א דאפלטע לעבן

פעדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
118
רעאקציע ראטע
1,307
פונקטן
223
אונזערע שמועס

רעדענדיג מיט אחד מבני החבורה איז אונז אויסגעקומען אז מיר געפונען זיך אין זייער אן ענגע מצב. מיר האבן זייער ווייניג מעגליכקייטן און מיר זענען זייער פארשלאסן און פארשפארט. פון איין זייט זענען מיר אפען צו די וועלט. מיר האבן געליינט, זיך באקענט, געוואר געווארן, זיך געעפענט די אויגן און מיר זעען איין די לעכערליכקייט און פארשטאפטקייט פון דעם סיסטעם אין וועלכע מיר זענען געבוירן און אויפגעהאדעוועט געווארן. אבער דער ביטערע שיקזאל פראסקעט צוריק אין פנים, מיר האבן זייער ווייניג מעגליכקייטן צו קענען געניסן פונעם גרויסן וועלט אין אלעס וואס ער שטעלט צו פאר דעם אלגעמיינעם ציוויליזירטן בירגער.

אנדערש פון דעם פארשלאסענעם אלטגעזעצענער אין דעם סיסטעם וועלכע ווייסט נישט פון עפעס אנדערש, גלייבט נישט אין איינעם אנדערש און טראכט חלילה נישט פון א צווייטע זייט, זענען מיר אבער אין זייער א שווערע פארלעגענהייט. מיר ווייסן דאך יא, אונזערע נייגער האט אונז אנטפלעקט פארבארגענע געהיימניסן און מיר ווילן ארויסגיין פארשן, נאשן און זיך אנזאפן, אבער מיר זענען אונטערדרוקט אין זיך זעלבסט, אין דעם געגנווארט אין וועלכע מיר וואוינען, אין דער פאמיליע וועלכע מיר ליבן און צווישן די חברים מיט וועלכע מיר זענען ארומגענומען.

מיר שפירן ווי מיר לעבן א דאפלטע לעבן. מיר צייגן ליבשאפט פאר וועמען מיר האסן און מיר ווייזן האס דעם וועלכן מיר ליבן אין הארצן. אונזערע קאפ איז אינגאנצן אין אן אנדערע פלאץ, ווייט אוועק פון דארט וואו מיר געפונען אונזערע קערפער. מיר טוהן וואס מיר דארפן צו געהערן אין דעם פלאץ ווי מיר זענען, אבער בלויז אויסערליך, אן דעם וואס עס זאל רעפלעקטירן וואס מיר האלטן און אן דעם וואס מיר זאלן האבן אן אויסוואל.

אונזער אייגענע משפחה, ווייב און קינדער, זענען אונטערטעניגט אונטער דער שטרענגע פארוואלטונג פון דעם סיסטעם. מיר פאלגן מיט פארכט אלע פארשריפטן, מיר שטעלן נישט קיין איבעריגע פראגן, אבער אין הארץ און אין קאפ הערשט א שטורעם, א טאטאלע אפרייס און אפשיי פון אלעס וואס זיי האלטן טייער און הייליג.

רעדענדיג און דורכטוענדיג דער נושא, האבן מיר געקלערט פון געדאנקען וועלכע מיר קענען אויספירן למעשה, אינעם ווירקליכקייט צו מילדערן די שמערצן און אויסקלארן דעם וועג וויאזוי צו גיין ווייטער.

אזוי זענען מיר געזעצן, גערעדט, אויסגעהערט און דורכגעטוהן פאר א שטיק צייט און דאן האבן מיר זיך צעשיידט.

נאכן זיך שיידן, האב איך מיך געטראפן איבערקלערן וואס מיר האבן גערעדט און עס זענען מיר איינגעפאלן עטליכע פונקטן וועלכע איך האב געוואלט אויסקלארן. דעריבער לייג איך דאס פָאר און איך וויל הערן אייערע מיינונג דערויף.

דער וועלט אין אלגעמיין

דער אלגעמיינע באפעלקערונג אינדרויסן איז אויך געבויט אויף א סיסטעם און סטרוקטור, וואס דאס מיינט אז איינער וואס לעבט דארט איז אויך ארומגענומען מיט א סיסטעמאטישע גרעניץ. אז מען קלערט אריין, פארמאגט דער אלגעמיינע סיסטעם זעלבסט, פיל פון די חסרונות פון דעם זעלבן סיסטעם פון וועלכן מיר זוכן צו אנטלויפן.

עס ווערט זייער קלאר ווען מען לייגט זיך אריין אין דעם אלגעמיינעם לעבנסטשייגער און קאלטור, אז דארט איז דאס לעבן נישט גין-גאלד פון אנהייב ביזן סוף. אז מען ליינט איבער זייער טאג-טעגליכן לעבן און מען כאפט א בליק איבער זייערע הלוך ילך, ווערט זייער שנעל איבערצייגט אז זיי מיטשען זיך מיט פונקט אזוי פיל פראבלעמען און שווערעקייטן ווי איינער פון אונז. זיי מוזן זיך צושטעלן און טאמער נישט זענען פארהאן קענסעקווענסן, זיי מוזן זיין געטריי און טאמער נישט צעפאלט זייערע לעבן. זיי זענען גארנישט אזוי פריי און פויגלדיג ווי עס קוקט אויס פון דא. זיי פארמאגן פילייכט מער אויסוואל, זיי זענען מער בויגזאם, אבער דאס לעבן זעלבסט איז די הויפט פראבלעם, אפגעזען וואו מיר וועלן דאס אפרעכטן. איבעראל זענען פארהאן שווערעקייטן, זיי זענען נישט די זעלבע סארט, אבער די זעלבע אין צאל.

ווירדן אויפשאקעלונג

די ווירדן און גלויבונגען פון א מענטש בייטן זיך און פארעמען זיך אויס געוואנדן אין וואס ער ווייסט און וועלכע אינפארמאציע ער נעמט אריין אין זיך. נאכן ווערן אויסגעשטעלט צו די אינפארמאציע וועלכע אונזערע סיסטעם ערלויבט אונז נישט צו שלינגען, ווערן אטאמאטיש אונזערע ווירדן געטוישט און פארענדערט. מיר בויען זיך אונזערע אייגענע פריאריטעטן און מיר פארשטייען אליינס וואס איז וויכטיג און וואס נישט. דאס פאסירט בלויז דורך דעם וואס מיר האבן פארדייט דער פארבאטענע פרוכט און צוגעקומען צום דעת וועלכע דאס ברענגט מיט זיך, מיר זעען איין ווי נאקעט מיר זענען, און מיר שעמען זיך פון זיך זעלבסט. די ווירדן האבן זיך געביטן, זיי זענען שוין נישט איינשטימיג מיט אונזערע ארומיגער און שכנים.

האב איך געקלערט אז אנשטאט זיך אוועקרייסן און ווערן אוועקגעשטויסן מיט קראפט, ענדישער לאמיך פארבלייבן דא, זיך צושטעלן אויסערליך צו די פארשריפטן, מיטגיין מיטן שטראם, געניסן פון זיינע דינסטן וועלכע ער שטעלט, נאך אלעם צו. צווישן זיי, א פלאץ וואו צו געהערן, פאמיליע, חברים און א גוטע שטיבל. אבער אין דער זעלבע צייט וויסן קלאר ביי זיך, וואס מיינע אייגענע, פריוואטע ווירדן זענען. אין וואס איך גלייב באמת, וואס איך האלט טייער און וואס איך שעץ ריכטיג.
איי וואס וועט זיין מיט מיינע קענטעניסן, מיין וויסנשאפט? וועל איך מוזן טרעפן חברים וועלכע זענען אין אן ענליכע סיטואציע ווי מיך און אינאיינעם וועלן מיר פארברענגען און זיך ארויסגעבן און זעטיגן אונזערע נייגער.

איז דאס פאררעכענט ווי א דאפעלטע לעבן?

קען זיין, אבער אז מען קלערט אריין אביסל טיפער, פארמאגט יעדער מענטש א דאפלטע לעבן. יעדער איינער האט ביי זיך אין הארץ אן אייגענע אפטייטש וואס מיינט אמונה, וואס דער אויבישטער איז פאר איהם. פאר איינער איז דאס זיין ליבע פאטער, פאר א צווייטן איז דאס זיין הערצליכע מוטער, און פאר א דריטן איז דאס זיין שטרענגע רבי. טראץ דעם, זענען מיר אויסערליך פאראייניגט אונטער איין גלויבונג. פארוואס דען, קען איך נישט האבן מיין אייגענע אינטערפרעטאציע וואס אמונה, ג-ט, און אידישקייט מיינען און אויסערליך שפילן דאס שפיל צו די פארגעניגן פון אונז אלע?

פארוואס נישט?...
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שטארק אין קלאר געשריבן וואס אסאך חברים וואס דרייען זיך דא שפירן.

בנוגע דאס וואס די שרייבסט אז אין די אלגעמיינע וועלט איז אויכעט דא א סיסטעם קען זיין די האסט א פוינט.

אבער עס איז נישט קיין נפק"מ, אונז שטרעבן נישט צו עפעס א ספעציפישע אנדערע רעליגיע אדער סיסטעם, אונז שטרעבן צו איין זאך צו "פרייהייט"

פרייהייט פין ווארט
פרייהייט פין לבוש
פרייהייט פין לייף סטייל
פרייהייט פין באשלוסן
פרייהייט פין די לעבן
פרייהייט וועם צו ליבען.

אין דאס איז פארשטייצעך די ווינט היינט אין די אלגעמיינע וועלט, וועגן דעם ציען אונז אהין.

די ווינט היינט, איז פרייהייט.
נאן דזשאדזשמענטאל
פרי טשויסעס.

אפילו עס איז נאך דא די טיענעידזשער פין יוטא וואס זיין טאטע טראומאטאזירט אים צו קומען אין קירכע זונטאג.
אין לאזט אים נישט דעיטן א אטעאיסט...

ערשטענס איז עס נישט אויף א פארנעם ווי אין די חרדי'שע קאמיוניטי וואס איז ביי נאו א פשוט'ע קולט.

אין צווייטענס איך זיך דאך נישט צו גיין ערגעץ ספעציפיש.

פרייהייט איז וואס איך וויל, פרידאם איז צו ווי איך ציהל.

איך קען אפשר הערן די ארגומענט אז עפעס א סיסטעם מוז זיין...
סיי די גאווערמענט-געזעצן חלק, לאו ענד ארדער.

אין סיי לגבי ווירדן אין א קאמיוניטי - משפחה.

ווייל קוק וואס עס געשעהט ביי די לינקע ליבעראלע, איין קינד איז טרענסדשענדער, אין די צווייטע דערקלערט זיך א מאלפע..

בקיצור איך קען הערן די מעלות פין א סיסטעם וואס זאל פראמאטירן די ווירדן אין וואס זיי גלייבן...

אבער אונז לעבן סתם א לייפסטייל ווי די אמיש טאון באפעלקערונג...

טא בי האנעסט זיי זענען אביסל ווייניגער ראדיקאל, זיי האקן נישט אויף זכו אין צווינגען נישט צו גאלן די האר...

סא יא...

האב איך געקלערט אז אנשטאט זיך אוועקרייסן און ווערן אוועקגעשטויסן מיט קראפט, ענדישער לאמיך פארבלייבן דא, זיך צושטעלן אויסערליך צו די פארשריפטן, מיטגיין מיטן שטראם, געניסן פון זיינע דינסטן וועלכע ער שטעלט, נאך אלעם צו. צווישן זיי, א פלאץ וואו צו געהערן, פאמיליע, חברים און א גוטע שטיבל. אבער אין דער זעלבע צייט וויסן קלאר ביי זיך, וואס מיינע אייגענע, פריוואטע ווירדן זענען. אין וואס איך גלייב באמת, וואס איך האלט טייער און וואס איך שעץ ריכטיג.
איי וואס וועט זיין מיט מיינע קענטעניסן, מיין וויסנשאפט? וועל איך מוזן טרעפן חברים וועלכע זענען אין אן ענליכע סיטואציע ווי מיך און אינאיינעם וועלן מיר פארברענגען און זיך ארויסגעבן און זעטיגן אונזערע נייגער.
דאס איז זייער א גוטע ארגומענט פאר איינער וואס געניסט טאקע פין די סיסטעם, אבער עס איז דא הונדערטע וואס טרעפן זיך אויסגעשפילט אין אויסגעשפיגן דערפון אבער מוזן דאך בלייבן ווייל זיי זענען פארשפארט אין א תפיסה.
 
איך וויל זיך באציען צו עטליכע נקודות אין דיין פאוסט.

ערשטנס, אויב איז דאס געשריבן אלס קאופינג מעכאניזם, נאר "צו מילדערן די שמערצן", דאן, ווי מ'זאגט, וואטעווער וואורקס פאר יו. אויב אבער ליגט דא אויך אן "אויסקלארן דעם וועג וויאזוי צו גיין ווייטער", דאן ליגט דא א גרויסן טעות.

איך מיין אז דיין גאנצע אנאליז קומט פון א דעספערעישן צו שטילן דעם ווייטאג, אבער עס פארשווענקט דעם ביטערן אמת, אז עס איז אינגאנצן נישט דומה דער קאנטראל און פארמאכטקייט אין דער היימישער קהילה, אין פארגלייך צו די געזעלשאפטליכע פארשריפטן אין דער ברייטערער וועלט, ווי אויך איז אינגאנצן נישט קיין דמיון צווישן דעם דאפלטן לעבן וואס דו דארפסט פירן און די פריוואטע ווירדן וואס יעדער מענטש האט.

וויאזוי ווייס איך? ווייל איך האב דורכגעלעבט ביידע.

ערשטנס, איז וויכטיג צו באטאנען אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "די אלגעמיינע געזעלשאפט". וואס איז דאס אן אלגעמיינע געזעלשאפט? א ווייסער גוי אין ניו יארק? א שווארצער גוי אין דעטרויט? א מוזלעמענער אין מאראקא? א יאפאנער? איז איידער מען מאכט גרויסע גענעראליזאציעס, דארף מען קלאר מאכן פון וואס מען רעדט, ווייל אט די אלע פארשידענע געזעלשאפטן האבן גאר פארשידענע אייגנשאפטן.

אבער לאמיר זאגן אז מען פארגלייכט אונזער קהילה מיטן געזעלשאפטליכן לעבן פון א דורכשניטליכן מאדערנעם איד אין ניו יארק, לאנדאן, אדער פאריז. דאן, איז די גאנצע הנחה פונעם פאוסט אינגאנצן פאלש. פארשטייט זיך אז יעדע געזעלשאפט האט מינימאלע פארלאנגונגען און פארשריפטן, ווי צב"ש נישט צו זיין א פארברעכער, נישט צו זיין א נודניק, צו אויסזען לייטיש וכדו. אבער אינערהאלב די ראמען איז דא גאר א ברייטע ספעקטרום פון אנגענומענע דעות, התנהגותער וכדו וואס יעדער קען טון וויאזוי ער וויל. קענסט גיין אנגעטון מער ווייניגער לויט וועלכע מאדעס דו ווילסט; קענסט פראקטיצירן רעליגיע אויף וועלכן אופן דו ווילסט - צי דו ווילסט גיין אין שול יעדן טאג, נאר שבת, נאר ימים נוראים, צי קיינמאל נישט; צו דו ווילסט גיין אין אן ארטאדאקס שול, רעפארם, קאנזערוואטיוו, אא"וו; קענסט שיקן דיינע קינדער אין וועלכע מוסדות דו ווילסט; קענסט אויסוועלן יא חתונה צו האבן אדער נישט, מיט א מאן אדער מיט א פרוי, פון דיין קהילה אדער נישט. די ליסטע גייט אן ווייטער און ווייטער.

דערפאר איז ממש לעכערליך צוצוגלייכן אלגעמיינע געזעלשאפטליכע פארשריפטן מיט דער עקסטרעמער דרוק אין דער היימישער וועלט. גענצליך פריי איז קיינער נישט, אבער דערפאר איז דער העפטלינג וואס שמאכטעט אין טורמע פונקט אזוי נישט פריי ווי א געווענליכן בירגער וואס וואוינט אין דער מערב וועלט, וויבאלד דער לעצטער איז אויך משעובד צו געוויסע געזעצן?! דאס איז ממש לעכערליך.

און דאס זעלבע גילט אויך אויף דיין אנאליז פון לעבן א דאפלט לעבן. אוודאי האט יעדער מענטש פריוואטע עניינים, אבער דער דורכשניטליכער מענטש טרעפט זיך נישט אין א מצב וואס זיינע בעיסיק אמונות און ווירדן זענען 180 דעגרי להיפך פון די ביי אלעמען אנגענומע יסודות און אמונות. מענטשן אין דער ברייטערער געזעלשאפט טראגן זיך נישט ארום מיט סודות וואס ווען מען וואלט אויסגעפונען וועגן זיי וואלט עס געדראעט זיי אינגאנצן מנדה צו זיין, פארלירן די ווייב און קינדער, ווערן אפגעהאקט פון דער משפחה, פארלירן אלע חברים און אפילו די ארבעט. חוץ, פארשטייט זיך, אויב דער מענטש איז א שפיאן, אדער א באהאלטענער מערדער, סעקס אפענדער, נעא־נאצי, טעראריסט, וכדומה.

יעצט קומסטו און פארגלייכסט דעם פאקט אז יעדער האט ביי זיך געוויסע פריוואטע מחשבות, פרעפערענצן און ווירדן, מיט דיין לעבן וואו דיין גאנצער וועג פון אנקוקן די וועלט און פון לעבן איז דיאמעטריש פארקערט ווי די פון דיין משפחה און געזעלשאפט?! דאס איז ממש לעכערליך, אבסורד!

דערפאר, חבר, מיין איך אז דיין גאנצע לומדות קומט פון פארקלעמעניש און אונטערדריקעניש - טאקע דערפאר ווייל דו ביסט נישט פריי, און דאס ליגט דיך אויפן הארצן. ווי געזאגט, אויב העלפט דיך דאס שפירן בעסער, דאן וויל איך נישט גיסן זאלץ אויף די וואונדן. אבער אמאל דארף א מענטש קוקן דעם ווייטאגליכן אמת אין פנים אריין, ווייל נאר דאן קען ער מאכן ראציאנאלע באשלוסן פאר זיין אייגן גוטס.

איך וואונטש דיך נאר הצלחה, און זאלן מיר אלע אויסגעלייזט ווערן פון אונזער פערזענליכער שעבוד מצריים און גלות הפנימי.
 
איך בין נייגעריג צי די חסידים וואס זענען אפציעל מער chilled פיהלן אויכעט ווי זיי האבן א דאפעלטע לעהבן. זיי און זייערע ווייבער גייען אנגעטוהן מער מאדערן ווי די מיינסטרים און זיי שיקן זייער קינדער און לויזערע מוסדות מיט ווייניג תקנות וכו'. זיי זענען נישט אזוי געצווינגען, הגם זיי זענען נאכאלץ באגרעניצט אין א געוויסע frame.

ווען איך הער פון איינער פון ווילאמסבורג אדער סקווירא איז געווארן אפגעפארן ווינדער איך מיך צי עס וואלט זיך נישט געלוינט פאר זיי צי ווערן אַ מאדערנע-חסיד און האבן פון ביידע וועלטן.

באמת נייגעריג צי הערן וויאזוי די אנדערע חברי הקרעימל טראכטן וועגן דעהם.
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין נייגעריג צי די חסידים וואס זענען אפציעל מער chilled פיהלן אויכעט ווי זיי האבן א דאפעלטע לעהבן. זיי און זייערע ווייבער גייען אנגעטוהן מער מאדערן ווי די מיינסטרים און זיי שיקן זייער קינדער און לויזערע מוסדות מיט ווייניג תקנות וכו'. זיי זענען נישט אזוי געצווינגען, הגם זיי זענען נאכאלץ באגרעניצט אין א געוויסע frame.

ווען איך הער פון איינער פון ווילאמסבורג אדער סקווירא איז געווארן אפגעפארן ווינדער איך מיך צי עס וואלט זיך נישט געלוינט פאר זיי צי ווערן אַ מאדערנע-חסיד און האבן פון ביידע וועלטן.
מאכסט א לאט אף סענס.
מען ווארפט נישט ארויס די בעטטאוב מיט די בעיבי
מען האלט אהן ווואס איז באקוועם און גוט, און מען לאזט אפ וואס עס שטערט, איז מען נוחל שני עולמות.
 
אפילו עס איז נאך דא די טיענעידזשער פין יוטא וואס זיין טאטע טראומאטאזירט אים צו קומען אין קירכע זונטאג.
אין לאזט אים נישט דעיטן א אטעאיסט...
אז דו האסט דערמאנט די מארמאנס בעט איך אייך עולם צו ביטע ליינען/הערן די בוך "Educated".
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זייער שטארק אין קלאר געשריבן וואס אסאך חברים וואס דרייען זיך דא שפירן.

בנוגע דאס וואס די שרייבסט אז אין די אלגעמיינע וועלט איז אויכעט דא א סיסטעם קען זיין די האסט א פוינט.

אבער עס איז נישט קיין נפק"מ, אונז שטרעבן נישט צו עפעס א ספעציפישע אנדערע רעליגיע אדער סיסטעם, אונז שטרעבן צו איין זאך צו "פרייהייט"

פרייהייט פין ווארט
פרייהייט פין לבוש
פרייהייט פין לייף סטייל
פרייהייט פין באשלוסן
פרייהייט פין די לעבן
פרייהייט וועם צו ליבען.

אין דאס איז פארשטייצעך די ווינט היינט אין די אלגעמיינע וועלט, וועגן דעם ציען אונז אהין.

די ווינט היינט, איז פרייהייט.
נאן דזשאדזשמענטאל
פרי טשויסעס.

אפילו עס איז נאך דא די טיענעידזשער פין יוטא וואס זיין טאטע טראומאטאזירט אים צו קומען אין קירכע זונטאג.
אין לאזט אים נישט דעיטן א אטעאיסט...

ערשטענס איז עס נישט אויף א פארנעם ווי אין די חרדי'שע קאמיוניטי וואס איז ביי נאו א פשוט'ע קולט.

אין צווייטענס איך זיך דאך נישט צו גיין ערגעץ ספעציפיש.

פרייהייט איז וואס איך וויל, פרידאם איז צו ווי איך ציהל.

איך קען אפשר הערן די ארגומענט אז עפעס א סיסטעם מוז זיין...
סיי די גאווערמענט-געזעצן חלק, לאו ענד ארדער.

אין סיי לגבי ווירדן אין א קאמיוניטי - משפחה.

ווייל קוק וואס עס געשעהט ביי די לינקע ליבעראלע, איין קינד איז טרענסדשענדער, אין די צווייטע דערקלערט זיך א מאלפע..

בקיצור איך קען הערן די מעלות פין א סיסטעם וואס זאל פראמאטירן די ווירדן אין וואס זיי גלייבן...

אבער אונז לעבן סתם א לייפסטייל ווי די אמיש טאון באפעלקערונג...

טא בי האנעסט זיי זענען אביסל ווייניגער ראדיקאל, זיי האקן נישט אויף זכו אין צווינגען נישט צו גאלן די האר...

סא יא...


דאס איז זייער א גוטע ארגומענט פאר איינער וואס געניסט טאקע פין די סיסטעם, אבער עס איז דא הונדערטע וואס טרעפן זיך אויסגעשפילט אין אויסגעשפיגן דערפון אבער מוזן דאך בלייבן ווייל זיי זענען פארשפארט אין א תפיסה.
א גרויסן דאנק הרב @משתוקק פארן רעאגירן צו מיינע ווערטער.

איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט און איך בין אינגאנצן איינשטימיג מיט דיר.

מיר רעדן אבער לדעתי איבער צוויי באזונדערע פעלער.

איך וואלט געזאגט אז דו ביסט גערעכט ווען א מענטש געפונט זיך אין א צושטאנד אין וועלכע דער סיסטעם שטעלט איהם אין א באלדיגע געפאר (אימידיעט דעינדזשער בלע"ז) נישט דווקא באשיינפערליך, נאר מעטאפאריש גערעדט. ער שפירט זיך פיזיש דערשטוקט דורך דעם. ער האט זאכן וואס ער וויל יעצט טוהן און ער קען נישט, אדער ער האלט אט ביים ווערן אדער איז ער גאר נאר וואס געווארן, ארויסגעשפיגן פון דעם סיסטעם. ער ווערט פראקטיש עפעקטירט דערפון. איבער אזא איינער איז קלאר אז ער מוז טוהן אלעס אפצולאזן דעם סיסטעם, זיך זוכן א נייע וועג טראץ די איבערמענטשליכע כוחות וואס דאס פאדערט און אלע זיינע שווערעקייטן זענען ווערד פאר זיין פרייהייט און רואיגקייט.

איך רעד אבער איבער אזא איינער וועלכע געפונט זיך נישט אין א באלדיגע געפאר פון דעם סיסטעם, ער האט נישט עפעס וואס ער וויל זויפארט טוהן און ער קען נישט ווייל דער סיסטעם לאזט איהם נישט, ער איז נאך מער/ווייניגער אין איהם, ער איז אויסערליך אפילו א טייל דערפון. ער וויל איינפאך ארויסגיין ווייל ער שפירט זיך גייסטיש אונטערדרוקט און מענטאליש באגרעניצט און ווייל זיינע ווירדן זענען ווייט דערפון ווי איין זייט פון דער יקום איז פון דער אנדערע. אזא איינעם וויל איך פארלייגן, ער זאל מיטגיין מיטן שטראם און אין איהם אויספארעמען זיין אייגענע וועג אינערהאלב דער שוואנג.
 
יישר כח @יוסקע ווארטעמאן.

איך וויל מיך צום ערשט באציען צו די ווערטער מיט וועלכע דו האסט אנגעהויבן:
ערשטנס, אויב איז דאס געשריבן אלס קאופינג מעכאניזם, נאר "צו מילדערן די שמערצן", דאן, ווי מ'זאגט, וואטעווער וואורקס פאר יו. אויב אבער ליגט דא אויך אן "אויסקלארן דעם וועג וויאזוי צו גיין ווייטער", דאן ליגט דא א גרויסן טעות.
איך מאך נישט אוועק דער פאקט אז איך זאג דאס בלויז זיך זעלבסט צו בארואיגן, נאר ווייל איך טרעף נישט די קוראזש ארויסצוגיין אויף דער פריי...

ערשטנס, איז וויכטיג צו באטאנען אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "די אלגעמיינע געזעלשאפט". וואס איז דאס אן אלגעמיינע געזעלשאפט? א ווייסער גוי אין ניו יארק? א שווארצער גוי אין דעטרויט? א מוזלעמענער אין מאראקא? א יאפאנער? איז איידער מען מאכט גרויסע גענעראליזאציעס, דארף מען קלאר מאכן פון וואס מען רעדט, ווייל אט די אלע פארשידענע געזעלשאפטן האבן גאר פארשידענע אייגנשאפטן.
איבער דעם וואס דו זאגסט אז עס איז נישט קיין פארגלייך די ראמען אין אונזערע קהילות צו אנדערע פלעצער, איז אזוי ווי דו זאגסט. מען מוז נעמען איין געמיינדע נאכן צווייטן און פרובירן צו פארגלייכן וועלכע איז אפענער, וועלכע ערלויבט מער פרייהייט, וועלכע איז בעסער און וועלכע איז שענער. מיין הויפט פארשלאג איז געווען אז ענדגילטיג, אז דו גלייכסט אונז צו צו סיי וועלכע אנדערע קאלטור אדער געמיינדע, בלייבסטו איבער מיט א ליסטע פון מעלות און חסרונות וועלכע זענען נישט ווערד געביטן צו ווערן פאר דער פרייז פון פארלאזן די קהילה.

דערפאר איז ממש לעכערליך צוצוגלייכן אלגעמיינע געזעלשאפטליכע פארשריפטן מיט דער עקסטרעמער דרוק אין דער היימישער וועלט. גענצליך פריי איז קיינער נישט, אבער דערפאר איז דער העפטלינג וואס שמאכטעט אין טורמע פונקט אזוי נישט פריי ווי א געווענליכן בירגער וואס וואוינט אין דער מערב וועלט, וויבאלד דער לעצטער איז אויך משעובד צו געוויסע געזעצן?! דאס איז ממש לעכערליך.
נאך אלעם, עס איז אויך עטוואס לעכערליך צו פארגלייכן די דרוק אין אונזערע געמיינדע צו א פארשלאסענע טורמע. לדעתי, זייער אסאך פון די דרוק וועלכע מיר שפירן, שלעפן מיר זיך מיט אומזיסט, מען קען דאס אליין אראפלאדענען און קיינער דארף נישט וויסן דערפון און טאמער דאס איז נישט דער פאל און איינער שפירט זיך פיזיש באגרעניצט, דאן זאל ער טאקע נעמען באלדיגע שריט.
יעצט קומסטו און פארגלייכסט דעם פאקט אז יעדער האט ביי זיך געוויסע פריוואטע מחשבות, פרעפערענצן און ווירדן, מיט דיין לעבן וואו דיין גאנצער וועג פון אנקוקן די וועלט און פון לעבן איז דיאמעטריש פארקערט ווי די פון דיין משפחה און געזעלשאפט?! דאס איז ממש לעכערליך, אבסורד!
איבער דעם וואס דו זאגסט אז מען קען נישט לעבן מיט אנדערע ווען די דעות דיפערענסן זענען הונדערט און אכציג דעגרי, אט דאס פרוביר איך צו מחדש זיין, אז מען וואלט יא געדארפט קענען.

אין קאפ ביסטו אליינס בעל הבית. דו קענסט האלטן וואס דו ווילסט און וויסן וואס דו באגערסט, קיינער קען נישט צונעמען דער פונדאמענטאלע רעכט פון דיר.

אלס א קליינע דוגמא, נעם למשל טעמי המצוות. אלע טוען מצוות, אבער איבער די טעמי המצוות איז פארהאן א פילע ספעקטרום, פון שכר ועונש ביז הומאניזם און אלעס אינצווישן, עס זענען פארהאן וועלטן פון אונטערשיידן צווישן זיי, אבער אין פראקטיק זענען די פארשידנהייטן כמעט אומבאמערקבאר.
 
Back
Top