- זיך איינגעשריבן
- יולי 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 190
- רעאקציע ראטע
- 1,155
- פונקטן
- 213
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
קודם האב איך געגליכן אז די האסט אנגעהויבן מיט די שוין "אנגענומענע" קרבנות, ווייל די נישט אנגענומענע איז א ווייטאג פאר זיך, (טעקניקלי איז די ווייטאג דאס, אז מען מיינט סאיז א ווייטאג, וואטעווער...)ניין מ'רעדט נישט פון לא נתקבל'ס נאר דווקא פון די נתקבל בחורים!!! די סיסטעם וואס איז אוועקגעשטעלט פאר די חינוך פון אונזער בחורים איז א חורבן.
@ שומו שמייעם דו ביסט גערעכט אז יעדער קרעכצט אויף דעם און די מצב איז שרעקליך. יעדער ווארט, אדער רובם ככולם, זענען הייליג אמת. אבער שולדיג איז נישט אזוי ווייט די סיסטעם פון ישיבות, שולדיג זענען אונז!!! עס איז שוין געווען גענוג און נאך ישיבות וואס האבן שוין פראבירט צו צוברעכן דעם קראנקען דרך אבער רוב האבן זיך פארמאכט ווייל די "ציבור" איז נישט גרייט פאר דעם. יעדער פארשטייט פונקטליך די פראבלעמען בכלליות, און פארשטייט אז דעם שכן'ס זון (און אלע שכינים'ס קינדער) באלאנגט נישט אין א ישיבה וואס מ'דארף זיצן אגאנצן טאג. נישט אז עפעס איז נישט גוט מיט מיין שכן'ס בחור, ער איז אן עווירעדז בחור און א עווירעדז בחור איז די ישיבות א גרויסע פראבלעם. אבער "מיין" זון איז עפעס אנדערש, אים שיק איך נישט אין א "שוואכע ישיבה." יעדער מאכט זיך דעם זעלבן סה"כ און דא שטיי מיר... אויף דעם זעה איך נישט קיין לעזונג
אבער ציגעלייגט וואס יא:
אבער די עלטערן וואלטן געמעגט געבן א 'זונטאג אףף' צי פארברענגן מיטן זון אין זאגן פאר די מנהל אז ער האט אן עפוינטמענט, און אויך איהם בעקן אויב ער קומט אמאל שפעט, ס'מאכט זיך.....
מ'דארף אויף דעהם שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן צי שרייבן!!!!! און וואס איז נוגע פאר אונז: איז אויב האסטו א בחור אין ישיבה קטנה שטאפ איהם אן מיט ליבשאפט, שטאפ, שטאפ און שטאפ, וועסט נישט חרטה האבן!!! געב איהם זיין פארדינטע אנערקענונג וואס ער זיכט מיט לעכט!!!! גיב איהם טראסט!!! מאך זיכער ער קען זיך פילן ווי דער 'מבוגר' אינדערהיים!!!! איבריג צי זאגן אז מ'דארף האבן אן אפענע קשר מיט איהם, נישט זיכן צי הערן וואס די ווילסט הערן (אז ער גייט זיך פארהערן...) נאר וואס 'ער וויל זאגן' (אז היינט האט מען געמאכט א טראבל....) און וואס ער פילט וועגן דעהם, און וויאזוי ער פילט וועגן זיך (גוט/ ציקלאפט) געב אוועק צייט פאר איהם!!!! ווייל 'נאר' דעיס איז וואס בויעט איהם און געט איהם די כוחות נישט צי ווערן ציקלאפט מיט נעגאטיווע/ גילטי געפילן אויף זיך אליין!!!ווען די בחור קימט אריין אין ישיבה.... פילט זיך ווי 'סענטרעל בוקינג' ער קומט תמומת'דיג ארויס פון חדר... ווען פלוצלינג ווערט ער געוואר אז ער איז אונטער א פארגרעסערונגס גלאז, און די משגיחים קוקן אויף איהם ווי א געזיכטע פארברעכער.... און ער הייבט אן פארשטיין אז דאס איז ווייל מ'דארף אכטונג געבן נישט צי פארפעסטיגן די 'תיבת נח' און יעדע בחור איז א פאטענשאל חורבן' פאר די תיבה, דא לערנט ער זיך שנעל אויס די ראלעס און די געים, ס'דא צוויי זייטן איך און די משגיח און מ'דארף זעהן ווי קומט די SD קארד איבערן וואסער.....
בחורים אין די יארן גייען דורך זייער דראסטישע טוישן בנפש עס איז א תקופה ווען ער ווערט פון א קינד א מבוגר און ער איז גאנץ צימישט, ווער בין איך, וואס זיך איך, ער דארף יעצט די מערסטע איינער זאל איהם געבן ליבשאפט און טראסט, און אנשטאט לערנט מען איהם אויס די פארקערטע א טאף דיסציפלינד ציגאנג אן א טראפ הארץ און זירא טראסט... 'די ביסט שלעכט' און 'מ'גייט דיך אויסמענטשלען' ווער רעדט נאך אז זיי דרייען זיך מיט די 'פגם הברית' פאביע ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען, עס נעמט זיי אויף א ריזיגע רוילערקאסטער, און א 'משגיח' איז דער לעצטער צי וועם ער גייט רעדן, ער וויל נישט אויפדעקן אז ער איז גאר די פארדארבענע עפל דא.... (און די עלטערע שיעור אויב ער קען נאכאלץ נישט לערנען, ווי געשריבן, האט ער זיך שוין סיי ווי אויפגעגעבן, און ער זיצט אין ביה"כ.... וכו')
בכלל די גאנצע באנעמונג אין לופט אין ישיבות זענען נעגאטיוו אויף א נעקסט לעוועל, און דאס ווערט אריינגעבאקן אין די בחורים