- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,593
- רעאקציע ראטע
- 3,730
- פונקטן
- 433
כ"א כסלו איז געווארן א חג גאולת רבינו פונעם ערשטן סאטמארער רבי'ן, אפצוצייכענען דעם טאג ווען דער רבי איז ניצול געווארן פון די נעגל פון די רוצח'ישע נאצי-קאלאבאראנטן און ער איז אנגעקומען צו דער שווייץ.
אין די ערשטע יארן ווען מען האט חוגג געווען דעם טאג, זענען דאך נאך געווען פון די אידן וואס האבן אויך איבערגעלעבט די השמדות און רציחות, האבן זיי זיך אויך געפילט א שותף צו דער שמחה, און עס איז געווען אן עמאציאנעלער יום הזכרון מיט א הודאה און תפלה. פאר די היינטיגע דור איז עס א טאג פון הודאה פאר דער הצלה פונעם רבי'ן – וואס איז געווען א פערזענליכקייט, יחיד בדורות, מיט זיין כוח השפעה און ענערגיע פון אינספירירן אנדערע, מיט דער נאטור פון "החרש והמסגר" פון יהויכין, ווי די גמרא זאגט: כיון שפותחים את פיהם לדבר הכל נעשו כחרשים. על כל פנים, אין פראנט פון אים האט מען זיך געפילט בטל, און וויי איז געווען פאר איינעם וואס האט זיך פרובירט מפלפל צו זיין אדער מפקפק צו זיין בפניו אויף זיינע מסקנות.
כולי עלמא מודי אז ער איז געווען כדאי לעצמו צו האבן זיין שיטה. עס איז ידוע אז איינע פון זיינע עיקרי פעולות זענען די שארפע ווערטער וואס ער האט געזאגט קעגן מדינת ישראל, און ער האט מבאר געווען זיין דעה אין דעם ספר "ויואל משה". עס זענען שוין אדורך בערך 70 יאר זייט דעם פאבלישינג, און פילע מסקנות פונעם ספר זענען ארקאיק און "אוט אוו דעיט", הגם לאידך גיסא איז נאך דא דארט וואס איז נאך אלץ רעלעוואנט.
יעצט צום מצב פונעם ישוב אין מדינת ישראל, וואו עס וואוינען איבער זיבן מיליאן אידן, און מען דארף אנקומען זיך צו באשיצן פון די כל גוים אשר סבבונו להרוג ולאבד את כל היהודים (זיי האבן נאך די מסורה פונעם מופטי, וואס האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט היטלער, און אים געמוטיגט צו בויען די גאז קאמערן וואו מען האט אויסגעמארדעט אונזערע עלטערן הי"ד), און די שכנים פון ארץ ישראל ווייסן אז די אידן טוען זיך באשיצן מיט כלי מלחמה ותכסיסים וואס זיי זענען נישט אומשטאנד אונטערצוברענגען, האבן זיי זיך גענומען צו סאושעל מידיא און אנדערע מיטלען וואס עקזיסטירן, צו פראפאגאנדירן מיט אלע מיני בלבולים און פעלשונגען אויף די אידן, מעורר צו זיין שנאה און אנצוזייען די שיטה פון אנטיסעמיטיזם מיט אלע אירע אומווערדיגע מסקנות, און קיינער ווייסט נישט צו וואס דאס וועט אנקומען. מען דארף רחמי שמים, ווייל די אומות זענען אלעמאל גרייט מקבל צו זיין לישנא בישא "ולמיכל קורצא בי מלכא" מיט תוצאות מי ישורנה.
פארשטייט א בר דעת אז מען איז מחויב זיך ארויסצושטעלן קעגן יעדע אויסדרוק וואס האט א ריח פון שנאת ישראל; אז ווען עס איז נאך באבה, אין איטס אינפענסי, זאל מען עס דערשטיקן און נישט פארשווייגן. אבער געבן חיזוק פאר א שונא ישראל איז מאן דכר שמיה?
איז א פלא והפלא אז די היינטיגע סאטמארע רבי'ס האבן געהאט די העזה, און מיט א גלייכגילטיגקייט האבן זיי צוגעלאזט אז זייערע פאליטישענס זאלן ברענגען דעם מעיאר-עלעקט מאמדאני צום כינוס פון כ"א כסלו, און מען האט אים אפלאדירט און צוגעטיילט כבוד מלכים, אין דער צייט וואס ער איז א סימפאטיקער און שטיצער פון די שונאי ישראל, וואס זייער שאיפה איז ארויסצוטרייבן די אידן פון ארץ ישראל מיט די אלע ביטערע קאנסעקווענצן. אויף דעם זאגט דער פסוק (ישעיה מ"ד): "משיב חכמים אחור ודעתם יסכל".

לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר: