דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

ער האט געטראפן א נייע רבי... ער איז נעכטן געווען ביי האדמו"ר מגור וואס קומט קיין אמעריקע לטובת זיינע מוסדות אין צוגעזאגט 2 מיליאן דאללער פארן רבי'ן און אז ער גייט אויך שאפן פון זיינע חבירים נגידים נאך 6 מיליאן דאללער
 
ס'איז אזױ אינטערסאנט אז דער ריבניצער און דער קערעסטירער זענען א דוגמא פון צװײ רעבעס װעלכע מ'האט גרױס געמאכט שױן פולע יארן נאך זײער פטירה. און אלץ דוקא דורך געלטס-מענטשן און נישט דורך רעבעס אדער משפיעים.
איך װאלט צוגעלײגט צו דער ליסט אױכעט דעם תוס' יו"ט נאר אים װײס איך נישט צו ער האט שױן געהאט א שטיקל נאמען פריער און לאנדױ האט עס נאר מחדש געװען.
געב עס א הונדערט יאהר און רובאשקין װעט זײן א תוס' יו"ט. דער ריבניצער האט ער ליב צוליב זײנע אותות ומופתים; דער קערעסטירער צוליב זײן גרױסע טָאפּ װאס הערט נישט אױף גיבן און דער תוסי' יו"ט צוליב זײן פארהאנקערן זיך מיט'ן געזעץ. א ריכטיגער הדבק במידותיו דער יואלי.
biggrin.gif
 
לעצט רעדאגירט:
יואלי לאנדא טעגליכע נייעס באריכט:
ערב שבועות 11:10 אינדערפרי, עס קומט אריין די נייעס אז יואלי לאנדא האט זיך געלאזט אפשערן היינט. דאס קומט מיט א טאטאלן שאק, נאך וואס עס איז געווען אנגענומען ביים עולם אז עשירים פון זיין לעוועל שערן זיך נישט, נאר זייער האר פליט אוועק יעדע שטיק צייט בדרך נס.
געוויסע האבן אנגעהויבן צווייפלען אין זיין עשירות, אנגעבנדיג אז דאס וואס ער שערט זיך איז באווייז אז ער איז א פשוטע עמך-איד. קאנספיראציע טעאריקער טענה׳ן אבער אז בעצם האט ער יא גרויסע עשירות אבער די סיבה ער שערט זיך ווי א עמך-איד איז צי איינרעדן די שטייער-אגענטור אז ער האט מער נישט קיין געלד, און אזוי וועט ער נישט דארפן צאלן אזויפיל טעקס די יאר.
 
א ראיה אז יואלי לאנדוי'ס האר פליהט אװעק בדרך נס האט מען אלעמאל געברענגט פון דאס אז זײן מארדע זעהט שטענדיג אױס ראזירט בעת װאס ס'לא יעלה על הדעת אז אזא שטארע פארערער פון תוס' יו"ט און פון ר' זאלי טט"ב זאל זיך שערן די בארד. אונטערן היט האט מען דאך נישט געזעהן. ביז עמיצער האט אפירגעברענגט א בילד פון 20 יאר צוריק װי ס'איז ניכר אז אביסל האר אױף זײ טשין האט ער נאך דאן יא פארמאגט. נאר אנדערע װידער װילן טענה'ן אז דעמאלס איז ער נאכנישט אזא גביר געװען װי הײנט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top