זאל מען דארפן האבן לייסענס צו האבן קינדער?

.There are more ways to manage this issue
Not giving tax breaks for more than 2 kids. (as proposed in Israel)
Subsidizing birth control (as they do in China), and education.

But taking away food and housing benefits from kids you already have, could be dangerous, in my opinion
 
I don’t want to take away the housing and food. I wish that the parents who aren’t mentally capable of raising children would go for help, and the way to do that is by forcing them to go through housing and food.
 
די נושא איז שטארק דעבאטירט אין די קאנסטיטושענעל ליגעל וועלט. עיין Licensing Parents ב׳גוגל ותמצא נחת.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
.There are more ways to manage this issue
Not giving tax breaks for more than 2 kids. (as proposed in Israel)
Subsidizing birth control (as they do in China), and education.

But taking away food and housing benefits from kids you already have, could be dangerous, in my opinion
די פראבלעם איז נישט מיט וויפיל קינדער נאר ווער עס מעג האבען, די וואס קענען זיין א גוטע מאמע און טאטע פאר 5 קינדער פארוואס זאלען זיי מעגען האבען נאר צוויי און פארוואס זאלען זיי נישט באקומען מער הילף.

די צוויי משלים וואס די ברענגסט האט נישט מיט די טאפיק פון מענטשען וואס קענען נישט ערציען קיין קינדער, און די דעמידזש וואס זיי מאכען אויף זייערע קינדער. די צוויי דערמאנטע משלים איז איינס: טארגעטען א געוויסע מינארטי וואס נארמאל האבען זיי מער קינדער, און די ווילסט נישט זיי זאלען זיך פארמערען און איבערנעמען די מדינה, אדער סתם אזוי ווילסטו נישט אז די הילף פון די גאווערמענט זאל גיין פאר זיי וויל די האסט נישט ליב זייער קאליר אדער רעליגיע, ווי למשל אויב אין אמעריקא וואלט געווען אזא געזעץ וואלט דאס געווען צי טארגעטען די לאטינאס מוזלעמס און אידען וואס פראבירען צו האבען גרעסערע משפחות, און צו מאכען אז די אמריקאנער ווייסער וואס האט נארמאל דריי קינדער א אינגל א מיידל און א הינט זיי זאלען באקומען די הילף און נישט די מינארטיס.

אדער א מדינה וואס מוטשעט זיך מיט אווער פאפילעטשען, וואס ווילען און אלגעמיין עס זאל זיין ווייניגער מענטשען.
 
G9Lk-nMXEAAHzHU.webp
 
אויפציען קינדער איז זייער א שווער זשאב
דעס איז סתם ווען אלעס פאהרט גוט
ווען א קינד ליידט פון א טראמע, שטאלפערט, זעהט נישט גוט, און אנדערע טויזנטע קאנדישענס, דארפען עלטערן אויך זיין עקספערטען אין דעם וואס די קינד לייגט
יא מען קען גיין צו א עקספערט, אבער די עלטערען דארפען וויסען פון וואס די קינד ליידט, צומאל קען דורכגיין יאהרען ביז מען כאפט וואס איז ראנג מיטען קינד
יעצט גיי זאג פאר יעדע טאטע מאמע זאל זיין א עקספערט אין אזויפיל זאכען איידער מהאט קינדער?
 
זיי דארפן נישט זיין קיין עקספערטן אין גארנישט ....
זיי דארפן פלעין זיין צוויי נארמאלע געזעצטע מענטשן.....
 
א פשוטע און גרינגע סעלושען איז עדיוקעישן. אויסלערנען און מסביר זיין פאר בחורים און מיידלעך וואס ס׳מיינט צו זיין גוטע עלטערן, די אחריות פאר די קינדער און בכלל וויאזוי געזונטע ערציאונג זעט אויס.

די ערשטע מאל איינער זאל מיר האבן געזאגט א האלבע ווארט אז האבן קינדער אינוואלווד נאך זאכן א חוץ שעפן נחת וכו׳ איז געווען 2 טאג נאך וואס מיין בעבי איז געבוירן למזל טוב. די שפיטאל לאזט מיר נישט אהיים נעמען דאס קינד פאר איך וואטש א ווידיאו וואס ווארנט אָן אפאר זאכן וואס מ׳טאר נישט טון מיטן ניו-באָרן… 😀

מאמר החכם: האָבן א קינד איז א פראדזשעקט זיך אינטערגענומען פאר 20 יאר…
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top