דאס באשאף און עוואלוציע פון היינטיגע מנהגים

אוי האב איך געכאפט פון מיין אינגל פאר'ן נישט גיין צו א הדלקה, ער האט ממש נישט אויסגעהאלטן וואספארא גוי זיין טאטע איז, מיר זענען געבענטשט געווארן מיט א שפע פון נייע מנהגים וואס יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן, און יעדעס יאר ווערן געבוירן פרישע מנהגים, ווארום די פאריאריגע מנהגים זענען שוין פארוואנדלט געווארן אין פולקאמע דאורייתא'ס, אזש ס'שווער צו האלטן קאפ אויף אלע נייע אבליגאציעס וואס קומען צו מידי יום ביומו, אנגעהויבן פון ג' אייר ביי ר' שייעלע און גענדיגט ביי ר' שייעלע'ס ברודער... אנגעהויבן פון פרשת המן ג' בשלח גענדיגט ביים ריבניצער יעדן ערב ראש חודש (ואם חל בערב שבת, מקדימין אותו), לאמיר נישט פארגעסן פונעם בת עין, און הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ. בקיצור מ'קען נישט נאכיאגן.

דעריבער כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור עפן איך דא א שנירל ווי מ'וועט דאקומענטירן יעדע נייע מנהג גלייך נאכן געשאפן ווערן, אזוי וועט מען קענען זעהן וויאזוי עס טוט זיך אנטוויקלען דורכאויס די יארן ביזן פארוואנדלט ווערן אין א חוק וואס ווער ס'וואגט זיך צו פרעגן וואו ס'שטייט, ווערט גלייך אן אפיקורס

כ'וועל נישט רעכענען הדלקות ל"ג בעומר, ווייל דאס איז דאך שוין א דאורייתא ממש, אבער גיב דא א בליק אויף'ן מעזשיבוש'ער וויאזוי ער האט אקארשט באשאפן א גלענצנדע עוואלוציאנערע מנהג אינערהאלב די מצוות הדלקה

שריפת הקוויטלאך

1777922615524.webp
 
אייגענטליך אז מ'מאכט פייערס פארוואס זאל מען נישט שפריצן וואסער? מיט די צייט גייט מען ווארפן אייער אויך, און עפלעך פארוואס דען נישט, זאל זיך יעדער אויסגעבן אויף זיין געשמאק ס' ממילא נאר טראדיציעס, די פייער טראדיציע האט זיך אויך ערגעץ אנגעהויבן און מיט די צייט האט עס אויסגעבראכן כמעט ווי א מנהג קדמונים מיט שטריימעל און בעקישע, אזוי ווי טורקי אין טענקסגיווינג, און שיינע גרינע דעקארירטע ביימער מיט לעקטערלעך אין קריסטמעס, און באהאלטן אן איי אין איסטער וכו' וכו'
 
און וואס איז מיט בל תוסיף? טאמער מאכסטו עס אלס א טייל פון אידישקייט, און איך בין גאר דער גוי וואס גייט נישט צום הדלקה, פארוואס זאל נישט מיין זון גורע זיין און נישט טאנצן הקפות (אדער גאר ערגער) בבחינת כל המוסיף גורע, מיין טאטע גייט נישט צו קיין הדלקה, ברויך איך נישט גיין צו הקפות​
 
(די רעליגיע צו וואס דו באציסט זיך עקזעסטירט שוין נישט)
 
און וואס איז מיט בל תוסיף? טאמער מאכסטו עס אלס א טייל פון אידישקייט, און איך בין גאר דער גוי וואס גייט נישט צום הדלקה, פארוואס זאל נישט מיין זון גורע זיין און נישט טאנצן הקפות (אדער גאר ערגער) בבחינת כל המוסיף גורע, מיין טאטע גייט נישט צו קיין הדלקה, ברויך איך נישט גיין צו הקפות​
דיין טראכטן דאס איז נאר ווייל דו האלסט אז דיין זוהן צו ווער מוז האבן דעם זעלבן טראדיציאנעלן עקספיריענס ווי דיר, און ס'בכלל נישט אזוי, דו ביסט א מענטש פאר דיר מיט דיינע אייגענע גוטע פילינגס און עקספיריענס און דיין זוהן איז א מענטש פאר זיך מיט זיינע אייגענע גוטע פילינגס און עקספיריענס אין לעבן יעדער מאכט פאר זיך אפ וואס, ווי און ווען יא און נישט. לאז אפ דעם וועג פון טראכטן דו קענסט במילא נישט קאנטראלירן קיינעמס עקספיריענס.

מ'האט שוין געזעהן קינדער וואס קומען פון גאר פרומע שטיבער און האלטן גארנישט און קינדער וואס קומען פון די פרייעסטע שטיבער און האלטן אלעס, פארוואס? ווייל ס'איז יעדעמס אייגענע טשויס וואס יא אדער נישט צו האלטן, אין וואס און וועם צו גלייבן יעדער לויט זיין מצב, לויט זיין ענערגיע און געשמאַק
 
ס'איז מיר אזוי אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי ספליען ארום צען צו פופצן דראונס העכער די הדלקה אין ק"י. די מאדערנקייט פון דראונס וואס כאפן די קלארסטע ווידעא מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, צוזאמען מיט א ספיקער סיסטעם וואס קאסט אפ צענדליגער טויזנטער דאלארן, פאר מענטשן צו טאנצן ארום א פייער אן דאס מינדעסטע אנונג וואס אדער פארוואס מען טוט, אדער די ערשטע מקור דערצו (כמעט זיכער א שבתי צבי'ניק ספר).

שטעלט זיך נאר פאר אויב נוצט מען ווען די געלט (איינער זאל גיין אויסרעכענען וויפיל פער יאר) צו ספאנסערן למשל scholarships פאר טויגליכע יונגעלייט. וויפיל היימישע אדוואקאטן וואלט מיר געהאט?

דא קומט אריין מיין ישעיה הנביא ארטיקל אין כוואליעס 5. די פראווענען און ריטואלן זענען פאר די רביס מער ווערט ווי באמת קעיר נעמען פון די נויטן פון די פאלק.
אוי, ווי זענען די נביאים פון היינטיגע צייטן??
#ווי לאנג ס'גייט דיר גוט...
 
ס'איז מיר אזוי אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי ספליען ארום צען צו פופצן דראונס העכער די הדלקה אין ק"י. די מאדערנקייט פון דראונס וואס כאפן די קלארסטע ווידעא מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, צוזאמען מיט א ספיקער סיסטעם וואס קאסט אפ צענדליגער טויזנטער דאלארן, פאר מענטשן צו טאנצן ארום א פייער אן דאס מינדעסטע אנונג וואס אדער פארוואס מען טוט, אדער די ערשטע מקור דערצו (כמעט זיכער א שבתי צבי'ניק ספר).
און דריי צוריק מיט עטליכע יארן פריער האט דער זעלבער רבי שליט"א מוחה געווען קעגן די ל"ג בעומר פייערן, אקעי קען זיין אז דאמאלטס האט ער נאכנישט עוסק געווען אין קבלה
 
Back
Top