אוי האב איך געכאפט פון מיין אינגל פאר'ן נישט גיין צו א הדלקה, ער האט ממש נישט אויסגעהאלטן וואספארא גוי זיין טאטע איז, מיר זענען געבענטשט געווארן מיט א שפע פון נייע מנהגים וואס יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן, און יעדעס יאר ווערן געבוירן פרישע מנהגים, ווארום די פאריאריגע מנהגים זענען שוין פארוואנדלט געווארן אין פולקאמע דאורייתא'ס, אזש ס'שווער צו האלטן קאפ אויף אלע נייע אבליגאציעס וואס קומען צו מידי יום ביומו, אנגעהויבן פון ג' אייר ביי ר' שייעלע און גענדיגט ביי ר' שייעלע'ס ברודער... אנגעהויבן פון פרשת המן ג' בשלח גענדיגט ביים ריבניצער יעדן ערב ראש חודש (ואם חל בערב שבת, מקדימין אותו), לאמיר נישט פארגעסן פונעם בת עין, און הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ. בקיצור מ'קען נישט נאכיאגן.
דעריבער כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור עפן איך דא א שנירל ווי מ'וועט דאקומענטירן יעדע נייע מנהג גלייך נאכן געשאפן ווערן, אזוי וועט מען קענען זעהן וויאזוי עס טוט זיך אנטוויקלען דורכאויס די יארן ביזן פארוואנדלט ווערן אין א חוק וואס ווער ס'וואגט זיך צו פרעגן וואו ס'שטייט, ווערט גלייך אן אפיקורס
כ'וועל נישט רעכענען הדלקות ל"ג בעומר, ווייל דאס איז דאך שוין א דאורייתא ממש, אבער גיב דא א בליק אויף'ן מעזשיבוש'ער וויאזוי ער האט אקארשט באשאפן א גלענצנדע עוואלוציאנערע מנהג אינערהאלב די מצוות הדלקה