דאס באשאף און עוואלוציע פון היינטיגע מנהגים

אוי האב איך געכאפט פון מיין אינגל פאר'ן נישט גיין צו א הדלקה, ער האט ממש נישט אויסגעהאלטן וואספארא גוי זיין טאטע איז, מיר זענען געבענטשט געווארן מיט א שפע פון נייע מנהגים וואס יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן, און יעדעס יאר ווערן געבוירן פרישע מנהגים, ווארום די פאריאריגע מנהגים זענען שוין פארוואנדלט געווארן אין פולקאמע דאורייתא'ס, אזש ס'שווער צו האלטן קאפ אויף אלע נייע אבליגאציעס וואס קומען צו מידי יום ביומו, אנגעהויבן פון ג' אייר ביי ר' שייעלע און גענדיגט ביי ר' שייעלע'ס ברודער... אנגעהויבן פון פרשת המן ג' בשלח גענדיגט ביים ריבניצער יעדן ערב ראש חודש (ואם חל בערב שבת, מקדימין אותו), לאמיר נישט פארגעסן פונעם בת עין, און הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ. בקיצור מ'קען נישט נאכיאגן.

דעריבער כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור עפן איך דא א שנירל ווי מ'וועט דאקומענטירן יעדע נייע מנהג גלייך נאכן געשאפן ווערן, אזוי וועט מען קענען זעהן וויאזוי עס טוט זיך אנטוויקלען דורכאויס די יארן ביזן פארוואנדלט ווערן אין א חוק וואס ווער ס'וואגט זיך צו פרעגן וואו ס'שטייט, ווערט גלייך אן אפיקורס

כ'וועל נישט רעכענען הדלקות ל"ג בעומר, ווייל דאס איז דאך שוין א דאורייתא ממש, אבער גיב דא א בליק אויף'ן מעזשיבוש'ער וויאזוי ער האט אקארשט באשאפן א גלענצנדע עוואלוציאנערע מנהג אינערהאלב די מצוות הדלקה

 
א אנדערע ענגל, איך קען נישט סטאפן לאכן פון דעים..ער ווייסט נאך יעצט נישט פארוואס ס'זיך אים געקומען א שטויס..:ROFLMAO: איינער ווייסט?..


View attachment 5070

😭😂
1000095312.jpg
 
מ'זאגט אויפן מנהג בשם צדיקים א גוט ווארט.
אז מ'בייגט זיך דארף מען ערווארטן א שטויס דארט.
וואס איז זיכער א סגולה פאר ווייטאג ביים זיץ ארט.
אויב קומט עס אומגעראכטן קען עס צו ברענגן צו א... שאק
 
וואס פארשטייסטו נישט? דער גוי אידאך נאר געבוירן געווארן צו דינען דעם איד, ספעציעל דעם אדמו"ר שליט"א וואס אידאך דער מובחר היצירה און מיט דעם איינעם ביק האט ער שוין אויפגעטוהן דאס זייניגע אבער למעה פעהלט נאך אויס דעם שטויס פשוט צו מתקן זיין דעם חטא העגל וואס די ערב רב האבן אנגעדרייט און דאס איז אויך א תיקון פאר די חטא עץ הדעת כידוע ליודעי ח"ן
 
א אנדערע ענגל, איך קען נישט סטאפן לאכן פון דעים..ער ווייסט נאך יעצט נישט פארוואס ס'זיך אים געקומען א שטויס..:ROFLMAO: איינער ווייסט?..


View attachment 5070
איך גלייב נישט אז דער שטויסער זעהט דעם גוי אלץ א יומען ביאונג. ער איז סתם א 'שמוציגער גוי' וואס איז מטמא די היייליגע הדלקה
 
איך גלייב נישט אז דער שטויסער זעהט דעם גוי אלץ א יומען ביאונג. ער איז סתם א 'שמוציגער גוי' וואס איז מטמא די היייליגע הדלקה
קארעקט, ער איז די "גרוש האראוויץ" דארט, איך מוז אבער געבן קרעדיט פארן גבאי'ן מיט די לינקע האנט אינעם ביזעם טאש, וואס ווייזט "סטאפ" מיט די הענט נאכן שטויסן, ער איז מער דיפלאמאטיש, אזוי ווי "חיים שלמה פישער"
 
כ'וועל נישט רעכענען הדלקות ל"ג בעומר, ווייל דאס איז דאך שוין א דאורייתא ממש, אבער גיב דא א בליק אויף'ן מעזשיבוש'ער וויאזוי ער האט אקארשט באשאפן א גלענצנדע עוואלוציאנערע מנהג אינערהאלב די מצוות הדלקה



למעשה שטעלט זיך ארויס אז דער מעזשיבושער האט גע'גנב'ט דעם מנהג פון וואשן די פנים מיט לופט פון די מוסלעמענער

קוק דא דעם ווידעא (ביי 1:20 און ווייטער) אויפ'ן מוסלעמענע ווערסיע פון בידערמאן

 
Back
Top