אייראפע VS אמעריקע

מארלי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 15, 2024
מעסעדזשעס
702
רעאקציע ראטע
3,218
פונקטן
423
(די ארטיקל באציעט זיך בעיקר צו די לענדער אין וועסט אייראפע און די סקאנדינאווישע לענדער. פון א אלגעמיינע פערספעקטיוו, נישט פון א אידישע פערספעקטיוו)

דער אייראפעאישער, ער גייט ארויס פון דער ארבעט שפעטסטענס פינעווע און לאזט די ארבעט אונטער זיך. נישטא קיין טעלעפאנען, נישט קיין אימעילס, לויטן געזעץ מוז ער נישט אויפהייבן בכלל. The right to disconnect הייסט עס.

ער באקומט צווישן 20 און 30 טעג א יאר וואקאציע באצאלט, צוזאמען מיט די נאציאנאלע האלידעי טעג קען דאס אנקומען צו איבער זעקס וואכן א יאר. אין האלאנד, א גרויס חלק פראצענט פון באפעלקערונג ארבעטן נאר דריי פיר טעג א וואך און די עוורידזש ארבעט שעות דארטן איז 32 שעה א וואך. אין בעלגיע באקומט מען יעדער יאר איין חודש באצאלט דאפעלט געהאלט כדי זאלסט קענען גיין וואקאציע.

אויב מ'איז קראנק באקומט מען צום ווייניגסטענס א גאנצע חודש באצאלט די פולע געהאלט. אין נארוועגיע באקומט מען עס ביז א יאר. און דייטשלאנד ביז אנדערטהאלבן יאר, ווען די ערשטע זעקס וואכן באקומט מען באצאלט די פולע געהאלט דורך די עמפלאויער און פון דארט דורך העלט אינשורענס. אין האלאנד באקומט מען ביז צוויי יאר, מינימום 70 פראצענט פון די געהאלט.

בכלל ביי די אייראפעאישע איז די ארבעט נישט הייליג, ס'בדרך כלל נישט קיין חלק פון זיין זעלבסט ווערד, ס'איז א מיטל צו מאכן די לעבן בעסער און דערפאר דארף עס אריינשטימען אין זיין לעבן, נישט פארקערט. ווארק-לייף בעלענס איז קודש קדשים.

*
די פרויען באקומען מינימום 14 באצאלטע וואכן מעטערנעטי ליוו נאך א געבורט. אין א גרויס חלק לענדער קומט עס אבער אן צו 5 חדשים און ביי טייל ביז 11-13 חדשים באצאלטע וואקאציע פארן פרוי. די מענער באקומען אויך א מינימום פון צוויי וואכן באצאלטע וואקאציע ארום די געבורט פון א קינד.

חוץ פון מעטערנעטי ליוו איז דא אין אייראפע א זכות פון 'פערענטאל ליוו': ביידע פון די עלטערן באקומען יעדער עקסטער א מינימום פון 4 חדשים וואקאציע פאר יעדע קינד, יעדע חודש באקומען זיי באצאלט ארום טויזענט יורא, און מ'קען דאס אויסנוצן ביז די קינד איז 12 יאר. דו קענסט עס נעמען אויף איינמאל אדער דאס אויסציען, למשל ארבעטן נאר פיר טעג א וואך פאר צוויי יאר.

שכר לימוד קאסט גארנישט, די מדינה צאלט עס. זיין א לערער פאדערט יארן לערנען און איז פאררעכנט אלץ מכובדיגע פאסטן. בנוגע אקאדעמישע עדיוקאציע: אין א טייל לענדער ווי שוועדן, עסטרייך, דענמארק און דייטשלאנד איז עס בחינם און די מדינה צאלט אויך א גרענט פארן סטודענט. אין אנדערע לענדער קען עס קאסטן ביז צוויי טויזענט יורא א יאר.

די געזונטהייט סיסטעם קאסט אפ פרוטות. ער קען זען די בעסטע דאקטורים און די העלט אינשורענס צאלט אים צוריק פון 70 ביז 90 פראצענט.
האלאנד איז אן אויסנאם אין די געביט מיט פריוואטע אינשורענס קאמפעניס, אבער זיי געפינען זיך אונטער שווערע רעגולאציע.

פאר יעדן קינד באקומט מען מינימום 110 יורא א חודש. אין דייטשלאנד באקומט מען 259 יורא א חודש פער קינד.

דער אייראפעאישער געניסט פון צוזאמגענומענע פובליק פארקס, ברייטע סיידוואקס איבעראל; ספעציעל דעזיגנירטע בייק וועגן וואס זענען מחובר ווי א נעץ ארום די גאנצע לאנד. (די פיסגייער און בייק רייזענדע זענען מלכים און באקומען פריאריטי איבער קארס).

אויך געניסט ער פון פונקטליכע און ריינע טראנספארט מיטלען, ווי באנען, טראמען און באסעס. אלע שטעט זענען פארבינדן מיט א נעץ פון באנען, און גאנץ אייראפע איז פארבינדן מיט א נעץ פון באנען. אין די אינטערנאציאנאלע באנען זענען דא Wifi.

די שטאט איז געבויעט ארום דער מענטש. אלעס איז נאנט און וואקעבעל.

די קוואליטעט פון לעבן אליין פארנעמט א גרויס חלק פונעם קולטור. לעבן אין די מינוט, הנאה האבן, cozynes, באקוועמליכקייט און סאציאלע שייכות. אין האלאנד רופט מען דאס gezeligheid, און אין עסטרייך געמיטליכקייט.

*
דער עוורידזש אייראפעאישער יוגענטליכער קען בדר"כ מינימום צוויי שפראכן, רוב דריי, און אין טייל לענדער איבער פיר שפראכן. ער באזוכט אסאך לענדער. ער איז קאסמאפאליטיש און גלאבעל מיינדעד, און האלט מיט וואס טוט זיך אויפן וועלט מיט עקספאוזשער צו אסאך פרעמדע קולטורן. די ערסאמוס פראגרעם פון די EU ערלויבט סטודענטן צו שטודירן צווישן 2 און 12 חדשים אין א אנדערע אייראפעאישע לאנד פאר בחינם און ער באקומט גרענטס אויסצוצאלן די טרעוול און ליווינג קאסט.

*
אין אייראפע, זיין א פאליציאנט קען נעמען דריי יאר טרענירונג (אין אמעריקע ביז פינף חדשים). די צאל מענטשן וואס שטארבן פון פאליציי פער 10 מיליאן איז אונטער צען. אין טייל לענדער זיראו. אין אמעריקע ארום 35.

אין אמעריקע, די טורמע סיסטעם פאקוסירט אויף נקמה און שטראף אין צייט וואס אייראפעאישע טורמעס פאקוסירן אויף Rehabilitation און טריעט דעם ארעסטאנט ווי א יומען ביאונג, אדרעסירט די פראבלעמען פונעם ארעסטאנט וואס האבן גורם געווען צו די קריים, לערנט אים אויס סקילס אין טורמע וכו'. די סטעטס אנבאלאנגט Recidivism (ארעסטאנטן וואס ווערן צוריק ארעסטירט) שטייט צווישן 20 און 40 פראצענט. אין אמעריקע שטייט עס צווישן 60-80 פראצענט.

*
יעצט טראכט דער אייראפעאישער איבער דער אמעריקאנער וואס ארבעט ווי א חמור רוב צייט פון זיין לעבן, קוים רעכטן, זיין העלט קעיר איז אנגעהאנגען אין זיין ארבעט, אן דעם איז ער מאכטלאז. אלזא איז ער אנגעהאנגען ווי א האן אין זיין ארבעט פלאץ און אין די חסדים פונעם עמפלאויער וואס קען דיר פייערן פון איין מינוט אויפן אנדערן. נישטא קיין וואקאציעס, נישט קיין סיק פעי, נישט קיין מאטערניטי ליוו וכו'.

ער טראכט איבער די שמוציגע אלטמאדישע סאבוועיס, די סיידוואקס-לאזע שטעט וואס זענען געבויעט ארום קארס אנשטאט דעם מענטש. איבער די היימלאזע זומביס וואס פארפלייצן די געסער פון די גרויסע שטאט. די טענט סיטיס. די הויעכע האמיסייד רעיטס. די טשענסעס צו שטארבן (מארד) אין אמעריקע איז זעקס צו זיבן מאל העכער ווי אין אייראפע.

ער געניצט איבער די פאליטישע לאגערן וואס וואס זענען פארנומען זיך ארומרייסן ארום טעארעטישע פרינציפן וואס האבן קנאפ שייכות מיטן טאג טעגליכע לעבן. מענטשן וואס זענען גרייט צו לעבן אין א סאסייעטי פול מיט טויט און בלוט און העצע אבי צו קענען האלטן א גאן און פילן פריי; איבער די יוגענט וואס זענען פארנומען צו סעלעברירן זייערע פראגרעסיווישקייט און די ריזיגע חלקים וואס זענען פאדרייט געווארן אין ענדלאזע וויקטימהוד סייקלס און קענסל קולטור.

נישט געזארגט. דער אייראפעאישער איז נאך אזוי פארגעשריטן און ליבעראל ווי דער אמעריקאנער סטודענט אבער ער מוז עס נישט אויספויקן, ער מוז נישט צווינגען אויף אנדערע, ביי אים איז עס א חלק פון זיין לעבן. מעגליך עס קומט פון א פראגמאטיזם אדער גלייכגילטיגקייט צו זאכן וואס זענען נישט עכט נוגע צו זיין לעבן קוואליטי, אדער מעגליך א קאלעקטיווע בגרות פון א קאנטינענט וואס איז שוין אריבער אסאך און מיטגעהאלטן די חורבן וואס אבסאלוטע טאטאלע אידעאלאגיעס האבן אנגעמאכט.

דער אייראפעאישער צאלט הויכע טעקסעס, זייער הויכע. אויב די גרונד איז הויעך איז די דאך היבש נידעריג און ס'נישט לייכט עס צו ברעכן. די ביוראקראטיע איז כמעט איינגעבאקן אין די סיסטעם און ס'קען דיר ארויסציען די נשמה. די אינדיווידואליזם איז שוואכער פון אין אמעריקע (אין סקאנדינאוויע איז שטארק אויף די זייט פון קאלעקטיוויזם). ער פארמאגט אביסל ווייניגער פרייהייט פון אויסדרוק ביי די מער ראדיקאלע גרעניצן (וואס קען אין געוויסע -נישט צו אפטע- פעלער קומען צו א מצב וואס איז ממש פוגע אין דעם מענטשנס פרייהייט). ער מוז פארקוקן און מאכן אידעאלאגישע פשרות. לעב און לאז לעבן איז א חלק פון זיין מהות. אבער ער לעבט א גוט לעבן. און פארוואס מוטשעט מען זיך אזוי אויב נישט צו לעבן א גוט לעבן?

אלזא אויב האסטו נישט שטארקע אמביציעס, משוגענע טאלאנט, סתם לעבן ברייט איז נישט גענוג דו מוזט דווקא זיין רייך און דו האסט נישט ווילדע פאנטאזיעס, אויב דו ווילסט פשוט לעבן בשלווה און ישוב הדעת סטאביל און מיט רעלאטיוו זיכערקייט. וואס געבט דיר דען אמעריקע וואס אייראפע קען דיר נישט צושטעלן מיט מער רואיגקייט?

כ'האב נאך קולטוראלע אבזערוואציעס אבער דאס פאר אן אנדערע מאל. ס'געשריבן פון אן אייראפעאישע קוק ווינקל. אמעריקאנער פאטריאטן, קומט אריין פארטיידיגן די גאלדענע מדינה.
 
לעצט רעדאגירט:
האסט פארגעסן צו שרייבן בנוגע די אקטועלע לעבנסשטייגער קאסטן ווען פון איין זייט באקומט מען זייער ווייניג באצאלט אבער פון די צווייטע זייט קאסטן זאכן אסאך אסאך ווייניגער און אינפלאציע אדער די אלגעמיינע ראטעס זענען זייער נידריג רעלאטיוולי,

נאכאמזל האסט געשריבן פון אנפאנג אז די רעדסט נישט פון א אידישן פערספעקטיוו ווייל ווען יא וואלט איך דיר אויפגעפאטשט משום כמה סיבות ואכמ"ל.....

הערליכע ארטיקל האסט מיר מחיה געוועהן מיט יעדעס ווארט🙏🙏
 
זייער שיין געשריבן, האסט אבער פארגעסן צי שרייבן אז זיי אימפארטירן בשט נפש אימיגראנטן וואס זענען בכלל נישט אין אן אייניגער מיינונג מיט די אייראפעאישע ציוויליזאציע און קומען בלויז צו געניסן פון די פילע פראגראמען וואס די ארטיגע רעגירונגען גיבן, און צעביסלעך ווערט דער אייראפעאישער א מינאריטעט אויף זיין אייגענעם באדן, און וואגן זאל ער צו זאגן א פּיפּס דערוועגן, דער קען גיין זיצן א יאר אין טורמע.
 
לעצט רעדאגירט:
(די ארטיקל באציעט זיך בעיקר צו די לענדער אין וועסט אייראפע און די סקאנדינאווישע לענדער. פון א אלגעמיינע פערספעקטיוו, נישט פון א אידישע פערספעקטיוו)

דער אייראפעאישער, ער גייט ארויס פון דער ארבעט שפעטסטענס פינעווע און לאזט די ארבעט אונטער זיך. נישטא קיין טעלעפאנען, נישט קיין אימעילס, לויטן געזעץ מוז ער נישט אויפהייבן בכלל. The right to disconnect הייסט עס.

ער באקומט צווישן 20 און 30 טעג א יאר וואקאציע באצאלט, צוזאמען מיט די נאציאנאלע האלידעי טעג קען דאס אנקומען צו איבער זעקס וואכן א יאר. אין האלאנד, א גרויס חלק פראצענט פון באפעלקערונג ארבעטן נאר דריי פיר טעג א וואך און די עוורידזש ארבעט שעות דארטן איז 32 שעה א וואך. אין בעלגיע באקומט מען יעדער יאר איין חודש באצאלט דאפעלט געהאלט כדי זאלסט קענען גיין וואקאציע.

אויב מ'איז קראנק באקומט מען צום ווייניגסטענס א גאנצע חודש באצאלט די פולע געהאלט. אין נארוועגיע באקומט מען עס ביז א יאר. און דייטשלאנד ביז אנדערטהאלבן יאר, ווען די ערשטע זעקס וואכן באקומט מען באצאלט די פולע געהאלט דורך די עמפלאויער און פון דארט דורך העלט אינשורענס. אין האלאנד באקומט מען ביז צוויי יאר, מינימום 70 פראצענט פון די געהאלט.

בכלל ביי די אייראפעאישע איז די ארבעט נישט הייליג, ס'בדרך כלל נישט קיין חלק פון זיין זעלבסט ווערד, ס'איז א מיטל צו מאכן די לעבן בעסער און דערפאר דארף עס אריינשטימען אין זיין לעבן, נישט פארקערט.

*

די פרויען באקומען מינימום 14 באצאלטע וואכן מעטערנעטי ליוו נאך א געבורט. אין א גרויס חלק לענדער קומט עס אבער אן צו 5 חדשים און ביי טייל ביז 11-13 חדשים באצאלטע וואקאציע פארן פרוי. די מענער באקומען אויך א מינימום פון צוויי וואכן באצאלטע וואקאציע ארום די געבורט פון א קינד.

חוץ פון מעטערנעטי ליוו איז דא אין אייראפע א זכות פון 'פערענטאל ליוו': ביידע פון די עלטערן באקומען יעדער עקסטער א מינימום פון 4 חדשים וואקאציע פאר יעדע קינד, יעדע חודש באקומען זיי באצאלט ארום טויזענט יורא, און מ'קען דאס אויסנוצן ביז די קינד איז 12 יאר. דו קענסט עס נעמען אויף איינמאל אדער דאס אויסציען, למשל ארבעטן נאר פיר טעג א וואך פאר צוויי יאר.

שכר לימוד קאסט גארנישט, די מדינה צאלט עס. זיין א לערער פאדערט יארן לערנען און איז פאררעכנט אלץ מכובדיגע פאסטן. בנוגע אקאדעמישע עדיוקאציע: אין א טייל לענדער ווי שוועדן, עסטרייך, דענמארק און דייטשלאנד איז עס בחינם און די מדינה צאלט אויך א גרענט פארן סטודענט. אין אנדערע לענדער קען עס קאסטן ביז צוויי טויזענט יורא א יאר.

די געזונטהייט סיסטעם קאסט אפ פרוטות. ער קען זען די בעסטע דאקטורים און די העלט אינשורענס צאלט אים צוריק פון 70 ביז 90 פראצענט.
האלאנד איז אן אויסנאם אין די געביט מיט פריוואטע אינשורענס קאמפעניס, אבער זיי געפינען זיך אונטער שווערע רעגולאציע.

פאר יעדן קינד באקומט מען מינימום 110 יורא א חודש. אין דייטשלאנד באקומט מען 259 יורא א חודש פער קינד.

דער אייראפעאישער געניסט פון צוזאמגענומענע פובליק פארקס, ברייטע סיידוואלקס איבעראל; ספעציעל דעזיגנירטע בייק וועגן וואס זענען מחובר ווי א נעץ ארום די גאנצע לאנד. (די פיסגייער און בייק רייזענדע זענען מלכים און באקומען פריאריטי איבער קארס).

אויך געניסט ער פון פונקטליכע און ריינע טראנספארט מיטלען, ווי באנען, טראמען און באסעס. אלע שטעט זענען פארבינדן מיט א נעץ פון באנען, און גאנץ אייראפע איז פארבינדן מיט א נעץ פון באנען. אין די אינטערנאציאנאלע באנען זענען דא Wifi.

די שטאט איז געבויעט ארום דער מענטש. אלעס איז נאנט און וואקעבעל.

די קוואליטעט פון לעבן אליין פארנעמט א גרויס חלק פונעם קולטור. לעבן אין די מינוט, הנאה האבן, cozynes, באקוועמליכקייט און סאציאלע שייכות. אין האלאנד רופט מען דאס gezeligheid, און אין עסטרייך געמיטליכקייט.

*

דער עוורידזש אייראפעאישער יוגענטליכער קען בדר"כ מינימום צוויי שפראכן, רוב דריי, און אין טייל לענדער איבער פיר שפראכן. ער באזוכט אסאך לענדער. ער איז קאסמאפאליטיש און גלאבעל מיינדעד, און האלט מיט וואס טוט זיך אויפן וועלט מיט עקספאוזשער צו אסאך פרעמדע קולטורן. די ערסאמוס פראגרעם פון די EU ערלויבט סטודענטן צו שטודירן צווישן 2 און 12 חדשים אין א אנדערע אייראפעאישע לאנד פאר בחינם און ער באקומט גרענטס אויסצוצאלן די טרעוול און ליווינג קאסט.

*

אין אייראפע, זיין א פאליציאנט קען נעמען דריי יאר טרענירונג (אין אמעריקע ביז פינף חדשים). די צאל מענטשן וואס שטארבן פון פאליציי פער 10 מיליאן איז אונטער צען. אין טייל לענדער זיראו. אין אמעריקע ארום 35.

אין אמעריקע, די טורמע סיסטעם פאקוסירט אויף נקמה און שטראף אין צייט וואס אייראפעאישע טורמעס פאקוסירן אויף Rehabilitation און טריעט דעם ארעסטאנט ווי א יומען ביאונג, אדרעסירט די פראבלעמען פונעם ארעסטאנט וואס האבן גורם געווען צו די קריים, לערנט אים אויס סקילס אין טורמע וכו'. די סטעטוס אנבאלאנגט Recidivism (ארעסטאנטן וואס ווערן צוריק ארעסטירט) שטייט צווישן 20 און 40 פראצענט. אין אמעריקע שטייט עס צווישן 60-80 פראצענט.

*

יעצט טראכט דער אייראפעאישער איבער דער אמעריקאנער וואס ארבעט ווי א חמור רוב צייט פון זיין לעבן, קוים רעכטן, זיין העלט קעיר איז אנגעהאנגען אין זיין ארבעט, אן דעם איז ער מאכטלאז. אלזא איז ער אנגעהאנגען ווי א האן אין זיין ארבעט פלאץ און אין די חסדים פונעם עמפלאויער וואס קען דיר פייערן פון איין מינוט אויפן אנדערן. נישטא קיין וואקאציעס, נישט קיין סיק פעי, נישט קיין מאטערניטי ליוו וכו'.

ער טראכט איבער די שמוציגע אלטמאדישע סאבוועיס, די סיידוואקס-לאזע שטעט וואס זענען געבויעט ארום קארס אנשטאט דעם מענטש. איבער די היימלאזע זומביס וואס פארפלייצן די געסער פון די גרויסע שטאט. די טענט סיטיס. די הויעכע האמיסייד רעיטס. די טשענסעס צו שטארבן (מארד) אין אמעריקע איז זעקס צו זיבן מאל העכער ווי אין אייראפע.

ער געניצט איבער די פאליטישע לאגערן וואס וואס זענען פארנומען זיך ארומרייסן ארום טעארעטישע פרינציפל וואס האבן קנאפ שייכות מיטן טאג טעגליכע לעבן. מענטשן וואס זענען גרייט צו לעבן אין א סאסייעטי פול מיט טויט און בלוט און העצע אבי צו קענען האלטן א גאן און פילן פריי; איבער די יוגענט וואס זענען פארנומען צו סעלעברירן זייערע פראגרעסיווישקייט און די ריזיגע חלקים וואס זענען פאדרייט געווארן אין ענדלאזע וויקטימהוד סייקלס און קענסל קולטור.

נישט געזארגט. דער אייראפעאישער איז נאך אזוי פארגעשריטן און ליבעראל ווי דער אמעריקאנער סטודענט אבער ער מוז עס נישט אויספויקן, ער מוז נישט צווינגען אויף אנדערע, ביי אים איז עס א חלק פון זיין לעבן. מעגליך עס קומט פון א פראגמאטיזם אדער גלייכגילטיגקייט צו זאכן וואס זענען נישט עכט נוגע צו זיין לעבן קוואליטי, אדער מעגליך א קאלעקטיווע בגרות פון א קאנטינענט וואס איז שוין אריבער אסאך און מיטגעהאלטן די חורבן וואס אבסאלוטע טאטאלע אידעאלאגיעס האבן אנגעמאכט.

דער אייראפעאישער צאלט הויכע טעקסעס, זייער הויכע. אויב די גרונד איז הויעך איז די דאך היבש נידעריג און ס'נישט לייכט עס צו ברעכן. די ביוראקראטיע איז כמעט איינגעבאקן אין די סיסטעם און ס'קען דיר ארויסציען די נשמה. די אינדיווידואליזם איז שוואכער פון אין אמעריקע (אין סקאנדינאוויע איז שטארק אויף די זייט פון קאלעקטיוויזם). ער פארמאגט אביסל ווייניגער פרייהייט פון אויסדרוק ביי די מער ראדיקאלע גרעניצן (וואס קען אין געוויסע -נישט צו אפטע- פעלער קומען צו א מצב וואס איז ממש פוגע אין דעם מענטשנס פרייהייט). ער מוז פארקוקן און מאכן אידעאלאגישע פשרות. לעב און לאז לעבן איז א חלק פון זיין מהות. אבער ער לעבט א גוט לעבן. און פארוואס מוטשעט מען זיך אזוי אויב נישט צו לעבן א גוט לעבן?

אלזא אויב האסטו נישט שטארקע אמביציעס, משוגענע טאלאנט, סתם לעבן ברייט איז נישט גענוג דו מוזט דווקא זיין רייך און דו האסט נישט ווילדע פאנטאזיעס, אויב דו ווילסט פשוט לעבן בשלווה און ישוב הדעת סטאביל און מיט רעלאטיוו זיכערקייט. וואס געבט דיר דען אמעריקע וואס אייראפע קען דיר נישט צושטעלן מיט מער רואיגקייט?

כ'האב נאך קולטוראלע אבזערוואציעס אבער דאס פאר אן אנדערע מאל. ס'געשריבן פון אן אייראפעאישע קוק ווינקל. אמעריקאנער פאטריאטן, קומט אריין פארטיידיגן די גאלדענע מדינה.
צום פינטעל. כפלעג זיין געוואלדיג שטאלץ צו זיין או אמעריקאנער ביז כהאב אנגעהויבען טרעוולען אין איירופע.

אין די קאנטעקסט, אפשר לייגסטו צי איזריעאל צי די טשעק ליסט און קאמפערסט עס צי איירופה אין אמעריקע לייפ סטייל?
 
אלץ איינער וואס קען נישט די גויאישע סיסטעם, וויל איך דוקא יא רעדן פון די אידישע סיסטעם אין אמעריקע ווערסעס אייראפע.
רוב אמעריקאנע אידן געבן זיך זייער פיין א עצה מיטן חודש, צי ווייל זיי מאכן שיין פרנסה צי ווייל זיי באקומען גאווערמענט פראגראמען.
קריים איז זייער נידריג, אמת אז די אוועראל קריים אין אמעריקא איז הויעך דאס איז צוליב קרימינאלע קלאסטערס ווי בראנקס וכדומה (די האד בלע״ז) ברענגט ארויף די רעיט. אבער אין נערמאלע געגענטער איז קריים זייער נידריג.

די עולם האט פיין אינשורענס דארך מעדיקעיד אדער פון די ארבעט.
ווער סע באקומט נישט קיין מעדיקעיד פרייט זיך אז ער באקומט עס נישט, ווייל עס מיינט אז ער מאכט גאר גאר שיין פרנסה און ער קען זיך אליינס גרינגערהייט ערלויבען א העלט שעיר פלען וואס קאסט ארום זעקס אלפים א יאר.

מעטירניטי ליעוו באקומט סיי די טאטע און סיי די מאמע פאר 16 וואכן.

באצאלטע טעג אן ארבעטען איז זייער ווייניג אבער מען מאכט גענוג איבער יאר צי קענען נישט ארבעטען פאר צוויי וואכן און מען קען נאכאלץ לעבן שיין.
רוב רובם פון דעם עולם לעבט זייער שיין און ברחבות ביז עס קומט צי חתונה מאכן די קינדער וואס רוב עולם קען עס נישט באצאלן (אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט אמעריקא ווערסעס איירופע עס איז א היימיש געמאכטע פראבלעם וואס אונז זענען אלייןס שולדיג)

ברוך השם אז מען געט נישט דא קיין קינדער געלט אזוי גייט דער עולם ארבייטן אנשטאט אפזיצן אין כולל אזויווי ארץ ישראל און לאנדען.

עס איז דא גוטע הייוועיס און סטריטס און פארקינג אזוי מען קען פארן איבעראל און מען דארף זיך נישט שלעפן צי פיס אדער גיין און מעס טרענזיט וואס סאקט אפילו די שיינע מעס טרענזיט אין איירופע איז א שלעפ.

ווער סע וויל שטודירן באקומט א הלוואה צי דעקן די גאנצע קאסטן און ער דארף עס נאר אנהייבן באצאלן איינמאל ער ענדיגט לערנען.

די טורמע סיסטעם איז א שטיק גארבידזש און א דארכפאל עס איז לכאורה די גרעסטע דארכפאל פון די גאנצע אמעריקאנע סיסטעם.

טעקס איז גראדע נישט נידריג אין די היימישע געגענטער עטוואס בעסער פון איירופע אבער מען מאכט אזוי סאך אז די טעקס איז נישט מער פון די קאסט אוו דאינג ביזנעס.

איך הער נאר פון מיינע לאנדענע חבירים אז מען לאזט זיי נישט מאכן קיין געלט, מען געט א פרייע דירה כדי ער זאל נישט מאכן קיין ויצעקו, אבער געלט לאזט מען נישט מאכן.

די פאר לאנדענע עשירים וואס האבן מצליח געווען אין פראָפערטיס (ריעל עסטעיט) זענען ג׳ענערעשענעל עשירים אבער דער פשוטער יאסעלע האט נישט קיין שום אפערטוניטי.

דא קען יעדער אורח און טיפש וואס איז גרייט צי שוויצן אביסל קען שיין מצליח זיין.

לסיכום.
איך גיי נישט זאגן וואס איז בעסער ווייל עס איז מער א פערזענליכע החלטה, ווילסט ענדעשער האבן א סעיפטי נעט אבער די קענסט נישט אין ערגעץ אנקומען.
אדער ווילסטו ענדערש נישט אזא גוטע נעץ אבער האסט גוטע אפערטוניטיס.
עס איז צוויי זייטן פון די זעלבע ריסק-ריווארד מטבע.
 
זייער שיין געשריבן, האסט אבער פארגעסן צי שרייבן אז זיי אימפארטירן בשט נפש אימיגראנטן וואס זענען בכלל נישט אין אן אייניגער מיינונג מיט די אייראפעאישע ציוויליזאציע און קומען בלויז צו געניסן פון די פילע פראגראמען וואס די ארטיגע רעגירונגען גיבן, און צעביסלעך ווערט דער אייראפעאישער א מינאריטעט אויף זיין אייגענעם באדן, און וואגן זאל ער צו זאגן א פּיפּס דערוועגן, דער קען גיין זיצן א יאר אין טורמע.
ביג פרובלעם
אבער ביי רוב לענדער איז אימיגראציע געווארן שטרענגער די לעצטע פאר יאר.

פון דער אנדערע זייט, דער פראבלעם איז די באפעלקערונג פארעלטערט זיך און צוליב די נידעריגער בורט רעיטס איז דא ווייניגער און ווייניגער יוגענטליכע צו שטופן די סיסטעם, מוזן זיי צוקומען צו אימיגראנטן. Either way קוקט אויס ס'איז דא א טיים באמב. מ'דארף אריינכאפן ווילאנג ס'ארבעט.

(מיך איז אינטערעסאנט וואס איז די פראסעסן ביי רוב אימיגראנטן, אויב זיי אדאפטירן די אייראפעאישע מיינדסעט פון לעבן גוט און טאלערירן אנדערע מער ווי צווינגען רעליגיע אויף אנדערע, אדער אויב זיי ווערן מער 'קאל' אדער גאר אט"ד איז נישט קיין פראבלעם לכאורה )
 
@מארלי געב אונז אביסל מער וועגן די אוניווערסעל העלט קעיר, ווייל דא אין אמעריקא איז מען משוכנע אז די סיבה פארוואס דאקטורים זענען דא בעסער און אפאוינטמענטס זענען אוועילעבעל איז נאר וויבאלד ס'איז פרייוועט
 
(כ'האב נישט אריינגערעכנט ענגלאנד אין די ארטיקל ווייל כ'קען נישט צו גוט די סיסטעם)

פון וואס כ'האב געליינט איז די NHS ממש סטעיט- ראן און די דאקטוירים זענען גאווערמענט בעאמטעס. דערפאר סאקט עס ווייל ס'איז נישט קיין מאטיוואציע זיך צו אנשטרענגען און נישטא קיין קאמפיטישן איז נישטא קיין שטופ צו זיין בעסער און ס'נישטא קיין קאמפעטישן.

אין דייטשלאנד אדער בעלגיע די שפיטעלער און דאקטוירים זענען פריוואט אבער באקומען צוריק באצאלט דורך די גאווערמענט לויט וויפיל קראנקע זיי באהאנדלן דערפאר האבן זיי מאטיוואציע צו זיין בעסער פון אנדערע. די דאקטוירים זענען זייער גוט און אפאונטמענטס היבש שנעל
 
דערפאר סאקט עס ווייל ס'איז נישט קיין מאטיוואציע זיך צו אנשטרענגען און נישטא קיין קאמפיטישן איז נישטא קיין שטופ צו זיין בעסער און ס'נישטא קיין קאמפעטישן.
נישט אינגאנצן אקוראט

NHS האט קאמפעטישן, אין ענגלאנד איז דא פריוואטע העלטקעיר, אבער מענטשן ניצן עס נאר אויב מען האט נישט קיין צווייטע ברירה (אדער גאר רייכע), עס איז יא דא מאטיוואציע און די העלטקעיר ארבעטער דא זענען בדרך כלל זייער איבערגעגעבן, רוב פון זיי ארבעטן 60-80 שעה א וואך פאר יארן

די סיבה פארוואס אין ענגלאנד איז די העלטקעיר סיסטעם פארפוילט איז ווייל עס ווערט געפירט דורך פאליטיקאנטן, און גאר אפט ווילן זיי די NHS זאל ווערן ערגער ווייל נאר אזוי קענען זיי רעדן פין עס פריוואטיזירן

די בוך THIS IS GOING TO HURT ביי Adam Kay האט מיר געעפענט אביסל די אויגן, ספעציעל די לעצטע קאפיטל, סתם אזוי גאר אן אינטערעסאנטע בוך פאר ווער עס האט ליב מעדיקעל דראמא
 
נישט אינגאנצן אקוראט

NHS האט קאמפעטישן, אין ענגלאנד איז דא פריוואטע העלטקעיר, אבער מענטשן ניצן עס נאר אויב מען האט נישט קיין צווייטע ברירה (אדער גאר רייכע),
ס'נישט עכט קאמפיטישן. די NHS באקומט אין יעדער פאל די בודזשעט פונעם גאווערמענט, עס האט נישט קיין פראבלעם אויב מענטשן גייען אוועק. ס'וועט נאר איבערלאזן מער געלט אינעם סיסטעם
עס איז יא דא מאטיוואציע און די העלטקעיר ארבעטער דא זענען בדרך כלל זייער איבערגעגעבן, רוב פון זיי ארבעטן 60-80 שעה א וואך פאר יארן

די סיבה פארוואס אין ענגלאנד איז די העלטקעיר סיסטעם פארפוילט איז ווייל עס ווערט געפירט דורך פאליטיקאנטן, און גאר אפט ווילן זיי די NHS זאל ווערן ערגער ווייל נאר אזוי קענען זיי רעדן פין עס פריוואטיזירן

די בוך THIS IS GOING TO HURT ביי Adam Kay האט מיר געעפענט אביסל די אויגן, ספעציעל די לעצטע קאפיטל, סתם אזוי גאר אן אינטערעסאנטע בוך פאר ווער עס האט ליב מעדיקעל דראמא
 
ס'נישט עכט קאמפיטישן. די NHS באקומט אין יעדער פאל די בודזשעט פונעם גאווערמענט, עס האט נישט קיין פראבלעם אויב מענטשן גייען אוועק. ס'וועט נאר איבערלאזן מער געלט אינעם סיסטעם
גערעכט די וואס פירן די סיסטעם האבן טאקע ניקט קיין מאטיוואציע צו פארבעסערן, אבער דאס איז נאר ווייל די מאטיוואציע פון פאלירן די וואלן איז נישט נוגע ווי לאנג מען קען באשולדיגן די ארבעטער, און נאכדעם האסטו די מאטיוואציע אויף פארקערט
 
זייער שיין געשריבן, האסט אבער פארגעסן צי שרייבן אז זיי אימפארטירן בשט נפש אימיגראנטן וואס זענען בכלל נישט אין אן אייניגער מיינונג מיט די אייראפעאישע ציוויליזאציע און קומען בלויז צו געניסן פון די פילע פראגראמען וואס די ארטיגע רעגירונגען גיבן, און צעביסלעך ווערט דער אייראפעאישער א מינאריטעט אויף זיין אייגענעם באדן, און וואגן זאל ער צו זאגן א פּיפּס דערוועגן, דער קען גיין זיצן א יאר אין טורמע.

צו זאגן אז אימיגראנטן אסימילירן זיך נישט אין אייראפע איז פשוט נישט אמת. לויט די דאטא פון OECD און EU שטודיעס, איז קלאר אז אווער טיים ווערן זיי מער איינגעגלידערט אין די לאקאלע קולטור, און געזעלשאפט.

אינטעגראציע איז נישט עפעס וואס פאסירט אין איין טאג, עס נעמט צייט. אבער די סטאטיסטיקס ווייזן קלאר אז אימיגראנטן, און ספעציעל זייערע קינדער, ווערן מיט דער צייט ענדליך צו די לאקאלע באפעלקערונג.

נארישע רעכטע זשענערלאזאציע..
 
למעשה גיב א קוק וואס טוט זיך אין לאנדאן מיט די מוסלמענער, זיי אטאקירן כסדר אידן, איך זעה נישט זיי זאלן זיך איינגלידערן,
 
איך וואוין אין לאנדאן און איך זעה נישט וואס טוט זיך אין לאנדאן, אפשר דארף איך פארברענגען מער אויף טוויטער
 
למעשה גיב א קוק וואס טוט זיך אין לאנדאן מיט די מוסלמענער, זיי אטאקירן כסדר אידן, איך זעה נישט זיי זאלן זיך איינגלידערן,
הייסט עס אז די אידן זענען די לאקאלע אסימילירטער ענגלישע זשענטל-לייט, וואס דארפן נעבעך סובל זיין דער אימיגראנט וואס עקשן'ט זיך צו פארבלייבן אפגעזונדערט און צירוקגעשטאנען ??

ווען אידן האבן קהילות, אייגענע שולן און פאדקעסטס, רופסט עס אויך ‘נישט איינגעגלידערט'?? אדער נאר ווען עס איז מוסלמענער?

אויב אידן קענען בלייבן אנדערש און נאך אלץ זיין טייל פונעם לאנד, פארוואס ווען אנדערע טוען די זעלבע ווערט עס פלוצלינג א פראבלעם? איז דער סטאנדארט אינטעגראציע? אדער פשוט אז אלע זאלן ווערן א גענויע ענגלישע קאפיע ?
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז אפילו דער פארגלייך ?אידן לעבן פאר זיך און טשעפען נישט אנדערע פעלקער, משא"כ די אראבער/מוסלמענער זענען א באנדע טעראריסטן און אטאקירן אנדערע אומשולדיגע מענטשן צוליב זייער פאררוקטע גלויבן
 
גערעכט
אבער ער האט גערעדט פון די חלק צו מען ווערט אנגערופן א לאקאלע ווס אימיגראנט

אגב אין ענגלאנד איז דא אסאך אידן וואס זענען שוין דארט פאר אסאך יארן נאך פון פאר די מלמחה
 
Back
Top