פארוואס פאלט די געבורט־ראטע אין די היינטיגע אנטוויקלטע לענדער

לעצטנס קלער איך אסאך אריין וואס איז די אורזאך צוליב וואס די געבורט ראטע אין אלע פארגעשריטענע לענדער האלט אין איין פאלן, אזש מאנכע באצייכענען עס אלס א באלדיגע קריזיס צו די עקזיסטענץ פון די וועלט, ס'פארהאן פארשידענע ריכטונגען וואו מ'קען אנטייטלען אז 'דאס' איז די אורזאך דערצו, ווי צום ביישפיל דאס שרינקען פון רעליגיע, הויכע לעבנ'ס קאסטן, מינימאלע רעגירונג הילף פאר child care, די פראבלעם מיט די אלע סיבות איז אז די אלע סיבות האבן פירכות פון אנדערע לענדער וואו ס'נישט רעלעוואנט די דאזיגע אנגעבליכע פאקטארן, און פארט ליידן זיי פון פאפולאציע צוזאמענפאל, לא ראי זה כראי זה, והצד השוה שבהן דער עולם טראכט צוויי מאל איידער'ן באשליסן צו האבן קינדער.

די מציאות:

אין רוב רייכע לענדער ווערן היינט געבוירן פיל ווייניגער קינדער ווי אמאל. די דורכשניטלעכע צאל איז שוין לאנג אונטער דעם נאטורליכן "ריפלעיסמענט שטאפל" פון 2.1 קינדער פער פרוי (זעה גראף).

1761171377498.webp


אין די OECD לענדער (א גרופע פון די 38 מערסט פארגעשריטענע לענדער) איז די דורכשניטליכע געבורט צאל אראפ פון בערך דריי קינדער אין די זעכציגער יארן, צו ארום 1.5 קינדער היינט צוטאגס. אפילו אזוינע לענדער ווי פראנקרייך, וואס פארמאגן שטארקע פעמילי סופארט פראגראמען, זענען בכלל נישט אפגעשוינט געווארן פון דעם פראבלעם. אין די פאראייניגטע שטאטן איז די צאל ארום 1.6, אין דייטשלאנד 1.39, און אין דרום קארעא — נאר 0.72, וואס מיינט ווייניגער ווי איין קינד פער יעדע פרוי. און אין יאפאן און קארעא איז די סיטואציע ממש קאטאסטראפאל.

די געפאר פון א שרומפ'נדע פאפולאציע

ווען א לאנד ווערט עלטער און קלענער, און ס׳קומען נישט צו גענוג פרישע ארבעטס-פעאיגע לייט, איז דאס א גרויסע סכנה פאר דעם גאנצן לאנד. די ארבעטס־קראפט ווערט שוואכער, ס׳זענען פארהאן ווייניגער מענטשן וואס זאלן ארבעטן און אויסהאלטן די עלטערע דור (50 יאר צוריק פלעגט זיין 6 מענטשן אין די ארבעטס קראפט, קעגן יעדע רעטייערטע מענטש, דאגעגן היינט זענען בלויז דא 2 ארבעטס מענטשן קעגן יעדע רעטייערטע מענטש בפרט אז מענטשן לעבן היינט לענגער אבער מ'פענסיאנירט ביי די זעלבע יארגאנג). דעריבער וואקסט די דרוק אויף די רעגירונגס־סיסטעמען (א שטייגער ווי סאושעל סעקיוריטי, מעדיקעיר), אויף פענסיעס און העלט אינשורענס פירמעס, ווייל א קליינע צאל ארבעטער דארף אויסהאלטן א סאך פענסיאנירטע און קראנקע אינוואלידן.

ס׳פאלט אויך די פרישקייט און די גיסטע פון אינוועסטירונג און אינאוואציע, ווייל די יוגנט זענען דאך די וועלכע שטופן שטענדיג די נײע געדאנקען. און טאקע אין אזעלכע לענדער ווי יאפאן און דרום קארעא זעט מען שוין וויאזוי עס זעט אויס ווען די פאפולאציע ווערט צו פארעלטערט, גאסן זענען ליידיג, שטעט ווערן פארלאזט, און מענטשן ווערן איינזאם, און דער עיקר: אויב אפילו יעדע פרוי געבוירט בלויז 1 קינד. דאן באדייט דאס אז די ריפלעיסמענט שטאפל ווערט געשניטן אויף האלב מיט יעדע פארבייגייענדע גענעראציע, דאס מיינט אז ביז 3-4 דורות בלייבט כמעט נישט קיין זכר פון די גאנצע באפעלקערונג!! (זעה גראף).

1761172132362.webp


די מעגליכע סיבות וואס פאראורזאכן דעם פענאמענאן:
  • שפעטערע חתונות. -די היינטיגע דור האט נישט חתונה אזוי אינג ווי פארצייטנס. און דאס אליינס איז גורם אז די געבורט ראטע פאלט אפילו ביי מענטשן וואס וואלטן בעצם געוואלט האבן מערערע קינדער.​

  • הויכע לעבנס קאסטן - (איך פערזענליך האלט נישט אז ס'איז א לעבנס קאסט אישו, ווארום אונזערע זיידעס זענען געווען סאך מער ארעם, און דאך האבן זיי זיך נישט אפגעהאלטן פון האבן מערערע קינדער, אויב עפעס האבן מיר פשוט העכערע סטאנדארטן).​

  • סעלפישקייט – צו זארגן פאר קינדער פאדערט זיך אוועקצוגעבן גאר אסאך פון זיך, פון שלאפלאזע נעכט, גיין צו דאקטוירים, חתונה מאכן, שכר לימוד, דער עולם איז היינט צוטאגס סאך מער סעלפיש דעריבער וועט מען זיך קודם זארגן אויף די אייגענע וואוילזיין, סיי פיזיש – וואס דאס רעכנט אריין אז מ'האלט זיך צוריק פון האבן קינדער פשוט ווייל ס'איז זייער פיינפול סיי דאס טראגן ס'קינד פאר 9 מאנאטן, און אודאי די געבורט זעלבסט, די פרוי פארלירט איר נאטורליכע שיינקייט און גיסטע, נאכדעם איז פילפאכיג מער קאמפליצירט צו פארן אויף וואקאציע און הנאה האבן פון די וועלט, ווי אויך טוט דאס פילמאל אויסקלאפן גאר נעגאטיוו אויף די רילעישנשיפ צווישן מאן אין ווייב, איבערהויפט אין געשלעכטליכע אנגעלגנהייטן, און סיי גייסטיש ווילן מענטשן מנוחה, אויכעט ווילן זיי זיך קאנצעטרירן אויף די אייגענע קאריערע צילן, דעריבער טוען מענטשן בעפארצוגן זייערע פערזענליכע פריאריטעטן בעפארן באשליסן צו האבן קינדער (און אפילו ווען מ'האט שוין יא קינדער איז דאס בפשטות אויכעט צוליב סעלפישע חשבונות, אז זיי זאלן דיך געבן כבוד, קאמפאני, באדינען, אדער נוסח בוני עולם: זאלסט נישט זיין קיין קינדערלאזע רחמנות).​

  • פוילקייט – די היינטיגע געצערטלטע יוגנט איז נישט גרייט אריינצושטעקן קיין פינגער אין קאלט וואסער, אפילו ס'איז פאר די אייגענע בענעפיט איז מען נישט גרייט צו פארציכטן אויף היינטיגע פארגעניגן'ס בכדי צו קענען פלאנירן אויף צוקונפטיגע בענעפיטן, מ'וועט לעבן און ספענדן היינט ווי אן עושר אן אוועקלייגן פאר חתונה מאכן/ריטייערמענט ווייל מ'איז פויל צו אריינארבעטן און שפירן עטוואס אומבאקוועם היינט כדי צו האבן א בעסערע מארגן, ממילא צו האבן קינדער פאדערט זיך א געוואלדיגע פלייסיגקייט און גרייטקייט זיי אויפצוציען.​

  • האוזינג – מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן אן אייגענעם דאך איבער'ן קאפ, דעריבער פילט מען נישט גרייט אראפצוברענגען פרישע נשמות אויף דער וועלט, כ'מיין, וואו זאל מען זיי לייגן?..​

  • רעליגיע שרינקט – היות רעליגיע איז איינס פון די שטארקסטע מאטיוון צו געבוירן ווי מער קינדער, איז זעלבסט פארשטענדליך אז מיט'ן אויפשטייג פון פרייהייט, פאלט די אלגעמיינע מאטיוואציע פון געבוירן מערערע קינדער, נאכדעם קומט נאכצו די פאקט אז אבאורשען ווערט היינט צוטאגס שטארק געמוטיגט אין נישט-רעליגיעזע צירקלען/שטאטן.​

  • פעמיניזם - דאס אז פרויען האבן באקומען מער רעכטן, און שטאלץ, האט געברענגט א סאציאלע נעגאטיווע סטיגמע אקעגן פרויען וואס זענען נעבעך סטאק אינדערהיים בארפיסיג און טראגעדיג זייענדיג פארנומען צו ווינדלען פיצלעך, פרויען באקומען היינט די איינדרוק אז דאס זיין פארנומען אינדערהיים מיט שטוב ווירטשאפט איז א דערנידערונג פאר זייער זעלבסטווירדע, ס'מאכט זיי שפירן ווי א דינסט וואס איר איינציגסטע אויפגאבע איז צו נאכרוימען אנדערע. דאס טוט טרייבן פרויען זיך ליבערשט צו ערווערבן א קאריערע און עררייכן א הויכע פאסטן וואס וועט איר געבן די פארלאנגטע פארדינטע רעספעקט און סטאטוס, אויטאמאטיש אז מער פרויען האבן א דזשאב האבן זיי נישט קיין צייט צו בויען א פאמיליע, בפרט אז זייער אסאך פון די פרויען זענען היינט סינגל (אויך אדאנק פעמיניזם), וואס דאס טוט ממש פארהאקן פאר זיי די וועג צו האבן קינדער, ווארום א סינגל מאמע קען זיך ממש נישט באכלעפטשענען, אויכעט קומט צו די פאקט אז היינט צוטאגס קענען פרויען מאכן אליינס באשלוסן צו זיי ווילן בכלל ווערן טראגעדיג, אנדערש ווי אמאל.​

די פראבלעם מיט די אלע אויבנדערמאנטע טעאריעס איז אז ס'דא פירכות, ווען מ׳קוקט איבער די וועלט זעט מען קלאר אז קיינע פון די אלע טעאריעס העלפט נישט אין פראקטיק. פראנקרייך, וואס איז באקאנט מיט איר ברייטע רעגירונג'ס הילף פאר בעבי סיטינג, באצאלטע פאמיליע אורלויב, און אלע מיני סובסידיעס פאר משפחות, האט נאך אלץ געזען ווי די געבורט ראטע פאלט פון העכער צוויי קינדער אויף ארום איינס און א דריטל פער פרוי. יאפאן און דרום קארעא האבן געוואלט אויפהייבן די ראטע דורך געלט באנוסן און שטאטישע הילף פאר נייע עלטערן, אבער דאס האט כמעט נישט געטוישט גארנישט. אין לענדער ווי שוועדן און נארוועגיע, וואו פרויען האבן פולע רעכטן און די רעגירונג שטיצט משפּחות מיט אלע באקוועמליכקייטן, בלייבט די פערטיליטעט נאכאלץ ווייט אונטער דעם ריפלעיסמענט שטאפל. אין איטאליע און שפאניע וואו האוזינג איז טייער און די יוגנט בלייבט לאנג וואוינען ביי די עלטערן, האבן די רעגירונגען פרובירט צו העלפן מיט ביליגע מארטגעדזשעס און קינדער סובסידיעס, אבער די רעזולטאטן זענען די זעלבע, נעמליך די נומערן טראסקענען ווייטער.

ווי אויך קען מען נישט זאגן אז די נידריגע געבורט ראטע קומט צוליב דעם וואס פרויען ארבעטן צו פיל. דאס זעט מען קלאר אין לענדער ווי איטאליע און שפאניע, וואו פרויען ארבעטן בכלל נישט אסאך — אין איטאליע ארבעטן נאר ארום האלב פון די פרויען און אין שפאניע איז עס נישט פיל בעסער — און נאך אלץ איז די געבורט ראטע דארטן צווישן איינס און איינס און א פערטל, איינס פון די נידעריגסטע אין דער גאנצער וועלט. אויך אין גריכנלאנד, וואו פרויען ארבעטן נישט צופיל און לעבן מער טראדיציאנעל, פארט איז דער נומער פונקט אזוי שלעכט.

אזוי אויך זעט מען אז רעליגיע, קולטור און עקאנאמיע אליינס קענען נישט ערקלערן דעם גאנצן בילד (קוק ביים היימישן 'רעליגיעזע' עולם ווי די געבורט ראטע פאלט פונקט אזוי (פערצענטועל), די מלחמה איבערלעבער און זייערע קינדער פלעגן האבן א דורכשניט פון 10-15 קינדער, די נעקסטע דור א דורכשניט פון 7, און די קומענדיגע דור פילפאכיג ווייניגער (וויפיל?)). די פאקטן ווייזן אויף עפעס טיפער — א וועלט וואס טראכט מער פון באקוועמליכקייט און ווייניגער פון אחריות און פאראייביגונג. מיט אלע סיבות און טענות בלייבט לדעתי דער עיקר פראבלעם פשוט אז דער מענטש פון היינט - זיייענדיג מער זעלבסט וואך - טראכט צוויי מאל פאר ער טוט עפעס א דעצידינרנדע אקט וואס מ'קען נישט צוריקדרייען. דער עולם וויל זיכערקייט און רואיקייט, און קינדער גיבן אים דאס נישט.

דער עולם איז מכובד אריינצוקומען מייט זייערע מיינונגען איבער דעם פראבלעם און וואס מ'קען טון. דאס איז אמאל זיכער אז די פראבלעם קען מען נישט פאררעכטן דורך געלט אדער געזעצן אליין. די טיעפע אונטערליגנדע אורזאך ליגט אין דעם וועג ווי דער מענטש זעט זיך און זיין לעבן. אז די וועלט גייט ווייטער לעבן אין א גייסט פון באקוועמליכקייט און פערזענליכע צופרידנהייט, אן דעם געפיל פון אחריות און שליחות, וועט די באפעלקערונג זיך ווייטער צוזאמענציען ביז ס׳וועט בלייבן נאר א ליידיגע שאלעכץ פון וואס ס'איז אמאל געווען. אויב מען וויל ראטעווען דעם דור, דארף מען צוריקברענגען דעם געדאנק אז קינדער האבן איז נישט קיין יאך נאר די גרעסטע ברכה וואס א מענטש קען האבן (אפגעזעהן צו ס'איז וואר אדער נישט). מען דארף צוריקגעבן די כבוד פאר משפחה לעבן, פאר די מאמע וואס טראגט און געבוירט די קינדער, און פארן טאטן וואס שטעלט זיך צו ערנערן דעם שטוב מיט אחריות און געפיל. דער עיקר איז נישט צו מאכן נייע לעגאלע פראגראמען, נאר צו מאכן א נייע מענטשליכער דערלייכטערונג אין הארץ — אז לעבן איז נישט נאר וועגן זיך אליין, נאר וועגן וואס דו לאזט איבער נאך דיר.

די גרויסע פראגע איז נאר צו איימיצער איז בכלל אינטערעסירט צו פרעזערווירן לעבן אויף דעם וועלט :unsure: פון די קלימאט טויש אקטיוויזם קוקט אויס אז יא, נו גיי פארצייל זיי וואס אילאן מאסק טענה'ט אז פאפולאציע צוזאמענפאל אז סאך מער א באלדיגע געפאר ווי גלאבאלע אנווארעמונג, דעריבער אויב זענען זיי ערנסט מיט'ן ראטעווען די ענווייראמענט זאלן זיי זיך אויפהערן זארגן איבער די פאולער בערן אינעם ארקטיק, ווארום אויב וועט נישט זיין קיין מענטשן, דאן ווער וועט זיך דעמאלטס זארגן פאר די פאולער בערן?... אלזא ליבער ענווייראמענטאליסט: קודם זארג זיך אז ס'זאל זיין גענוג ענוויראמענטאליסטן פארן קומענדיגען דור...






 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1761172100003.webp
    1761172100003.webp
    81.7 KB · געזען: 6
לעצט רעדאגירט:
וואס וועט געשעהן אז די פאפולאציע וועט שרינקען? מיר האבן נאך גאר א ווייטע וועג צו גיין ביז די מענטשהייט איז אונטער פראגע צייכן. דערווייל וועט דא פאסירן אזא נאטורליכע סעלעקציע אז די וואס ווילן יא האבן אסאך קינדער וועלן איבערבלייבן און זיך פארמערן.
פון דעם האב איך נאך מער מורא.
נאר די רעליגיעזע פאנאטיקער (פון אלע רעליגיעס) וועלן איבערבלייבן... 🤣

עוואלוציע וועט אנהייבן פארן אויף צוריק צו וועגס. אין א מיליאן יאר פון היינט וועלן מער נישט זיין קיין אינדעפענדענט סארט מענטשן 🤔
 
מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז די מענטשהייט וועט זיך אדאפטן זייער גוט דערצו.

ווען די קריזיס וועט אנהייבן צו שטעכן צו שטארק וועט ווערן א רעוואלוציע אין די פעלד פון עלעקטראנישע Wombs, ראבאטישע Nannies וכו.
 
מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז די מענטשהייט וועט זיך אדאפטן זייער גוט דערצו.

ווען די קריזיס וועט אנהייבן צו שטעכן צו שטארק וועט ווערן א רעוואלוציע אין די פעלד פון עלעקטראנישע Wombs, ראבאטישע Nannies וכו.
עס איז עולה על הדעת אז די סיבה פארוואס די
עווענגאליסטן זענען קעגן איי.ווי.עף,און נאכמער
קעגן פאנדינג פון די גאווערנמענט , ווייל דאס וועט
זיך דעוועלאפן מער, און מען וועט נישט דארפן האבן
א פרוי צו בילדען א פאמיליע , און די גאנצע נוקליוס
פון די פאמיליע וועט ווערן א פארגאנגענהייט .
עווענטועל וועט ווערן א פאבריקאציע,פון קינדער
אהן א המשך פון משפחה, און א שום קשר צו א פאלק, אדער נאציאן , די מענטשהייט וועט זיין קאמערשילייזט , האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו
אין דעס ליגט בעומק המחשבה פון הרב מסערדאהלי , וואס איז אפאוסט צו דעם פראצעדור,
איט איז עי סליפערי סלאופ ,מיט א סוף פון תוצאות מי ישורנה.
 
עווענטועל וועט ווערן א פאבריקאציע,פון קינדער
אהן א המשך פון משפחה, און א שום קשר צו א פאלק, אדער נאציאן , די מענטשהייט וועט זיין קאמערשילייזט ,
זיי וועלן האבן א קשר צו די פירמע וואס האט זיי פאבריצירט, ס'וועלן זיין GUCCI מענטשן, און ס'וועלן זיין TEMU מענטשן, און ביי איד'ן וועט זיין G&G מענטשן, יעדע מענטש וועט באלאנגן ערגעץ...
 
זיי וועלן האבן א קשר צו די פירמע וואס האט זיי פאבריצירט, ס'וועלן זיין GUCCI מענטשן, און ס'וועלן זיין TEMU מענטשן, און ביי איד'ן וועט זיין G&G מענטשן, יעדע מענטש וועט באלאנגן ערגעץ...
ביי די פעט ביזנעס ווי מען האדעוועט פארשידענע מיני כלבים , ווי עס ווערן אלץ נתחדש פון הרכבת מין בדומה לו , און עס קומען נייע כלבים מיט פרישע נאטורן , און זיי קומען מיט א ספר יוחסין ביז 15 דשענערעישענעל פעדיגרי,ווי עס ווערט מבואר דער
צוזאמענשטעל פון די פעט,וואס ווערט פארקויפט פאר טבין ותקילין , $$, אזוי קען די מענטשהייט אהנקומען צו אזא עשרה יוחסין גישעפט .
הכסף יענה את הכל, מען וועט זיך קענען איינהאנדלען כהנים לויים און ישראלים
 
איך בין מסכים מיט דיר אז עס איז נישט צוליב עקאנאמישע סיבות. אבער איך מיין אז דו פרובירסט אומנויטיג אפצוטיילן “splitting hairs” סיבות וואס זענען בעצם פון איין שורש, נאר אונטער פארשידענע נעמען. מען קען שרייבן הונדערט טעאריעס און פראבלעמען - עקאנאמיע, האוזינג, דזשאב מארקעטס, פוילקייט, קולטור - אבער דאס איז אלעס בלויז סימפטאמען פון איין טיפערן מקור: דער רעדוקציע פון אמונה און רעליגיע. דער מענטש האט פארלוירן זיין העכערן ציל. און ווען עס פעלט דעם ציל, פעלט אויך דער ווילן צו פארזעצן דעם ציל ווייטער דורך קינדער.

ווי מער וויסנשאפט און טעכנאלאגיע האט זיך אנטוויקלט, זענען מענטשן געווארן מער אינפארמירט און ראציאנאל, אבער אויך ווייניגער רעליגיעז. גלייבן אין גאט ברענגט א געפיל פון דינען עפעס העכערס, ווי מער פארגעשריטען די וועלט איז געווארען, אלס מער איז געפאלן די אינטערעסע צו האבן א גאט כדי צו פארשטיין לעבן און די ציל פון לעבן. זאכן דארפן מאכן "סענס". דאס האט געברענגט א שטייטע רעוואלוציע, אלס רעזולטאט איז די אחריות און שיבעוד וואס קומט מיט רעליגיע, אויך שוואכער געווארן. דאס האט אפגעשוואכט די מאטיוואציע צו בויען א פאמיליע, האבן קינדער, און מקריב זיין פערזענליכע באקוועמליכקייט צו טון עפעס פאר א העכערן ציל. אן א ציל וואס איז העכער פון זיך, איז פארשטענדליך אז מענטשן וועלן שטעלן זייערע קאריערעס, פרייהייט און הנאה ערשט, און פאמיליע אין צווייטן פלאץ – אויב בכלל.

און עס גייט ווייטער. מיט די אפשוואכונג פון פאמיליע ווירדן און די אויפשטייג פון אינדיווידועליזם, קומט א אפגעשוואכטע סאציאלע fabric, וואס ברענגט נאך מער אן אפשוואכונג, און אזוי לויפט עס אין א צירקל מיט א compounding effect. מען וויל לעבן פאר זיך, אן די עול פון קינדער. און ביי דעם stage,מיט די אפגעשוואכטע סאציאלע fabric ווערט האבן קינדער א מאראלישע פראגע. מאנכע בארעכטיגן דווקא נישט צו האבן קינדער, ווייל אין אזא שלעכטע וועלט איז גאר א רשעות צו ברענגען קינדער.

און פעמיניזם איז אויך א טייל פון דעם זעלבן בילד. נישט ווייל האבן קינדער איז קעגן פרויען, נאר ווייל עס איז די זעלבע געדאנק: פעמיניזם איז געבויט אויף אינדיווידועלע אויטאנאמיע, א פרוי'ס פערזענליכע ברירה אויף אלעם. איך טו וואס מיר איז גוט, מיינע בחירות קומען פאר אלעס. ווען אלעס דרייט זיך ארום “מיר”, ווערט די מאטיוואציע פון האבן קינדער שוואכער און שוואכער.

כנלע״ד
 
איך בין מסכים מיט דיר אז עס איז נישט צוליב עקאנאמישע סיבות. אבער איך מיין אז דו פרובירסט אומנויטיג אפצוטיילן “splitting hairs” סיבות וואס זענען בעצם פון איין שורש, נאר אונטער פארשידענע נעמען. מען קען שרייבן הונדערט טעאריעס און פראבלעמען - עקאנאמיע, האוזינג, דזשאב מארקעטס, פוילקייט, קולטור - אבער דאס איז אלעס בלויז סימפטאמען פון איין טיפערן מקור: דער רעדוקציע פון אמונה און רעליגיע. דער מענטש האט פארלוירן זיין העכערן ציל. און ווען עס פעלט דעם ציל, פעלט אויך דער ווילן צו פארזעצן דעם ציל ווייטער דורך קינדער.

ווי מער וויסנשאפט און טעכנאלאגיע האט זיך אנטוויקלט, זענען מענטשן געווארן מער אינפארמירט און ראציאנאל, אבער אויך ווייניגער רעליגיעז. גלייבן אין גאט ברענגט א געפיל פון דינען עפעס העכערס, ווי מער פארגעשריטען די וועלט איז געווארען, אלס מער איז געפאלן די אינטערעסע צו האבן א גאט כדי צו פארשטיין לעבן און די ציל פון לעבן. זאכן דארפן מאכן "סענס". דאס האט געברענגט א שטייטע רעוואלוציע, אלס רעזולטאט איז די אחריות און שיבעוד וואס קומט מיט רעליגיע, אויך שוואכער געווארן. דאס האט אפגעשוואכט די מאטיוואציע צו בויען א פאמיליע, האבן קינדער, און מקריב זיין פערזענליכע באקוועמליכקייט צו טון עפעס פאר א העכערן ציל. אן א ציל וואס איז העכער פון זיך, איז פארשטענדליך אז מענטשן וועלן שטעלן זייערע קאריערעס, פרייהייט און הנאה ערשט, און פאמיליע אין צווייטן פלאץ – אויב בכלל.

און עס גייט ווייטער. מיט די אפשוואכונג פון פאמיליע ווירדן און די אויפשטייג פון אינדיווידועליזם, קומט א אפגעשוואכטע סאציאלע fabric, וואס ברענגט נאך מער אן אפשוואכונג, און אזוי לויפט עס אין א צירקל מיט א compounding effect. מען וויל לעבן פאר זיך, אן די עול פון קינדער. און ביי דעם stage,מיט די אפגעשוואכטע סאציאלע fabric ווערט האבן קינדער א מאראלישע פראגע. מאנכע בארעכטיגן דווקא נישט צו האבן קינדער, ווייל אין אזא שלעכטע וועלט איז גאר א רשעות צו ברענגען קינדער.

און פעמיניזם איז אויך א טייל פון דעם זעלבן בילד. נישט ווייל האבן קינדער איז קעגן פרויען, נאר ווייל עס איז די זעלבע געדאנק: פעמיניזם איז געבויט אויף אינדיווידועלע אויטאנאמיע, א פרוי'ס פערזענליכע ברירה אויף אלעם. איך טו וואס מיר איז גוט, מיינע בחירות קומען פאר אלעס. ווען אלעס דרייט זיך ארום “מיר”, ווערט די מאטיוואציע פון האבן קינדער שוואכער און שוואכער.

כנלע״ד
קלאהרע ווערטער , אזו איז די מציאות , אז מיט די
אבדון האמונה , וועט דער מענטש מער און מער פאר זיך ( סעלפיש און סעלף סענטירט ) ער טראכט נאר ,אכול ושתה כי מחר נמות , און עס ווערט
א דבר פשוט אז מען קען אבארטען א עובר,ביז ער
איז יוצא לאויר העולם , און געוויסע ליבעראלע האלטן אז מען קען נאך דעסיידען 12 שטונדע נאך
געבורט , אלעס ווענדט זיך אין די קאמפארטביליטי
פון די מאמע , ווייל אז אויב עס איז נאר נאטור,אהן א וואטשפול אויג- אהן א משגיח - איז דאך
רציחה ,אויך נאר הסכמת בני אדם אז עס איז פארבאטן ,
קען דאך דער מענטש דאס טוישן צו זיין באקוועמליכקייט,מיט עפעס א מענטשליך ראציאנאל,
אהן גלויבן אין א בורא ,קען דער ראסיסט אויך מצדיק זיין זיינע אהנשויאונגען ,צו מאכן סעלעקציעס און קלאסיפיקאציעס פון ראסעס לויט זיין גיסטע , סוף דבר את האלהים ירא כי זה כל האדם.
 
Back
Top