- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 118
- רעאקציע ראטע
- 1,307
- פונקטן
- 223
אונזערע שמועס
רעדענדיג מיט אחד מבני החבורה איז אונז אויסגעקומען אז מיר געפונען זיך אין זייער אן ענגע מצב. מיר האבן זייער ווייניג מעגליכקייטן און מיר זענען זייער פארשלאסן און פארשפארט. פון איין זייט זענען מיר אפען צו די וועלט. מיר האבן געליינט, זיך באקענט, געוואר געווארן, זיך געעפענט די אויגן און מיר זעען איין די לעכערליכקייט און פארשטאפטקייט פון דעם סיסטעם אין וועלכע מיר זענען געבוירן און אויפגעהאדעוועט געווארן. אבער דער ביטערע שיקזאל פראסקעט צוריק אין פנים, מיר האבן זייער ווייניג מעגליכקייטן צו קענען געניסן פונעם גרויסן וועלט אין אלעס וואס ער שטעלט צו פאר דעם אלגעמיינעם ציוויליזירטן בירגער.
אנדערש פון דעם פארשלאסענעם אלטגעזעצענער אין דעם סיסטעם וועלכע ווייסט נישט פון עפעס אנדערש, גלייבט נישט אין איינעם אנדערש און טראכט חלילה נישט פון א צווייטע זייט, זענען מיר אבער אין זייער א שווערע פארלעגענהייט. מיר ווייסן דאך יא, אונזערע נייגער האט אונז אנטפלעקט פארבארגענע געהיימניסן און מיר ווילן ארויסגיין פארשן, נאשן און זיך אנזאפן, אבער מיר זענען אונטערדרוקט אין זיך זעלבסט, אין דעם געגנווארט אין וועלכע מיר וואוינען, אין דער פאמיליע וועלכע מיר ליבן און צווישן די חברים מיט וועלכע מיר זענען ארומגענומען.
מיר שפירן ווי מיר לעבן א דאפלטע לעבן. מיר צייגן ליבשאפט פאר וועמען מיר האסן און מיר ווייזן האס דעם וועלכן מיר ליבן אין הארצן. אונזערע קאפ איז אינגאנצן אין אן אנדערע פלאץ, ווייט אוועק פון דארט וואו מיר געפונען אונזערע קערפער. מיר טוהן וואס מיר דארפן צו געהערן אין דעם פלאץ ווי מיר זענען, אבער בלויז אויסערליך, אן דעם וואס עס זאל רעפלעקטירן וואס מיר האלטן און אן דעם וואס מיר זאלן האבן אן אויסוואל.
אונזער אייגענע משפחה, ווייב און קינדער, זענען אונטערטעניגט אונטער דער שטרענגע פארוואלטונג פון דעם סיסטעם. מיר פאלגן מיט פארכט אלע פארשריפטן, מיר שטעלן נישט קיין איבעריגע פראגן, אבער אין הארץ און אין קאפ הערשט א שטורעם, א טאטאלע אפרייס און אפשיי פון אלעס וואס זיי האלטן טייער און הייליג.
רעדענדיג און דורכטוענדיג דער נושא, האבן מיר געקלערט פון געדאנקען וועלכע מיר קענען אויספירן למעשה, אינעם ווירקליכקייט צו מילדערן די שמערצן און אויסקלארן דעם וועג וויאזוי צו גיין ווייטער.
אזוי זענען מיר געזעצן, גערעדט, אויסגעהערט און דורכגעטוהן פאר א שטיק צייט און דאן האבן מיר זיך צעשיידט.
נאכן זיך שיידן, האב איך מיך געטראפן איבערקלערן וואס מיר האבן גערעדט און עס זענען מיר איינגעפאלן עטליכע פונקטן וועלכע איך האב געוואלט אויסקלארן. דעריבער לייג איך דאס פָאר און איך וויל הערן אייערע מיינונג דערויף.
דער וועלט אין אלגעמיין
דער אלגעמיינע באפעלקערונג אינדרויסן איז אויך געבויט אויף א סיסטעם און סטרוקטור, וואס דאס מיינט אז איינער וואס לעבט דארט איז אויך ארומגענומען מיט א סיסטעמאטישע גרעניץ. אז מען קלערט אריין, פארמאגט דער אלגעמיינע סיסטעם זעלבסט, פיל פון די חסרונות פון דעם זעלבן סיסטעם פון וועלכן מיר זוכן צו אנטלויפן.
עס ווערט זייער קלאר ווען מען לייגט זיך אריין אין דעם אלגעמיינעם לעבנסטשייגער און קאלטור, אז דארט איז דאס לעבן נישט גין-גאלד פון אנהייב ביזן סוף. אז מען ליינט איבער זייער טאג-טעגליכן לעבן און מען כאפט א בליק איבער זייערע הלוך ילך, ווערט זייער שנעל איבערצייגט אז זיי מיטשען זיך מיט פונקט אזוי פיל פראבלעמען און שווערעקייטן ווי איינער פון אונז. זיי מוזן זיך צושטעלן און טאמער נישט זענען פארהאן קענסעקווענסן, זיי מוזן זיין געטריי און טאמער נישט צעפאלט זייערע לעבן. זיי זענען גארנישט אזוי פריי און פויגלדיג ווי עס קוקט אויס פון דא. זיי פארמאגן פילייכט מער אויסוואל, זיי זענען מער בויגזאם, אבער דאס לעבן זעלבסט איז די הויפט פראבלעם, אפגעזען וואו מיר וועלן דאס אפרעכטן. איבעראל זענען פארהאן שווערעקייטן, זיי זענען נישט די זעלבע סארט, אבער די זעלבע אין צאל.
ווירדן אויפשאקעלונג
די ווירדן און גלויבונגען פון א מענטש בייטן זיך און פארעמען זיך אויס געוואנדן אין וואס ער ווייסט און וועלכע אינפארמאציע ער נעמט אריין אין זיך. נאכן ווערן אויסגעשטעלט צו די אינפארמאציע וועלכע אונזערע סיסטעם ערלויבט אונז נישט צו שלינגען, ווערן אטאמאטיש אונזערע ווירדן געטוישט און פארענדערט. מיר בויען זיך אונזערע אייגענע פריאריטעטן און מיר פארשטייען אליינס וואס איז וויכטיג און וואס נישט. דאס פאסירט בלויז דורך דעם וואס מיר האבן פארדייט דער פארבאטענע פרוכט און צוגעקומען צום דעת וועלכע דאס ברענגט מיט זיך, מיר זעען איין ווי נאקעט מיר זענען, און מיר שעמען זיך פון זיך זעלבסט. די ווירדן האבן זיך געביטן, זיי זענען שוין נישט איינשטימיג מיט אונזערע ארומיגער און שכנים.
האב איך געקלערט אז אנשטאט זיך אוועקרייסן און ווערן אוועקגעשטויסן מיט קראפט, ענדישער לאמיך פארבלייבן דא, זיך צושטעלן אויסערליך צו די פארשריפטן, מיטגיין מיטן שטראם, געניסן פון זיינע דינסטן וועלכע ער שטעלט, נאך אלעם צו. צווישן זיי, א פלאץ וואו צו געהערן, פאמיליע, חברים און א גוטע שטיבל. אבער אין דער זעלבע צייט וויסן קלאר ביי זיך, וואס מיינע אייגענע, פריוואטע ווירדן זענען. אין וואס איך גלייב באמת, וואס איך האלט טייער און וואס איך שעץ ריכטיג.
איי וואס וועט זיין מיט מיינע קענטעניסן, מיין וויסנשאפט? וועל איך מוזן טרעפן חברים וועלכע זענען אין אן ענליכע סיטואציע ווי מיך און אינאיינעם וועלן מיר פארברענגען און זיך ארויסגעבן און זעטיגן אונזערע נייגער.
איז דאס פאררעכענט ווי א דאפעלטע לעבן?
קען זיין, אבער אז מען קלערט אריין אביסל טיפער, פארמאגט יעדער מענטש א דאפלטע לעבן. יעדער איינער האט ביי זיך אין הארץ אן אייגענע אפטייטש וואס מיינט אמונה, וואס דער אויבישטער איז פאר איהם. פאר איינער איז דאס זיין ליבע פאטער, פאר א צווייטן איז דאס זיין הערצליכע מוטער, און פאר א דריטן איז דאס זיין שטרענגע רבי. טראץ דעם, זענען מיר אויסערליך פאראייניגט אונטער איין גלויבונג. פארוואס דען, קען איך נישט האבן מיין אייגענע אינטערפרעטאציע וואס אמונה, ג-ט, און אידישקייט מיינען און אויסערליך שפילן דאס שפיל צו די פארגעניגן פון אונז אלע?
פארוואס נישט?...

לעצט רעדאגירט: