דאס געשריי פון ונתנה תוקף: ותשובה ותפלה וצדקה

ריבי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 22, 2025
מעסעדזשעס
640
רעאקציע ראטע
1,650
פונקטן
213
טאג נאך יום כיפור

אין רוב קהלות כלל ישראל איז די תפילה און פיוט "ונתנה תוקף" פון די עמאציאנאלע חלקים אין די ריבוי תפלות ופיוטים וואס ווערן געזאגט במשך היום הגדול והארוך, און דער פינטל, דער קלימאקס, איז ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

דער פיוט איז, ווי עס ווערט געברענגט אין ספר אור זרוע (רבי יצחק פון ווין – יארגאנג 1200) בשם רבי אפרים (פון בון – יארגאנג 1130), נתחבר געווארן דורך רבי אמנון פון מאגענצא, וואס איז נהרג געווארן על קידוש השם, און לאחר מותו האט ער מגלה געווען דעם פיוט צו א שליח ציבור. עס איז דא א ווערסיע, אז ער אליין האט עס פארגעזאגט פאר'ן חזן פאר קדושת כתר. עד כאן המעשה.

די חוקרים ווייזן אבער אן, אז פון א היסטארישן שטאנדפּונקט איז שווער דאס אנצונעמען אלס פאקטשועל. איינס: עס איז נישט באקאנט פון קיין שום אנדער מקור אזא גדול אין אשכנז (דייטשלאנד) מיט אזא נאמען. צווייטנס: דער נאמען "אמנון" איז נישט געווען אין באנוץ ביי אידן, נישט אין אשכנז און אויך נישט אין ספרד. עס איז אבער יא געווען אין איטאליע, דעריבער איז דא א מעגליכקייט אז רבי אמנון איז געווען פון איטאליע און האט עמיגרירט קיין דייטשלאנד.

נאך א פראבלעם איז דא, רבי אלעזר הקליר (יארגאנג 550) ברענגט שוין אין זיינע פיוטים עקסערפס פון ונתנה תוקף. אין זיינע צייטן איז אין מאגענצא (מיינץ) נאך נישט געווען קיין אידישער ישוב. אויב איז דא אמת אין דער מעשה, מוז מען זאגן אז רבי אמנון האט מפרסם געווען דעם פיוט ביי די יהודי אשכנז. על כל פנים, עס איז א פיוט קדום, וואס איז נתקדש געווארן בדורות.

איז כדאי אויסצושמועסן, וואס איז דער פשט פון די 3 זאכן תשובה, תפלה, צדקה? תשובה איז דאך א זאך וואס ארבעט פאר זיך אליין, ווי דער נביא זאגט: ושב ורפא לו. וואס דארף מען מוסיף זיין צו דעם נאך תפלה?

דער לשון אין רמב"ם הלכות תשובה איז, "אפילו עבר כל ימיו ועשה תשובה ביום מיתתו ומת בתשובתו, כל עוונותיו נמחלין". און ער גיט אינסטרוקציעס, "ומה היא התשובה, שיעזוב החוטא חטאו ויסירו ממחשבתו ויגמור בלבו שלא יעשהו עוד". איז ווי קומט דא אהער תפלה? טו תשובה לויט די אנווייזונגען פון הלכה, און ערלעדיגט!

די גאנצע דאווענען איז פונקט אזוי שווער. מען זאגט איבער "סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו" נאכאמאל און נאכאמאל מיט כמה לשונות און ביטויים. וואס איז דער פשט? טו תשובה, וואס וויינסטו? וואס בעטסטו?

דער רמב"ם אליין ווערט אויך נישט ניצול פון דער קושיא, ווייל ער זעלבסט זאגט אין אן אנדערע הלכה דארט, "ומדרכי התשובה להיות השב צועק תמיד לפני ה' בבכי ותחנונים ועושה צדקה כפי כוחו" וכו'. פריער זאגט ער טו תשובה, עזיבת החטא וקבלה על העתיד, און נמחלין. איז וואס איז די בכי ותחנונים?

אינטערעסאנט איז, אז אין דעם פיוט הורית דרך תשובה [פון צום גדליה] רעכנט ער אויס די בעלי תשובה וואס זענען נתקבל געווארן מיט זייער תשובה. דער ערשטער איז אדם הראשון. ער האט געזינדיגט מיט א מצוה קלה וואס ער האט עובר געווען, חזר בתשובה, און עס איז אלעס אין ארדענונג. איז אבער שווער – מען שטארבט דאך נאך אלץ, איז וואס הייסט נתקבלה תשובתו?

ער רעכנט אויך אויס אחאב. אבער חז"ל רעכענען אים צווישן די וואס "אין להם חלק לעולם הבא". וואס טוט זיך דא? ער איז דאך א בעל תשובה?

נאר דער ענין איז אזוי. עס איז דא ביי עבירה צוויי חלקים: איינס – פערסאנעל. אז איינער זינדיגט, האט ער אויף זיין נשמה א פגם. צוויי – כלליות. ער איז גורם א געוויסע פגם אין תיקון עולם אדער אין דער טאטאלער שלימות פון נשמת כלל ישראל.

איז דאס וואס הלכה זאגט אז חרטה און קבלה איז א פולקאמע תשובה, איז פאר דעם פערסאנעל חלק. אבער פאר דעם פגם אין תיקון עולם און נשמת כלל ישראל, דארף מען די בכי ותחנונים. דאס איז דער צווייטער חלק, וואס ווערט אנגערופן עולם הבא.

ווען חז"ל זאגן "כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא", מיינט עס אז יעדער איד האט א תפקיד פון מה חובתו בעולמו. אויב ער פירט אויס דעם תפקיד, האט ער דערגרייכט זיין חלק און תיקון עולם, און זיין חלק אין נשמת כלל ישראל. דאס איז דייקא נישט זיין פערסאנעל חלק.

איז אזוי: אדם הראשון טוט תשובה, איז ער מתקן זיין פערסאנעל חלק. מען רעפערט צו אים אין סליחות אלס א סעמפל אז תשובה נוצט. אבער זיין חלק אין עולם הבא, וואס האט געכאפט א פגם און גורם געווען מיתה לדורות, אויף דעם דארף מען מתפלל זיין ביז תחיית המתים.

אחאב האט טאקע געטון תשובה, און ס'האט גענוצט אויף זיין פערסאנעל תיקון. אבער דער פגם וואס ער האט גורם געווען מיט די בעל און אשרות איז געבליבן לדורות ביז די גלות סנחריב פון עשרת השבטים.

מען זאגט ביי דער ברכה אין שמו"ע, "מלך מוחל לעוונותינו ולעוונות עמו בית ישראל". ער נעמט צוויי סעט עוונות, עוונותינו, און עוונות עמו בית ישראל – א דאפלט לשון – ווייל עס זענען דא די צוויי חלקים, פערסאנעל און כלליות, כנ"ל.

דאס איז דער פשט פון כרוז "תשובה, תפלה, וצדקה". תשובה איז פאר'ן פערסאנעל חלק, תפלה און צדקה איז פאר'ן כלליות חלק.

מיט דעם קען מען פארענטפערן די הארבע קושיא וואס דער זוהר זאגט אז אויף ז"ל העלפט נישט קיין תשובה, די הלכה זאגט דאך "אין דבר עומד בפני התשובה", און די עבירה איז לויט רוב פוסקים נאר א דרבנן (ר' משה פיינשטיין נעמט עס אן אלס דאורייתא). אבער אויף אלעם נוצט תשובה, איז דער זוהר וואונדערליך וואס ער האט עס געמאכט פאר "נאן ריפערעבל".

נאר האמת יורה דרכו, דער זוהר מיינט עס אויף א מיסטישן אופן. ער האט משיג געווען אז דורך דעם איז דא א פגם אין דער כלליות פון תיקון עולם און נשמת כלל ישראל. אויף דעם וועלטליכן תיקון איז נישטא די תשובה. מען דארף תפלה און צדקה (למשל תיקון הכללי פון ברסלב). אבער פאר פערסאנעל איז דאס די לייכטסטע תשובה, ווייל דער חטא ווערט נישט דערמאנט אין די תורה.

און אפשר איז דאס די כוונה פון בעל התניא, אז ביי ז"ל רעדט מען בלויז פון קליפת נוגה.

מען קען נאך מאריך זיין, אבער עס ווערט צו לאנג.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
Back
Top