דאס באשאף און עוואלוציע פון היינטיגע מנהגים

אוי האב איך געכאפט פון מיין אינגל פאר'ן נישט גיין צו א הדלקה, ער האט ממש נישט אויסגעהאלטן וואספארא גוי זיין טאטע איז, מיר זענען געבענטשט געווארן מיט א שפע פון נייע מנהגים וואס יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן, און יעדעס יאר ווערן געבוירן פרישע מנהגים, ווארום די פאריאריגע מנהגים זענען שוין פארוואנדלט געווארן אין פולקאמע דאורייתא'ס, אזש ס'שווער צו האלטן קאפ אויף אלע נייע אבליגאציעס וואס קומען צו מידי יום ביומו, אנגעהויבן פון ג' אייר ביי ר' שייעלע און גענדיגט ביי ר' שייעלע'ס ברודער... אנגעהויבן פון פרשת המן ג' בשלח גענדיגט ביים ריבניצער יעדן ערב ראש חודש (ואם חל בערב שבת, מקדימין אותו), לאמיר נישט פארגעסן פונעם בת עין, און הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ. בקיצור מ'קען נישט נאכיאגן.

דעריבער כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור עפן איך דא א שנירל ווי מ'וועט דאקומענטירן יעדע נייע מנהג גלייך נאכן געשאפן ווערן, אזוי וועט מען קענען זעהן וויאזוי עס טוט זיך אנטוויקלען דורכאויס די יארן ביזן פארוואנדלט ווערן אין א חוק וואס ווער ס'וואגט זיך צו פרעגן וואו ס'שטייט, ווערט גלייך אן אפיקורס

כ'וועל נישט רעכענען הדלקות ל"ג בעומר, ווייל דאס איז דאך שוין א דאורייתא ממש, אבער גיב דא א בליק אויף'ן מעזשיבוש'ער וויאזוי ער האט אקארשט באשאפן א גלענצנדע עוואלוציאנערע מנהג אינערהאלב די מצוות הדלקה

נעמט השפעות ווי די וויין נאך הבדלה?
I guess

אידן האבן געזען גרויסע זאכן מיטן אריינלייגן אין טאש אביסל פון די פייער.

אויב כאפ מען אן ערנסטע ברי, האט מען אויטאמאטיש גע'פועל'ט.

ס'איז דא מקורות אז אויב ווארפט מען אריין אן עלטערע בחור אינעווייניג אין פייער איז ער א באלדיגע געהאלפענער.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'האב נישט קיין שום פראבלעם מיט די אלע פרישע און אלטע מנהגים ווילאנג מ'מאכט נישט חוזק פון אנדערע רעליגיעס וואס זאגן און זינגן אויך אתה בחרתנו מכל העמים אהבת אותנו ורצית בנו ורממתנו מכל הלשונות.... טאקע אפשר נישט אין אונזער לשון הקודש נאר אין זייערע לשון קודש'דיגע שפראך. און אויך נישט מיט אונזער יו"ט'דיגע נוסח
בעיסיקלי די אלע מיני מנהגים איז די זעלבע ווי ביי די קריסטן, מוסלמענער, הינדא, טשינטא, בודהיזם אן א להבדיל אלף אלפי הבדלות, קיין שום חילוק. שפירסט גוט ווען דו אדער ווען מ'טוט עס? אינדזשויעסט עס? האסט הנאה? דעטס דע פּאוינט, האב הנאה און האב הנאה ווען אנדערע האבן הנאה פון זייערע קאלטורן און טראדיציעס פאר דעם איז די וועלט באשאפן געווארן להתענג!!! ווילאנג מ'שעדיגט נישט זיך אדער א צווייטן
 
פארוואס טאקע קיקט מען עס אן אנדערש? איז עס אן איגנארענץ וואס אונדז האב מיר??
 
מיינע קינדער האבן מיך אומווילנדיג ארויסגעשלעפט צום הדלקה. שטייענדיג דארט, זעענדיג ווי יעדער כאפט השפעות, איז מיר איינגעפאלן איין ליין דאס מסכם צו זיין.

די בולשיטערס ווייסן אז זיי בולשיטן, די געבולשיטע, ווייסן אז זיי ווערן געבולשיט, און יעדער האט דאס ליב. א גוטע נאכט. איי העוו העד איט.
 
די ווארט "מנהג" איז א גאלד גריב פאר מיר, עני זאך וואס איז מיר שווער מסביר צי זיין פאר די תנוקות, זאג איך "ס'טאטי'ס מנהג"
איך האב עס לעצטענס געניצט פאר עסן די זיפ אן די שטריימל
 
אוי האב איך געכאפט פון מיין אינגל פאר'ן נישט גיין צו א הדלקה, ער האט ממש נישט אויסגעהאלטן וואספארא גוי זיין טאטע איז, מיר זענען געבענטשט געווארן מיט א שפע פון נייע מנהגים וואס יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן, און יעדעס יאר ווערן געבוירן פרישע מנהגים, ווארום די פאריאריגע מנהגים זענען שוין פארוואנדלט געווארן אין פולקאמע דאורייתא'ס, אזש ס'שווער צו האלטן קאפ אויף אלע נייע אבליגאציעס וואס קומען צו מידי יום ביומו, אנגעהויבן פון ג' אייר ביי ר' שייעלע און גענדיגט ביי ר' שייעלע'ס ברודער... אנגעהויבן פון פרשת המן ג' בשלח גענדיגט ביים ריבניצער יעדן ערב ראש חודש (ואם חל בערב שבת, מקדימין אותו), לאמיר נישט פארגעסן פונעם בת עין, און הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ. בקיצור מ'קען נישט נאכיאגן.

דעריבער כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור עפן איך דא א שנירל ווי מ'וועט דאקומענטירן יעדע נייע מנהג גלייך נאכן געשאפן ווערן, אזוי וועט מען קענען זעהן וויאזוי עס טוט זיך אנטוויקלען דורכאויס די יארן ביזן פארוואנדלט ווערן אין א חוק וואס ווער ס'וואגט זיך צו פרעגן וואו ס'שטייט, ווערט גלייך אן אפיקורס

כ'וועל נישט רעכענען הדלקות ל"ג בעומר, ווייל דאס איז דאך שוין א דאורייתא ממש, אבער גיב דא א בליק אויף'ן מעזשיבוש'ער וויאזוי ער האט אקארשט באשאפן א גלענצנדע עוואלוציאנערע מנהג אינערהאלב די מצוות הדלקה

🤣🤣🤣 איך מיין אבער אז סאיז מער אטראקטיוו ווי צו לייגן גרעיפ דזשוס אויפן שטערן האלז אין טאש
 
בעיסיקלי די אלע מיני מנהגים איז די זעלבע ווי ביי די קריסטן, מוסלמענער, הינדא, טשינטא, בודהיזם אן א להבדיל אלף אלפי הבדלות,
און אויך ביי די סעקולארע! נאר דארטן רופט מען עס למשל א נייע אינטערנעט־טרענד וכדומה. אין אנדערע ווערטער, ביי דער גאנצער מענטשלעכער געזעלשאפט איז עס דא – נאר עס נעמט אויף זיך א פארעם לויט די זאכן וואס זענען וויכטיג פאר זיי.
 
איך מיין מיין דאס איז א"ג האדמו"ר ממיאלען? עני וועי, איך זיך אינפו אויף אים.
View attachment 5044
א אנדערע ענגל, איך קען נישט סטאפן לאכן פון דעים..ער ווייסט נאך יעצט נישט פארוואס ס'זיך אים געקומען א שטויס..:ROFLMAO: איינער ווייסט?..

גאנץ שנעל געווארן א מנהג.. :ROFLMAO: @אפטימיסטיש קענסט עס שוין דאקעמענטן

View attachment 5071
גוט....

ס'גייט צוזאמען מיט די מקורות וואס איך האב צוגעברענגט אויבן.
פאר מען ווארפט אריין די עלטערע בחור פאר א ישועה למעלה מדרך הטבע, האבן זיך געוויסע געפירט צו איבערלייגן דעם עובר למולך און געבן א קליינע שטויס, נישט צו שטארק משום צער בעלי חיים, און זאגן דערביי "זה הגדול קטן יהיה, גד גדוד יגודנו, וכו'.
 
Back
Top