איז טאקע אזוי געפערליך צו זיין א בן גרושים?‎

ס'איז זיכער שווערער פאר קינדער פון גע'גטע שטיבער אין פארגלייך צי קינדער ווי די עלטערן זענען צוזאמען און לעבן באהבה אחוה ושלום ורעות (אויב דאס האט עפעס מיט ריעליטי נאכן אפטאנצן שמח תשמח).

פון די אנדערע זייט, איז עס נישט א טויטשטראף אורטייל ח"ו פאר קינדער ווען די עלטערן גט'ן זיך אויף א נארמאלע אופן און טון נאכדעם כל מה שביכלתם אז ס'זאל זיין די שענסטע מעגליך פאר די קינדער דורכאויס זייער קינדער יארען. און א געוויסע הינזיכט -הגם ס'איז נישט קיין לכתחלה- קען עס זיי העלפן פאר זייער ערוואקסן לעבען, זיי וואקסן דיקערע הויט און קענען גרינגער איבערקומען סטענדערט שוועריקייטן וואס מאכט זיך אין לעבן. זיי זענען שוין געווען ארום די בלאק ווי מ'רופט עס. אפילו מ'פרובירט די בעסטע מעגליך ס'זאל זיין פיין און וואויל פאר זיי אלע יארען האבען זיי שוין למעשה געפעיסט א סטראגעל אין לעבען, און ווי די וועלט זאגט "וואס צוברעכט אינז נישט, מאכט אינז נאר שטערקער".

אסאך זאכען איז נישט איז נישט געוואונטשן אין לעבן, הלוואי וואלט נישט געווען די צרה אדער סיי וועלכע אנדערע צרה, אבער לענינינו וואלט מען ענדערש געדארפט אויסנוצען אלע ריסארסעס מעגליך צו העלפן און באגלייטן עלטערן/קינדער אין די מצבים, ענדערש ווי מאכען א בער פון דעם און אפשרעקן קאפלס וואס האבן באמת נישט קיין ברירה און מוזען נעמען די ראוט.
סא פון מיין פערזענליכע עקספיעריענס און אסאך first hand knowledge,
נישט קיין חילוק ווי 'בשלום' די גט איז, די רגע די קינדער זענען אינוואלווט לאזט דאס זיי איבער טרואמעטייזט און צישאקעלט פארען לעבן ביז all the way to their core.
( איך קען נישט רעדן פון ווען זיי זענען נאך גאר יונג, אונטער 4-5 און מהאט נאכאמאל חתונה פאר זיי וואקסען אויף).

כוועל פרובירען מסביר זיין, און קענסט פרעגען אויב ביסטו נישט איגאנצען קלאר.

אחוץ פון די געוואלדיגע פארלוסט וואס די קינד פילט ווען ער פארלירט זיין 'הויז', אין א וועג די זעלבע ווי ווען ער פארלירט איינע פון די עלטערען. און סאיז "נישטא" אזא מושג פון 2 'הייזער', איז פארלירט ער די מאוסט בעסיק סאך וואס א קינדס מוח דארף כדי זיך צי דיוועלעפען געזונט, וועלכע איס סטעיבליטי אין סעקיורטי. אין איין ווארט א "היים". און ער איז געצוונגען אויפצי וואקסען
און גערעכט, א שטוב ווי מקריגט זיך א גאנצע טאג איז פונקט אזוי נישט געזונט און קען אפילו זיין ערגער.
 
סא פון מיין פערזענליכע עקספיעריענס און אסאך first hand knowledge,
נישט קיין חילוק ווי 'בשלום' די גט איז, די רגע די קינדער זענען אינוואלווט לאזט דאס זיי איבער טרואמעטייזט און צישאקעלט פארען לעבן ביז all the way to their core.
( איך קען נישט רעדן פון ווען זיי זענען נאך גאר יונג, אונטער 4-5 און מהאט נאכאמאל חתונה פאר זיי וואקסען אויף).
זייער קלאר און בערך ריכטיג (ליידער), איך האלט נאכאלס אז מ'קען נישט דזשענערעלייזען אויף דעם, יש ויש. ס'איז קיינמאל נישט קיין לעק האניג אבער ווי געזאגט איז עס נישט קיין זיכערע טויטשטראף אורטייל ח"ו פאר די קינדער. מיט שכל און סייעתא דשמיא קען מען עס אדורכגיין.

פארגעס נישט, איך האב מיך בעיקר באצויגן אויף אן עסקן וואס טענה'ט אז זיך גט'ן איז אזוי שלעכט אז עלטערן זאלן אפשר הר*ענען די קינדער פארן זיך גט'ן, איך טרעף דאס זינלאז און אומאחריות'דיג צו דראַפּפּען אזא סטעיטמענט. איך בין געווען אזוי אויפגעברויזט אויף דעם סטעיטמענט אז איך האב אפשר שלא בכוונה פארצוקערט די ענין מער ווי ס'איז במציאות. א גט איז ווייטאגלעך פאר אלע ארומיגע און זיכער פאר די קינדער, אבער ס'מאכט זיך און מען דארף דאס נישט דערנידערן "בעת הצורך".
 
נישט קיין חילוק ווי 'בשלום' די גט איז, די רגע די קינדער זענען אינוואלווט לאזט דאס זיי איבער טרואמעטייזט און צישאקעלט פארען לעבן ביז all the way to their core.
פון מיין פערזענליכע עקספעריענס איז דאס בכלל נישט אמת

עלטערן קענען מיט אביסל שכל און אסאך ליבשאפט פארמיידן די גאנצע טראומע, אויף די מינוט טוט עס וויי, אבער מיט די צייט ווערט די זאך מסודר

ווי לאנג מענטשן גייען גלייבן די שקר אז צוויי ערוואקסענע מענטשן קענען זיך נישט צוטיילן אן טראמאטיזירן די קינדער איז דאס א self fulfilling prophecy, איכא דרכא אחרינא
 
Back
Top