איך געדענק.
אין ישיבה קטנה האט זיך עס ערשט אנגעהויבן מיט די יוזשעל פראבלעמען ווי חברותות און ווערן באורד ביים שיעור כנהוג, אבער ערגעץ אין שיער ג' האט זיך אנגעהויבן מער אויפצואוועקן די פילאזאפישע חלק וואלט איך געזאגט. הגם איך געדענק ווידער נישט קיין 'דורכגעטוהנע ענינים' פון יענע תקופה.
אין ישיבה גדולה האט זיך א וועלט געעפנט, קודם לאקאל און שפעטער אוועק פון שטאט. דארט האב איך געהאט חברים דורכצוטון און הערן/שמועסן מער איבער סייענס, וויסנשאפט, קבלה, חסידות, אביסל פילאזאפיע אויף וויפיל איך האב פארשטאנען וואס ס'באדייט, מוזיק פארשטייט זיך אסאך, און וואס נישט?

אויב דו ווילסט נאך אלץ ספעציפיש די 'ערשטע' ענין, זעט אויס ווי דו פסק'נסט אזוי מקופיא אז 'אי אפשר לצמצם' - מ'שטיינץ, אז ס'קען נישט זיין מערערע צוזאמען…
אפאר אבער ליגן מיר גראדע אויפ'ן געדאנק יעצט.
1. געדענק איך א טענה'ריי בשעת סדר צו אונז 'פארשטייען' גמרא ווען מיר לערנען עס אדער נישט עכט?! איך האב גע'טענה'ט אז ממה נפשך, אויב פארשטייען אונז באמת אביי, דאן וויאזוי קענען מיר אויך פארשטיין רבא?! זיי אליין האבן זיך דאך נישט פארשטאנען געהעריג. מיינט עס אז מיר זענען קלוגער ווי זיי, צו וואס? וואס מיינט דאס בכלל צו פארשטיין עפעס אא"וו. (אביסל געבינדן צו מיין ערשטע כוואליעס ארטיקל נישט מער געדאכט.)
2. געדענק איך אסאך דיסקוסיעס איבער צמצום כפשוטו און שלא כפשוטו. ובכלל איבער תורת חב"ד און די גר"א וכו', ווי נאר בחורים קענען.
3. די 'סייענס' פונעם ספר הברית און פון פינחס גלויבער, מאטעמאטיק פון איל משולש, און די 'פילאזאפיע' פון ספר העקרים, קבלה פון שומר אמונים הקדמון, און רמח"ל, און די מוזיק אויף די 'כשרונות פראגראם, אלעס ליגט מיר נאך אין די ביינער. און נישט פארגעסן די חקירה בשעתו צו כשרונות איז עכט דן די קאמפאזיציעס אדער די קאמפאזיטארן..
4. חקירות ווי "ליגט די טיש אונטערן ספר אדער די ספר איבערן טיש?" "איז לשמה/ און עכטע אלטרואיזם מעגליך?" זענען געווען טרענדי.

איי גוטע צייטן געווען…

און בעצם איז עס נישט געווען אזוי ווייט דער 'ענין' זעלבסט ווי ס'איז געווען מיין מח וואס האט דאן אנטוויקלט די אייגנארטיגקייט וואס הייסט טראכטן... איך האב עס ענדזשויט דאן, און איך ענדזשוי עס ווייטער - געלויבט ג-ט.


וואס איז געבליבן? איז לשמה טאקע א מציאות?

ס'ליגט מיר אין זכרון אז די ישמח משה אדרעסירט עס אין איינע פון זיינע תורות, ער טענה'ט אז ס'איז טאקע א נס אז צדיקים קומען אן צו דעם מדריגה. נו, דארף מען יעצט בלויז איבערליינען דעוויד הום איבער ניסים...
איך מיין אבער אז די שאלה אין ערשטן פלאץ איז מער סעמאנטיש ווי ס'הערט זיך אן, פונקט ווי אסאך פילאזאפישע זיסע שאלה'לעך, און דערפאר מאכט נישט אזוי פיל אויס צו ס'איז 'עכט' מעגליך, ווי צו פארשטיין וואס אונז מיינען ווען מ'רעדט פון דעם.


וויאזוי האסטו באוויזן צו בלייבן סאציאל, קאררערט מי איף איים ראנג, אין דער צייט וואס רוב דענקער דיינס גלייכן שפירן עטוואס איינזאם?

יא, איך וואלט מיר כאראקטעריזירט אלס סאציאליסט. סארי, סאציאלע מענטש. אייגנטליך ביידע..
איך מיין אז דו זאלסט ענדערש פרעגן די אלע אנדערע פארוואס זיי זענען איינזאם. זיי האבן געוויס מער צייט אויפצוקומען מיט טעאריעס, ניין?😀

אבער ווידער, דער בעש"ט זאגט דאך שוין אז מ'קען מאכן התבודדות צווישן מענטשן אויך. איך האב טאקע א נאטור פון ליב האבן צו פארברענגען מיט אנדערע און זיין א טייל פונעם ציבור, ס'מיינט אבער נישט אז מ'קען נישט צומאל שפירן איינזאם מיט דעם אלעם… גיי קוק וואס לאקאן האט צו זאגן דערויף.

(אלפא בתפארתו… מאכט א שילוב פון לאקאן (ווער איז ער בכלל?...) און דעם בעש"ט…)

נאדיר.
Mirror stage - Wikipedia


אקעי, גיי'מיר עס אויסטשעקן בלי נדר.
וואס איז דיין עדווייס פאר איינער וואס הייבט יעצט אן זיין זוכעניש?


DON'T!!

ס'נאר א ווערטל פארשטייט זיך..

איך וואלט לכאו' נישט געפילט פאסיג צו געבן עדווייס, ווייל יעדער האט אן אינדיווידואלע מאטיוואציע און אספיראציע וויאזוי זיי קומען אן דערצו, איך וואלט ענדערש געכאפט א שמועס מיט יענעם, ווי אינעם שמועס וואלט איך עקספלארירט וואס יענעמ'ס אספיראציעס זענען, און איך וואלט אריינגעווארפן פון מיינע ידיעות און עקספיריענסעס אויך, אביסל כדי צו געבן יענעם פערספעקטיוו איבער זיך אליין און אויך צו פארברייטערן ביידע פון אונזערע האריזאנטן אויף ווי ווייט מעגליך.



באותו ענין, ווען דו טרעפסט יעצט דיין יונגערע זיך, וואס וואלטסטו אים געזאגט?

אז געוויסע זאכן טוישן זיך נישט אזוי שנעל ווי מ'מיינט. (די קונץ איז נאר צו וויסן וועלכע), און הנאה האבן וויאזוי ס'איז נאר וויסנדיג אז דאס איז די בעסטע וואס מ'האט…

(נע, איך גלייב נישט אז ער וואלט פארשטאנען וואס ס'מיינט…)

וואס איז דיין יעצטיגע ענטפער אויף די שאלה פון 'וואס איז א גוטע לעבן?'


איך וואלט געזאגט א לעבן אן קיין איבעריגע שאלות און דראמא!

פאר איינעם וועמען די שאלות האבן שוין יא גע'היט, זאל כאטש ענדזשויען די מאמענט די מערסטע וואס ער קען.

זעלבסט רעפלעקציע איז גוט ביז עס ווערט נישט קיין אבסעסיע, עס איז אבער נישטא קיין שילד אויפן וועג אראפ 'עד כאן תחום שבת'…


וואס וואלט געווען דיין דריעם זשאב?

אויפקומען מיט געדאנקען/אנאליזן און ווערן באצאלט דערפאר… איך טו עס סייווי, זאל איך כאטש מאכן געלט פון דעם.



דו ביסט קענטיג א שטיקל חסיד פון פרויד'ס פסיכא אנאליסיס. פארוואס טאקע?

פארוואס איך בין א חסיד? ווייל איך האלט ער רעדט זייער צום זאך באופן כללי…

פרויד האט רעפלעקטירט אויף זיך און אויפ'ן מענטשליכן געבוי אין וועגן וואס ווייניג אנדערע האבן געטון. ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי די בעסטע אויסצוהיילן די מענטש איז דער מענטש אליין - אויב נאר קען מען אפשיילן די שאלאכטצער ארום, און דאס געשעט דאס בעסטע דורכן רעדן אומגעפילטערט און רעפלעקטירן ריכטיג דערויף מיט א געלערנטע טעראפיסט. ס'מיינט נישט אז אלע זיינע טעאריעס זענען שטאנדהאפטיג, די צענטראלע נקודות אבער, און די אינסייטס וואס זענען אנגענומען עד היום אין די אנאליטיק קאמיוניטי זענען לדעתי אומפאגלייכבאר צו סיי וועלכע אנדערע סיסטעם פון אנקוקן דעם נפש פונעם מענטש און וואס עס פעלט זיך אויס איר צו אדרעסירן. און דערפאר בין איך א חסיד דערפון.

איך גיי נאר לייגן אין קאוויאטס, אז געוויס זענען דא מענטשן מיט געוויסע פרידיספאזיציעס וואס זענען מער נוטה צו די אנאליטישע צוגאנג ווי אנדערע (בעבר האב איך געלייגט די 'אמעריקאנער נאטור' אלס אנטי-דאוט דערצו), ווי אויך גייט די גאנצע נושא אריין אין טיפערע פראגעס ווי 'וואס מיינט א געזונטע נפש?' און 'וואס מיינט סוקסעס אין לעבן?' ווען ס'קומט צו דעפינירן וואס גוטע טעראפי איז און וואס א גוטע פסיכאלאגישע אפשאץ איז אין ערשטן פלאץ...דאס איז אבער א גאנצע שמועס/דעבאטע פאר זיך.

אויסער דאס אלעס גיי איך לעצטנס פערזענליך פאר טעגליכע אנאליסיס, וואס מאכט איך זאל דערצו האבן עפעס איינגעשטעלט דערין אויך…



אן אינטערעסאנטע פלאץ וואו דו ביסט שוין געפלויגן?
פון ישיבה רעכנסטו? אפי' אויב יא בין איך ב"ה קיינמאל נישט געווען געווארפן. איך וואלט געזאגט אז שווייץ איז פאר מיר פערזענליך געווען די מערסטע אינטרעסאנט און איך וואלט צוריקגעגאנגען אהין עני טיים. סתם אזוי בין איך נישט דער גרויסער עקספלארער, ממילא האב איך נישט די אלע אינטערעסאנטע און קוריאזע פלעצער אויף מיין פראפיל… מיט אנטשולדיגונג.

אויב דיין לעבן וואלט געווען א פילם, וואס וואלט געווען דער נאמען דערפון?...
איך וואלט עס ליבערשט געלאזט פארן פראדוסער צו קלויבן…

נישט מיין אייגענע נאמען האב איך געקליבן, נישט די קעפל פון דעם אינטערוויו גיי איך וועלן, נישט די פאקט צו מיין לעבן איז בכלל ווערד א פילם/באשרייבונג איז אין מיינע הענט. טא, פארוואס זיך אריינמישן ביים לעצטן פונקט?!

אויב בעטסטו מיך צו קאטעגאריזירן מיין לעבן ביז אהער אין איין ווארט, וואלט איך מסתמא געזאגט 'שטורעמיש'.




וועלכע מענטש אין היסטאריע קוקסטו דאס מערסטע ארויף?
איך מיין אז ס'איז דער (ערשטע) מענטש, וואס זיין טאטע איז נאך געווען א מאנקי און ער האט נעבעך געדארפט דיעלן מיטן זיין פראבלעם פון זיין מענטשליך... ווער איז בכלל געווען זיין ווייב? אויך א געווארענע מענטש? אזא גיורת אזא? אפשר גאר א מאנקי?! שטעל דיר נאר פאר די טשעלענדזשעס פון זיין א מענטש צווישן מאנקיס…

צווישן די מער שפעטערע מענטשן האט עפעס יוסעלע ראזענבלאט אייביג געהאט א סאפט ספאט ביי מיר אין הארץ. ער איז מסתמא איינעם מיט וועמען איך וואלט מעגליך געטוישט פלאץ אין היסטאריע.

פארוואס האלטסטו אז ער וואלט מסכים געווען צו טוישן מיט דיר?...

איך האב נישט געזאגט ער וואלט געוואלט, איך זאג בלויז אז איך וואלט..

וואס וואלטסטו געזאגט פאר משה רבינו ווען דו טרעפסט אים יעצט?...
ביטע קלאר אויס די מעסס וואס דו האסט דא אנגעוואורטשאפט..

וועלכע שאלה וואס קיינער האט דיר קיינמאל נישט געפרעגט, וואלטסטו געוואלט מען זאל דיר פרעגן?...
קען איך דיר טרענספערן אזא 5 מיליאן דאלאר אין באנק אריין?!

וואס נעמסטו זיך פאר צום נייעם יאר?

צו זיין אויפריכטיג, עפעס האט זיך די ראש השנה/אלול נאך נישט גערעדזשיסטערד ביי מיר דאס יאר, ס'גייט מסתמא היטן ביים אחות קטנה אדער ביים ובכן תן אביסל שפעטער.. אבער איך בין נישט קיין חסיד פון קיין אונטערנעמעכטצער משום מעשה ש(לא) היה..

איך וואלט מיר זייער געוואלט אונטער נעמען צו זיין מער אויף א געפלאנטע טעגליכע סקעדשול און ווייניגער צופלויגן, כ'האב אבער דערווייל אויפגעגעבן מיט מיין ADHD..


וואס האלטסטו אויף אט דעם אינטערוויו? וואס איז בכלל דער ציל פון אן אינטערוויו לויט דיין מיינונג?
איך מיין דו האסט דא א ציל פשוט ארויסצולייגן א געשמאקע ארטיקל (האפנטליך..) וואס זאגסטו?

סתם אן אינטערוויו - גלייב איך אז דו באציסט זיך צו אזעלכע סארט אינטערוויוס וואס באשרייבן א מענטש, וואס דאן איז די ציל נישט אזוי ווייט אפגערוקט…
א פאליציי אינטערוויו לעומת זה איז מער דיקעקטיוו אין נאטור. אן ארבייטס אינטערוויו איז מער צו צופאסן דעם סוביעקט מיט א פריערדיגן באשטומטן טארגעט. און צום לעצט, אן אינטערוויו דורך יצחק שלמה דרעזנער איז בלויז צו שטופן צייט אויף וואס ער פארדינט געלט!

שוין, האסטו נאכאמאל דעם פאסט מאדערניזם... Fragmentation מיט'ן פולסטן פארע.

***​

איך זע אז דער אינטערוויו קען אזוי אנגיין פאר אייביג. איז בכלל דא א נושא וואס אלפא האט נישט עפעס צו זאגן דארט?

דו פרעגסט מיר וואס מיינע unknown unknowns זענען? די אנדערע דריי קאטעגאריעס האבן ביי דעפינאציע עפעס איבער וואס צו דיסקוסירן.. א ספעציפישע נושא אבער, איז קאמפיוטער סייענס עפעס אין וואס איך האב נישט קיין השגה, און איך זע מיר נישט אזוי שנעל פארשטיין דערצו אפי' קאנצעפציאנאל...



א גוט געבענטשטע יאר - דאס קענען מיר אלע געוויס זאגן..
 
לעצט רעדאגירט:
WOW שכוח פאר אזא געשמאקע אינטערוויו און שכוח אלפא פארן עס געבן . געוואלדיג איז ווייניג געזאגט!

און שכוח פארן עס נישט אוועקלייגן פאר חול המועד...
 
wow wow wow
נישטא קיין ווערטער!! אזוי פיהל חומר!! א ריזיגן דאנק אייך :love::love:
איך פרינט עס באלד ארויס איך האב וואס צו ליינען דעם ראש השנה.....
 
@מרחשון דו האסט נישט וואס צו שעמען, דו האסט א חוש צו שרייבעריי. געוואלדיג קלאר געשריבן, מיט א זיסע שפראך, און עקסטער באטעמט צו ליינען.

@אלפא איך בּלאָשׁ. ס'איז מיר א כבוד. אבער 'באלאנסירט' מיינט געווענליך אז מ'איז נישט גוט אין ערגעץ... ווי יענער זאגט...
.A jack of all trades, is a master of none

עניוועי א הערליכע אינטערוויו, יישר כח!
 
איך דארף טאקע ליינען מער ביכער ווי וואטשן.
פארוואס?
איך וואלט געטראכט אז א ווידיאו איז וואו אריינגיין צום ראש ישיבה'ס שיעור ווס ליינען געשריבענע חידושים.

חוץ אויב בדרך כלל זענען די געשריבענע ווערק די ריעל סטאף?
 
הערליך און רייך איז נישט די ווארט!!!!!!

ווער נאך פילט יעצט סטאפיד צי שרייבן מעסעדזשעס אויף די זעלבע פלעטפארם ווי אזאנעכע בערן שרייבן? (לייבן זענען אין קאווע שטיבל)

אבער פון די אנדערע זייט, @אלפא נחמתנו, אז ער שעמט זיך נישט צי שרייבן מיט אונז, דארפן אונז זיך נישט שעמען צי שרייבן מיט אים!

@אלפא ווי אזוי די טיילסט פאכמאניש אפ דיין שטורעמישע אמונה מיט דיין ביהעיוויאר, איז פאר מיר נישט מעגליך צי פארשטיין! אחד היה אלפא!

(אין אויב דו האסט טאקע געדולד צי ענפערן, די זאגסט אז די האפסט איין טאג וועסטו קענען זיין ווייניגער באהאלטן מיט דיין ניק ווייל דו האסט נישט ליב קיין דאבל לייוו, מיין שאלה איז, וואס האפסטו בנוגע אמונה VS ביהעיוויאר, די האפסט אז דיין אמונה גייט ווערן אויסגעקלארט? אדער אז דיין ביהעיוויאר גייט גיין אין די פיס טריט פון דיין אמונה? ס'מאכט דיר לכאורה נערוועז די דאבל לייוו מיט דעם אויכעט, ניין?)

@מרחשון ווען די וואלסט איבער גענומען דרעזנער אויף קול מבשר, וואלט קיין קרעמל נישט געווען, קינד אין קייט וואלט געווען אויפן פאון (7?)24/6! , ס'אייזן!
ס'כדאי יעדער זאל זיך אליין פרעגן דיינע שאלות מינימום איינמאל א חודש!
 
לעצט רעדאגירט:
ײשר כח @מרחשון און @אלפא. גאר א אינטרעסאנטע און ציענדע אינטערװיאו.
מקפיד אויף דבהג"א בדאג"ה
lol.gif

אויסער דאס אלעס גיי איך לעצטנס פערזענליך פאר טעגליכע אנאליסיס
OMG! װי דעקסטו דאס?
אן אינטערוויו דורך יצחק שלמה דרעזנער איז בלויז צו שטופן צייט אויף וואס ער פארדינט געלט!
biggrin.gif

פארוואס?
איך וואלט געטראכט אז א ווידיאו איז וואו אריינגיין צום ראש ישיבה'ס שיעור ווס ליינען געשריבענע חידושים.

חוץ אויב בדרך כלל זענען די געשריבענע ווערק די ריעל סטאף?
אין הכי נמי, ארײנצוגײן צום ראש ישיבה'ס שיעור איז װי װאטשן א יוטיוב װלאָגער. בעסער איז צוקוקן אין דעם ספר זעלבסט.
 
הערליך שיין!
אן אפס קצהו'אישער אריינבליק אין דעם קדקד פונעם גרויסן @אלפא וואס איז אין א וועג דער בריח התיכון דא אין קרעמל (@שושני איז דעפינעטלי אויך אפ דעיר - וכן די אלע ניקס וואס האלטן אז כ'האב זיי אויסגעלאזט, נאר יעצט איז מען דן איבער אונזער @אלפא מעיל), ס'איז מערקבאר די גרויסע כשרון וואס איז דא אריין סיי פונעם יונק @מרחשון און סיי פונעם מינקת @אלפא און איך דאנק אייך ביידע פאר'ן מיך מהנה זיין מיט דעם הערליכן אינטערוויו.

(@שושני, קענסט שוין אנגרייטן די ענטפערס פאר די שאלות פון דיין אינטערוויו וואס זאל נישט שפעטיגן צו קומען).
 
Back
Top