אונזער סיסטעם פון קינדער האבן (אפגעטיילט)

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
961
רעאקציע ראטע
6,721
(המשך פון דא)

כ'האב אמאל געהערעט פון א פרוי זיך אפּרעדן אז די מענער זיצן דריי פערטל צייט פון לעבן אין ס'קיסע פאר הכנות. אבער פון די אנדערע זייט רעדן זיך אונז מענער אפ אז די פרויען כל זמן זיי האבן זייער ווסת זענען זיי מאדי. טראגענדיג, מאדי. נאכן געבורטס, מאדי. מענאפּאוזל מאדי נאכאמאל! און נאכדעם סתם אזוי דא דארט אן קיין שום אפענע סיבה, מאדי נאכאמאל. איז אויב קען מען אזוי מסדר זיין אז די דריי פערטל צייט ווען די מענער זיצן אין ס'קיסע דאמאלטס זאלן די פרויען אויך זיין מאדי אויב זיי ווילן דאן וועט זיין גרויס שלום בית ושלום על ישראל
וואס טוט מען אויב זיי זענען מאדי טאקע וויל די מאן איז געזיצן אין ס'קיסע... תיקו

אגב, אנאנימעס דא זאגט ער העלפט געהעריג...

ליידער איז עס א פאקט. טראגן און דעליווערן א קינד איז זייער שווער פאר'ן פרוי.

אמאליגע צייטן, ווילאנג זיי האבן נישט געארבעט, און אויך נישט אלע קינדער האבן איבערגעלעבט ליידער, האט מען נישט געהאט כאטש אזא פולע שטוב מיט קינדער צו פירן בשעת מ'ווארט נאך איינס.

צוויי זאכן האבן זיך געטוישט.
1ַ אלע לעבן (ב"ה) איבער.
2. אסאך פרויען ארבעטן היינט צוטאגס.

די עצה (פאר א נארמאלע קאמיוניטי וואס לעבט מיטן מציאות) איז פשוט.
1. האבן ווייניגער קינדער, און נאכאלץ האבן מער ווי די אלגעמיינע מענטשן פאר 200 יאר צוריק, ווייל ב"ה אלע לעבן איבער און וואקסן אויף געזונט און שטארק.
2. פאר א פרוי וואס ארבעט (וואס איז איר פולער רעכט). געבן אפיציעל אפאר חדשים באצאלטע אפרוה. (כאטש אזויפיל קומט זיך איר פארן טראגן א נפש פאר גאנצע ניין חדשים, ווער רעדט נאך אז געווענליך געבט זי זיך די מערסטע אפ מיט'ן קינד נאכן געבוירן.)

אונזער קאמיוניטי נוצט די לעצטע מאדערנע מיטלען צו מאכן זיכער אז ס'איז דא קינדער לרחצה. (עיין בוני עולם), ווי אויך ארבעטן רוב פרויען (פאר ווייניגער באצאלט), אבער איז שטעקן געבליבן ערגעץ אין 1950 ווען עס קומט צו האבן ווייניגער קינדער, און געבן אפרוה פארן פרוי.

ס'האט גארנישט מיט פעמיניזם. ס'האט מיט אדאפטירן זיך צום מציאות.

אנאנימעס טייערע, דיר מיין איך נישט. איך קען נישט דיין פערזענליכער לעבן, אבער דו זאגסט אז איר האט צוזאמען אפגעמאכט צו האבן נאך א קינד.

הגם דאס אפמאך קען זיין איז געווען באאיינפלוסט פון פעיר פרעשור פון די ארומיגע משפּחה/קאמיוניטי.

אויב האסטו טענות, זאל עס זיין אויף די קאמיוניטי וואס אונז לעבן אין. נישט דו און נישט דיין ווייב זענען שולדיג דא.

יעצט אז דו האלטסט שוין דא קען איך דיר נאר ווינטשן זאל ווי שנעלער דורכגיין על צד היותר הטוב, און זאלסט האבן פון איהם/איר אסאך נחת.

איך פיל מיט דיין צער.

אויב געלט איז נישט קיין פראבלעם, קען מעגליך שטארק ארויסהעלפן א העלפערין ווי מער טעג א וואך.

קענסט עס אפילו מאכן אלס סורפרייז.

דאס קען איר געבן אפשר אביסל רוה צייט אימיטן טאג. און א גוטע געפיל אז דו האסט איר אינזין...

בהצלחה
 
2. פאר א פרוי וואס ארבעט (וואס איז איר פולער רעכט). געבן אפיציעל אפאר חדשים באצאלטע אפרוה. (כאטש אזויפיל קומט זיך איר פארן טראגן א נפש פאר גאנצע ניין חדשים, ווער רעדט נאך אז געווענליך געבט זי זיך די מערסטע אפ מיט'ן קינד נאכן געבוירן.)
פארוואס זאל א ביזנעס דאס גיבן?
א ביזנעס איז דא צו מאכן געלט, נישט צו ברענגען קינדער.
 
אזויווי א באנוס
מיט א באנוס איז זייער גאול צוויי זאכן
1. צו ווייזן הכרת הטוב
2. דיך צו מאכן בעסער ארבעטן
אויב די גיבסט געלט צו האבן קינדער ווייזטו טאקע הכרת הטוב אבער ס'האט די פאקערטע עפפעקט אויף די ארבעטן חלק, וואס דאס איז מיין פאוינט אז די ביזנעסס גאול איז צו מאכן געלט נישט צו ברענגען קינדער
 
1. איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז ס'האט די פארקערטע עפעקט אויף ארבעטן. קוק זיי מוחל אין די שטודיעס וואס זענען געמאכט געווארן.
2. ס'איז טאקע נישט קיין חיוב פארן ביזנעס. ס'איז א חיוב אויף סאסייעטי (וואס דארף יא טראכטן פון זייערע בירגער) צו מאכן זיכער אז ביזנעסער נעמען גוט קעיר פון די מענטשן (אפילו לאמיר זאגען אז ס'איז נישט גוט פארן ביזנעס.)

אבער לאמיר נישט פארקריכן דא צופיל.

א איד האט געבעטן חיזוק און איך נעם שוין צופיל אוועק פון די אריגענעלע נקודה דא.
 
מיט א באנוס איז זייער גאול צוויי זאכן
1. צו ווייזן הכרת הטוב
2. דיך צו מאכן בעסער ארבעטן
אויב די גיבסט געלט צו האבן קינדער ווייזטו טאקע הכרת הטוב אבער ס'האט די פאקערטע עפפעקט אויף די ארבעטן חלק, וואס דאס איז מיין פאוינט אז די ביזנעסס גאול איז צו מאכן געלט נישט צו ברענגען קינדער
איינע פון די בעסטע ביזנעס גאולס איז די געזונט און קאמפעטענס פון די ארבעטער.

די סיסטעם ביז היינט איז צו ענק פאר פרויען.
דאס ברענגט העכערע turnover פון ארבעטארערינס, וואס צום סוף קאסט אסאך, ווייל די מוטשעט זיך מיט די אריין טרענען כסדר, און די צאלסט פאר שוואכערע ארבעט.

איין גוטע עקספעריענסט סעקרעטערי, אפילו אז די ארבעט ווערט געטוהן האלבוועגס אינדערהיים פאר אפאר חדשים, איז מער ווערד פאר די גאול פון "מאכן" געלט, ווי דריי היי סקול גראדועטס אין די אפיס אליינס.

ווער ס'מענעדזשט א ביזנעס ווייסט אז זיך רעכענען מיט געזונט פון אן ארבעטארער איז זייער פראפעטיבל אין די לאנג ראן.
 
1. איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז ס'האט די פארקערטע עפעקט אויף ארבעטן. קוק זיי מוחל אין די שטודיעס וואס זענען געמאכט געווארן.
2. ס'איז טאקע נישט קיין חיוב פארן ביזנעס. ס'איז א חיוב אויף סאסייעטי (וואס דארף יא טראכטן פון זייערע בירגער) צו מאכן זיכער אז ביזנעסער נעמען גוט קעיר פון די מענטשן (אפילו לאמיר זאגען אז ס'איז נישט גוט פארן ביזנעס.)
1. איך נעם עס פשוט פון מיין שכל, ווען איינער זאגט דיך קענסט יעדע יאר האבן א קינד, בלייבן מיט דיין דזשאב, און באקומען באצאלט בשעת'ן נישט אַרבעטן מאכט עס פשוט סענס
2. אויף סאסייעטי ליגט אפשר די חיוב וואס מיינט אז די גאווערמענט זאל גיבן געלט פאר'ן האבן קינדער אזוי ווי דא אין קאנאדע, נישט א קליינע סטראגעלינג ביזנעס וואס האט איינגעזעהן אז זיי מוזן הייערן א סעקרעטאר אפי' זיי האבן נישט אינגאנצן די געלט פשוט פאר די טובה פון די ביזנעס
3. ביסט גערעכט מ'קריכט צופיל אוועק, עפען א נייע שנירל פאר דעם
 
איינע פון די בעסטע ביזנעס גאולס איז די געזונט און קאמפעטענס פון די ארבעטער.

די סיסטעם ביז היינט איז צו ענק פאר פרויען.
דאס ברענגט העכערע turnover פון ארבעטארערינס, וואס צום סוף קאסט אסאך, ווייל די מוטשעט זיך מיט די אריין טרענען כסדר, און די צאלסט פאר שוואכערע ארבעט.
די אלטערנאטיוו איז הייערן צוויי סעקרעטאן און יעדע ניין חדשים זאל אן אנדערער ארבעטן און צאלן פאר ביידע געהעריג בשעת'ן נישט ארבעטן?
 
די אלטערנאטיוו איז הייערן צוויי סעקרעטאן און יעדע ניין חדשים זאל אן אנדערער ארבעטן און צאלן פאר ביידע געהעריג בשעת'ן נישט ארבעטן?
ניין חדשים?
ער האט סך הכל געמענטשענד אפאר חדשים אוועראלל פער קינד.

נישט איעדער האט איין מאל יאר א קינד....
ואת"ל אז יא, איז אויך נישט יעדער אויף א מאל...

מ'רעדט בעיקר פון די תקופה ארום דאס געבוירן ספעסיפקלי נאך געבארט.

ווי איך, היינט מיט אדווענסט טעכנאלאגיע איז דא אסאך וועגן ווי אזוי צו ארבעטען פון היים וואס קען זיין פלעקסיבל.

דאס מיינט אז טאמער איז דאס א גוטע לאנג טערם ארבעטער, איז ענדירש צו האלטן דעם ארבעטער, ס'וועט זיין ביליגער אפילו אויב די חשבון איז נאר געלט.

וועליו פון דאלאר וואס ווערט געצאלט ווערט געמאסטן לויט עפישענסי און פראדאקטיווי.

אז מ'רעדט פון א דזשאב פארלאנגט וואס פערסאנעל סערוויס דעמאלט נעם טאקע אויף גראדועטס, אדער רעטייערד מענטשן.
 
דאס איז אלץ גוט און וואויל ווען די רעדסט פון די אלגעמיינע פאפולאציע
אבער ווען די רעדסט פון א סאסייעטי ווי מ'לערנט אויס אז די ציהל פון לעבן איז האבן קינדער, און די מענטשן האבן נישט קיין ספעציאלאציע און קיין שום פעלד, איז נישט דא קיין שום סיבה צו צווינגן ביזנעסער צו צאלן פאר ארבעטער אין אזא סנעריאו
אוואדאי קען יעדע ביזנעס אפמאכן פאר זיך וואס ס'לוינט זיך פאר זיי
אבער צווינגן עס צו צאלן (אזוי האב איך אפגעטייטשט "געבן אפיציעל אפאר חדשים") מאכט נישט קיין סענס
2. פאר א פרוי וואס ארבעט (וואס איז איר פולער רעכט). געבן אפיציעל אפאר חדשים באצאלטע אפרוה. (כאטש אזויפיל קומט זיך איר פארן טראגן א נפש פאר גאנצע ניין חדשים, ווער רעדט נאך אז געווענליך געבט זי זיך די מערסטע אפ מיט'ן קינד נאכן געבוירן.)
 
דאס איז אלץ גוט און וואויל ווען די רעדסט פון די אלגעמיינע פאפולאציע
אבער ווען די רעדסט פון א סאסייעטי ווי מ'לערנט אויס אז די ציהל פון לעבן איז האבן קינדער, און די מענטשן האבן נישט קיין ספעציאלאציע און קיין שום פעלד, איז נישט דא קיין שום סיבה צו צווינגן ביזנעסער צו צאלן פאר ארבעטער אין אזא סנעריאו
אוואדאי קען יעדע ביזנעס אפמאכן פאר זיך וואס ס'לוינט זיך פאר זיי
אבער צווינגן עס צו צאלן (אזוי האב איך אפגעטייטשט "געבן אפיציעל אפאר חדשים") מאכט נישט קיין סענס
האבן יעדע יאר א קינד איז סתם נישט די בעסטע איידיע.
איך האב געגעבן צוויי זאכן וואס דארף זיך טוישן און איינס איז געוואנדן אינעם צווייטן.

מ'בעהט די באעהרדע צו אוועקרוקן די ויכוח צו א באזונדערע אשכול אז מ'זאל זיך קענען אויסטענהן.

לאמיר דא לאזן פלאץ פאר חיזוק פאר א פארווייטאגטע יונגערמאן.
 
האבן יעדע יאר א קינד איז סתם נישט די בעסטע איידיע.
איך האב געגעבן צוויי זאכן וואס דארף זיך טוישן און איינס איז געוואנדן אינעם צווייטן.
אה דאס מאכט סענס
אבער איך מיין נאכאלץ אז די גייסט די פאקערטע וועג
די מאן זאל איר אויסהאלטן דעמאלטס, פארוואס די ביזנעס?
נישט קיין חילוק וויפיל קינדער
 
אה דאס מאכט סענס
אבער איך מיין נאכאלץ אז די גייסט די פאקערטע וועג
די מאן זאל איר אויסהאלטן דעמאלטס, פארוואס די ביזנעס?
נישט קיין חילוק וויפיל קינדער
די מאן זאל ענדערש סטאפן טוהן עפעס אנדערש.
 
איך וואלט געזאגט עס דארף זיין אזא 'קאמיוניטי פאנד' פאר דעם צוועק, טאקע ווייל עס איז נישט ראציאנאל צו פארלאנגען פון ביזנעסער צו שפייזן און ערמעגליכן מער קינדער, און וויבאלד עס ווערט געדרייווט ביי די סאשעל נארמס און קאמיוניטי וועליוס (אדער אומדירעקטע צווינגעריי) וואלט זיך געפאסט ווען די הוצאות ווערן אויך געדעקט כאטש אין טייל דורך זיי...

און אז מ'וויל אריינקריכן אין די סיבות פארוואס אונזער סאשעל נארם איז צו האבן אזוי פיל קינדער איז שוין דא אסאך געשריבן דערויף אין ק"ש (און אפשר אין אנדערע שנירלעך דאהי אויך). און ווי ביי יעדע סאציאלע פענאמענאן איז לכאו' דא מער ווי איין סיבה דערפאר. זיי נעמען אריין: די צורך 'נקמה צו נעמען אין דעם דייטש', דאס אז ס'דינט ווי א גדר אז די עלטערן זאלן נישט ארויספאלן (מוסדות, שידוכים, טעכנעלאגיע, וכו'.), און די מער אבוויעס רעליגיעזע און טראדיציאנאלע סיבות - וועלכע נעמען אויך אריין די טראדיציע פון האלטן פרויען אויף א 'פרויערישע שטאנד' - מעגליך אויך צוליב די פריערדיגע סיבה...
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב געהערט אז אין ענגלאנד באקומען די פרויען 12 חדשים נאכן האבן א קינד
 
Back
Top