- זיך איינגעשריבן
- אוג. 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 143
- רעאקציע ראטע
- 361
מהאט זיך איינגעבראכן?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
מהאט זיך איינגעבראכן?
איינער האט שווערע בויך דריקעניש פין די מצות...קאפי פעיסט פון א שווערע העיטער אויף וואטס אפ
א גוטן צו אייך טייערע אידן, לאמיר אויסשמועסן א נושא.
ווי דער עולם האלט מיט די לעצטערע יארן איז ארויפגעקומען אויפ'ן ארענע ביי כלל ישראל א פרישן פערזאן מיט'ן נאמען יואל לאנדא. א באקאנטן פיגור, באוואוסט אלס אן עושר, מאכט חלוקות פאר יום טוב, רעדט אין בארקלעיס, און אזוי ווייטער.
אויבן אויף זעט זיך נישט אויס אז ס'זאל זיין א פראבלעם; ער טוט זייער חשובע זאכן מיט זיין געלט; העלפט ארויס פיל אלמנות, מנדב בנינים פאר די מוסדות, האלט אויס א כולל, און נאך.
ועל של עתה באתי.
מיר אידן האבן באקומען אן אויפגאבע פונעם גרויסן באשעפער דער מלך מלכי המלכים אז מיר זאלן זיך אויפפירן ווי אידן, טון מצוות, לערנען, דאווענען, נישט טון קיין עבירות, זיין אפגעהיטן; און דאס איז דער שטרעבן פון יעדן טאטע אז זיינע קינדער זאלן אזוי טון, זיך פירן בדרכי התורה, און דאס פרובירט מען מחנך צו זיין אונזערע קינדער. דאס נעמט אריין אין זיך יעדן איינעם אן אויסנאם. יעדער איד וואונטשט זיך זיין זון זאל זיין א ירא שמים, יעדער איד וואונטשט זיך זיין זון זאל זיין א רבי עקיבא אייגער, א חתם סופר; און טון דעם רצון השם.
עס פארשטייט געוויס יעדער אז די צייט צו מחנך זיין איז בעיקר ווען די קינדער זענען נאך קליין - אונטער די בר מצוה - און די עטליכע נאכפאלגענדע יארן ביז די יאר פונעם בן שמונה עשרה לחופה, ווארום דאן איז די צייט אריינצולייגן תורה וירא''ש; און געווענליך דאס וואס מען האט דעמאלטס אריינגעלייגט דאס בלייבט בעז''ה אויף שטענדיג.
דער פראבלעם שאפט זיך אבער ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר און נעמען אפיר דעם שטענדערל אויסגאבע וואו עס שטייט געשריבן מיט קידוש לבנה אותיות אויפ'ן דעקל אז אינעם היינטיגן נומער ווערט באשריבן די מעשה פון יואלי לאנדא'ס העליקאפטער.
לאמיר דאס צונעמען. דער מח פון א קינד איז אפען צו יעדן זאך וואס ער זעט, צי לטב צי לרע. יעדע זאך וואס ער זעט אין זיינע אינגע יארן האט אן עפעקט אויף שפעטער. וואס ער זעט אז דאס איז חשוב, דאס ווערט ארויפגעקוקט, גייט אריין טיף טיף אין זיינע מח קעמערלעך אז דאס איז דער ציל אויף דער וועלט.
די שטענדערל אויסגאבע איז געשטעלט צו אריינקריצן אין די קליינע מוחות פון די תינוקות שלא טעמו טעם חטא אז יואלי לאנדא איז דער רשכבה''ג ווי כאילו ער איז בכלל עפעס א מאן דאמר.
היינט איז יואלי לאנדא געפארן מיט א העליקאפטער דא; היינט איז יואלי לאנדא געפארן מיט א העליקאפטער דארט. זיין טאטע איז געפארן מיט א עסקאורט פון דא ביז דא. דער 'מוסר השכל' וואס מ'קען זיך ארויסלערנען פון די פחד וואס ער האט געהאט איידערן זיך אויפשטעלן אין בארקלעיס... וואס??? דאס לייענען אונזערע קינדער?
אפיציעל איז דער אויסגאבע געשטעלט אויף עבודת התפילה. אפיציעל. ריקט זיך אן איינער, א איד מיט א גרויסן סמארטפאון און איז מחנך דעם שטאט. אינגערמאן, קיינער האט דיר נישט געפרעגט, קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן דיין מיינונג, און נעם דיר דיין גאנצע האב און גוטס און ווער פארשוואונדן פון אונזער האריזאנט. שטייט אין שלחן ערוך אז ווער עס רעדט ביי הויכע שמונה עשרה איז גדול עוונו מנשוא, מיינט דאס אויטאמאטיש אז מען קען אנעקסירן דעם הלכה צום ריכטונג אז מ'טאר נישט רעדן בײ מה טובו. און מ'דארף מעורר זיין, אויף א שיינע וועג פארשטייט זיך, העלא? ערעב איד? רבותינו הקדושים זי''ע פלעגן רעדן ביים דאווענען ביז ברוך שאמר און פון נאך שמונה עשרה, ווייל דאס איז 'מותר' עפ''י הלכה. יארע תשפ''ה, ס'איז נייע צייטן, נאמאר תורה, נאמאר שלחן ערוך, היינט טוט מען וואס יואלי לאנדא וויל. ער איז געווארן א ריכטיגער געטשקע ר''ל.
און דער אויסגאבע רעדט דאך קוים פון דאווענען... דארט ווערט געליפטערט דער פונקטליכע סקעדזשול פון יואלי לאנדא: ווען ער שטייט אויף, ווען ער דאווענט, ווען ער גייט הכנות, וויאזוי ער עסט, וואס ער עסט, וואס זיין מהלך המחשבה איז, וואס ער האלט אז די תורה פארלאנגט, און וויאזוי א איד דארף זיך אויפפירן. אלעס לפי דעת קדשו פון יואלי לאנדא. און קינדער לייענען דאס... ווייל מ'שיקט עס אהיים בחינם. די וועלט זאגט בחינם באקומט מען כינים; און נאך ווי...
היינט צוטאגס איז יואלי לאנדא דער מחנך פון די יוגנט. ווען ער באשליסט אז נאך עפעס א געדאנק דארף געליפטערט ווערן צו די אומשולדיגע קינדערלעך פראקלאמירט מען אין די גאסן אז ס'קומט א מעמד אזאנס און אזעלכעס. וועלכע אינגל וועט דען נישט גיין; א 'מעכטיגע' פראגראם, אין צוגאב צו לאנגזאם-פעלדמאן, אדער עפעס אן אנדערן גאסט וואס דער טאטע דארף זיין ממש א רשע נישט צו לאזן זיין קינד גיין. חוץ מזה וואס יואלי לאנדא אליינס מאכט דעם מעמד, און ווער איז דער אינגל וואס זעט את אלו יוצאים ולא.....
אין די מוחות פון די קינדער ווערן מער און מער אריינגעבאקן אז די חשיבות אויף דער וועלט איז געלט, געלט און נאכאמאל געלט. עס בלייבט אפי' נישט איבער קיין פלאץ פאר נאך זאכן. ערב, בוקר, וצהרים, חלומ'ן די קינדער פון יואלי לאנדא, ווען זיי זעען א רייכע קאר פרעגן זיי אויב דאס באלאנגט פאר יואלי לאנדא, ווען מ'גייט חול המועד האלטן מיט א העליקאפטער רייד 'אזוי ווי יואלי לאנדא'? יואלי לאנדא, יואלי לאנדא, יואלי לאנדא. איינמאל און נאכאמאל.
עלטערן וועלכע לאזן אריין אין שטוב דעם שטענדערל אויסגאבע וועלן זיך וואונדערן דריי יאר ארום וואס אזאנס עס האט געקענט פאסירן צו זייער טייער קינד, אבער דעם אמת וועלן זיי נישט וויסן; ווייל אמער, קיינער באשולדיגט נישט זיך אליין. דער שטרעבן פון די קינדער וועט נישט זיין צו זיין א תלמיד חכם. דער קינד וועט שטרעבן צו זיין אן עושר.
די ברירה ליגט אין אונזערע הענט. אבער רייסן די האר פון קאפ עטליכע יאר ארום, אדער רייסן בלעטער פונעם שטענדערל יעצט. ובחרת בחיים.
הייסט ווען א רבי פארט מיט א פריוואטע פליגער אויף וויקאציע וואס קומט פין א ארימאנס געלט מעג מיין זון ליינען אבער יואלי לאנדא וואס פליט מיט זיין אייגען געלט וועט שאטען מיינע קינדער (איך בין נישט א חסיד פון יואלי לאנדא איך האלט אז ער איז פארוקט)קאפי פעיסט פון א שווערע העיטער אויף וואטס אפ

גוט געזאגט!הייסט ווען א רבי פארט מיט א פריוואטע פליגער אויף וויקאציע וואס קומט פין א ארימאנס געלט מעג מיין זון ליינען אבער יואלי לאנדא וואס פליט מיט זיין אייגען געלט וועט שאטען מיינע קינדער
אלס וואס איז ער פארוקט לדעתך?(איך בין נישט א חסיד פון יואלי לאנדא איך האלט אז ער איז פארוקט)
איך זע אסאך שטריכן צווישן יואלי לאנדא און דאנאלד טראמפ
א מענטש וואס זיכט אטענטשען ווי ער גייט איז פארוקט
פארוואס דען האט ער זיי געהייערט, אז זיי זאלן פליזן זיין שכן?זיין סטעף פון הונדערטער ארבעטער, צענדליגע פראדשעקטס, ארבעטן גאר שווער ארום די זייגער נאר אים צו פליזן
א מענטש וואס ניצט נאר אידישע ביזנעסער פאר זיינע אטענטשען, אפילו עס קאסט אים אסאך טייערער קומט זיך קרעדיט
ס'איז נישט קיין סתירה...דא ליגט ווייטער אסאך העיט... ער טוט אסאך גוטע זאכן מיט זיין געלט, הלואי ירבו כמותו בישראל, און אלע עשירים זאלן אים נאכמאכן!
עס איז אביסל שווער צו גלייבן אז ער זוכט דווקא צו זיין לשיחה בפי הבריות, וויל עס איז באקאנט אז ער שפרעכט זיך כסדר אפ פון עיה"ר. אבער העי, יו נעווער קנאו.