דאס השתלשלות פון פרעמדע תנועות

ש'כח פאר'ן צוברענגען.
דאס איז דאך דירעקט גע'גנב'ט. דא איז שוין ניטאמאל א ספק.
עס איז א לייוו פערפארמענס נישט די ארגינעלע ניגון. איך ווייס נישט צו גנבנ'ן קומט דא אריין
 
גערעכט

אוואדאי קומט עס אריין מצד השתלשלות, און פרעמדע איינפלוס איבער די היימישע מוזיק, אבער פון די היימישע פערספעקטיוו איז טאקע לייוו אראנזשירטע מוזיק מער לויז, און ער האט נישט געזאגט קיינמאל אז ס'איז זיין אייגנס.
 
די תנועה "צוזאמען" פון יואלי גרינפעלד'ס אלבום זה איז 99 פראצענט א ג'גנבעטע תנועה. איך האב עס אמאל געהערט איך קען נישט דערמאנען וואו

View: https://youtu.be/ZvPeWR5-O04?si=539HLlFEAeiuf9a3
 
די תנועה "צוזאמען" פון יואלי גרינפעלד'ס אלבום זה איז 99 פראצענט א ג'גנבעטע תנועה. איך האב עס אמאל געהערט איך קען נישט דערמאנען וואו

View: https://youtu.be/ZvPeWR5-O04?si=539HLlFEAeiuf9a3
א שטארקע ראיה צו דיר, איז דאס אז דודי קאליש זונגט דערויף, וואס מיינט כנראה אז ער איז די קאמפאזיטאר.
ער איז באקאנט אלס אן אפענע גנב פון ניגונים.

ווי אויך הערט זיך עס ווי אן עלטערע ניגון פון די אכציגער אדער ניינציגער Rock and roll סטיל וואס מרדכי בן דוד האט גענוצט פאר אסאך פון זיינע ענגלישע ניגונים, למשל just one Shabbos, וואס איז רוהיג און ווערט מער באמבאסטיש ביי די הויכע פאל און דאן צוריק צו רוהיג... ודוק.

בלייבט נאר צו טרעפן די אריגענעלע.
 
די תנועה "צוזאמען" פון יואלי גרינפעלד'ס אלבום זה איז 99 פראצענט א ג'גנבעטע תנועה. איך האב עס אמאל געהערט איך קען נישט דערמאנען וואו

View: https://youtu.be/ZvPeWR5-O04?si=539HLlFEAeiuf9a3
דאס?
View: https://youtu.be/JnxTT7XXMPA?si=Uu3KX6H1BangmFXX

די פזמון האט זיכער די זעלבע תנועה אבער ס'איז אין א צווייטע פלאץ אין די סקעיל. די גאנצע ניגון פילט ענליך אבער דאך נישט אינגאנצן די זעלבע.

טאקע פון די קלאסיק ראק ענד ראלל ערא. פראדעצירט originally דורך Paul McCartney פון די ביעטלס

*שטעלט זיך ארויס אז ס'איז עלטער, א רוסישע ניגון Dorogoi dlinnoyu
View: https://youtu.be/HXRsILqKyyM?si=R5bcMpdDif163cnP
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין נישט קיין מבין צו זאגן א דעה דערויף, אבער ער זאגט אלץ נאך פונעם אמרי חיים אז די זכרון איז א גנב...
זיך דערמאנט אז איך האב געהערט מיט א יאר צוויי צוריק אז יואלי לעבאוויטש האט שוין ארוס געברענגט אז ס'איז די זעלבע ניגון/תנועה
 
ש'כח פאר'ן צוברענגען.
דאס איז דאך דירעקט גע'גנב'ט. דא איז שוין ניטאמאל א ספק.
דעי שוד לאור יום האט שוין לחיים געטוהן מיט יארן צוריק אויף "ליבי" מיט די אינטרא צו מקדש מלך עיר מלוכה!
 
עס איז גראדע א חסידי'שע ניגון, פונקט ווי הבה נגילה
שווער צו גלייבן,

אבער אדרבה קום אריין מיט דעטאלן אין מיין שנירל "דער השתלשלות פון א תנועה", (כדי נישט צו פארדרייען די שנירל דא).
 
דעם ניגון קען אודאי א-יעדער:

View: https://www.youtube.com/watch?v=qP-7GNoDJ5c

(איך ווייס צופעליג נישט פון וואו און פארוואס עס האט מיר כסדר געשפילט אין קאפ).

וואס זאגט איר צו די ענליכקייט צווישן דאס און די סקולענער 'וישמחו כל חוסי בך? (בעיקר דעם הויעכן פאל):
View: https://www.youtube.com/watch?v=P3xmzbefGCE

און אויב נישט דאס, אפשר די סקולענער לא תבושו? כ'האף איר כאפט פון וועלכע ניגון איך רעד - ס'איז דאס וואס מ'פירט זיך צו זינגען נאך די 'ברוך השם אשר נתן מנוחה' ניגון...
 
שווער צו גלייבן,

אבער אדרבה קום אריין מיט דעטאלן אין מיין שנירל "דער השתלשלות פון א תנועה", (כדי נישט צו פארדרייען די שנירל דא).
די קדש ורחץ ניגון איז פון ר' יוסל טאלנער
View: https://youtu.be/6yvqp8LkTi8?list=OLAK5uy_ljekerF2Ght_p2shBbuUHJ2Ci0k9fdbn0&t=144

הבה נגילה איז דאך געווען די זיבעטע הקפה ניגון אין בעלזא וואס מ'האט אויפגעהערט זינגען ווען עס איז געווארן א ציוניסטישע ניגון, עס איז גאר אן אלטע ניגון וואס איז געזינגען געווארן אין אסאך פלעצער, לעצטנס האט מען עס צוריק גע'כשר'ט אין בעלזא און אין וויזניץ
View: https://www.youtube.com/shorts/HqWg-PGxLhE

View: https://youtu.be/I11GnSwLQ7A
 
לעצט רעדאגירט:
די קדש ורחץ ניגון איז פון ר' יוסל טאלנער
דאס דארף מער מחקר...

די ניגון פון יוסל וואס דו ברענגסט איז לדעתי (אן מאכן מער ריסוירטש) א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע, געבויט אויף די אריגענעלע. (אביסל פארלענגערט די צווייטע פאל, און צוגעלייגט א דריטע, באקאנט אלס די שם הוי' סטיל ביי חסידים.)

ווען דו האסט צוויי ווערסיעס, און איינס הערט זיך מער סאפיסטיקירט און מאדערן, געווענליך איז די מער סאפיסטיקירטע די שפעטערדיגע.

איך שפעקוליר אז ס'איז א ראמענישע פאלקס ליד וואס ס'איז געווען באקאנט דעמאלט.

1. אויף די מונקאטשער קליפ פון די יונגען זינגען זיי עס אן קיין ווערטער אבער אקוראט ווי קדש ורחץ.
2. בכלל וואלט איך געזאגט אז די ניגון אויף קדש ורחץ איז געווען באקאנט פאר די טאלנער ניגון (און ער האט עס געבויט אויף דעם און נישט אויף דער אריגענעלער). אבער אויף דעם דארף איך מאכן מער ריסוירטש.
 
פארוואס נישט זאגן אז די ניגון איז פארקירצערט געווארן און דערנאך ארויפגעלייגט געווארן אויף קדש ורחץ?
 
פארוואס נישט זאגן אז די ניגון איז פארקירצערט געווארן און דערנאך ארויפגעלייגט געווארן אויף קדש ורחץ?

ווען דו האסט צוויי ווערסיעס, און איינס הערט זיך מער סאפיסטיקירט און מאדערן, געווענליך איז די מער סאפיסטיקירטע די שפעטערדיגע.

נאכאמאל ס'איז אלעס נאר אויפן מינוט.

ס'דארף מער מחקר. לכשאפנה...
 
וואס זאגט איר צו די ענליכקייט צווישן דאס און די סקולענער 'וישמחו כל חוסי בך? (בעיקר דעם הויעכן פאל):
איך האב אינזינען געהאט צו ענטפערן...

איך זעה נישט עכט די ענליכקייט.
 
פארוואס נישט זאגן אז די ניגון איז פארקירצערט געווארן און דערנאך ארויפגעלייגט געווארן אויף קדש ורחץ?
זעה איך יעצט אז אין שנים קדמוניות, פאר אייוועלט איז געווארן ווי רוסלאנד, איז געווען שוין דארט אזא דיסקוסיע, און די מונקאטש טאנץ קליפ איז נישט געמעקט געוווארן אפי' ס'האט געמישטע טענץ.

זעה דא.

(נישט אז מ'קומט דארט ארויס מיט א קלארע ענטפער, אבער סתם אינטערסאנט... מ'רעדט דא פון כמעט צוואנציג יאר צוריק!

אז איינער האט א אייוועלט ניק, קען ער פאר פאן ארויפברענגען די אשכול מיט מיין טענה
"ווען דו האסט צוויי ווערסיעס, און איינס הערט זיך מער סאפיסטיקירט און מאדערן, געווענליך איז די מער סאפיסטיקירטע די שפעטערדיגע."

און זעהן אויב עס ווערט געמעקט.)
 
איך זעה אז איינער האט דיך געפאלגט, אין דערווייל שטייט עס נאך דארט
1742348755890.png
 
די קדש ורחץ ניגון איז פון ר' יוסל טאלנער
View: https://youtu.be/6yvqp8LkTi8?list=OLAK5uy_ljekerF2Ght_p2shBbuUHJ2Ci0k9fdbn0&t=144

הבה נגילה איז דאך געווען די זיבעטע הקפה ניגון אין בעלזא וואס מ'האט אויפגעהערט זינגען ווען עס איז געווארן א ציוניסטישע ניגון, עס איז גאר אן אלטע ניגון וואס איז געזינגען געווארן אין אסאך פלעצער, לעצטנס האט מען עס צוריק גע'כשר'ט אין בעלזא און אין וויזניץ
View: https://www.youtube.com/shorts/HqWg-PGxLhE

View: https://youtu.be/I11GnSwLQ7A
אויך אמונת ישראל און סקווירא
 
Back
Top