דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

געווארפן א נאסע ליילעך... עי' ויואל משה סי' קטז עד קכא
נאכגיקוקט ווי אהנגצייכענט
ער רעדט פון נישט מחזק זיין ציונים
מהיכי תיתי
דאס איז א סוגיא פאר זיך.

אז מוסדות התורה זאלן נישט נעמען פון
די ממשלה ווערט נישט דערמאנט לאיסור

עס איז א חומרא און א זהירות , א שיינע התנהגות
אבער בכלל נישט קיין הלכה ,
אזוי ווי די גמרא זאגט

הרוצה ליהנות יהנה כאלישע ,
שמואל הנביא האט נישט נהנה גיוועהן
אבער ער קען נישט האבן טענות צו אלישע הנביא
ותן לחכם ויחכם ודי בזה
 
זיי ברענגן אז די רבי האט געזאגט אז ער האט זיער געוואלט ארויסגעבן א עקסטערע חיבור מבאר זיין די איסור פון נעמען געלט פון רשעים אבער ליידער איז ער אוועקגעפאלן מיטן סטראוק ל"ע
 
קען זיין , אבער למעשה האט ער נישט גישריבן
נישט אין ויואל משה , און נישט אין על הגאולה,

ר׳ מנשה פילאפ האט מחבר א דיקן ספר פרשת
הכסף , באמת נישט קיין בירור הלכה , נאר א
אנווארפעניש פון ליקוטים , און מאמרים , וואס
ווייזט אומקלארקייט ,
ער ברענגט גראדע יא , פון בעל דובב משרים
אז ער האט גיהאלטן אז די געלט פון די ממשלה
איז מותר ,
ער האלט אנדערש.
ממילא אויב איינער פירט זיך ווי דער טשעבינער
גאון , שלא כדברי הרב מנשה פילאף , יש לו על מה
לסמוך בשופי .
 
זיי ברענגן אז די רבי האט געזאגט אז ער האט זיער געוואלט ארויסגעבן א עקסטערע חיבור מבאר זיין די איסור פון נעמען געלט פון רשעים אבער ליידער איז ער אוועקגעפאלן מיטן סטראוק ל"ע
וואס הייסט עס איז דער כח הפועל בנפעל
 
באלאנגט עכט נישט דא אבער ער שרייבט און די בריוו אויף צירוק אז אפאר רבנים ארבעטן עפעס נישט מיט בנוגע גיוס, איך האב נישט עכט מיטגעהאלטן לעצטענס קען מיר איינער מסביר זיין מי ומי ההולכים?
לכאורה מיינט ער בעלז, וואס האט נישט געשטימט בעד הפלת הממשלה, און גייט אפשר באלוינט ווערן מיט די משרד השיכון.
 
ביי קבלת התורה , זאגט ער ,והעם אל יהרסו לעלות
א מענטש דארף ציוויסן זיין פלאץ , לויט זיין השגה
און פארשטאנד.
דער נגיד המדובר , איז אבוויאוסלי לעקינג דעם
פארשטאנד , ער טאטשט בצל הכסף בצל החכמה
כפשוטו , אז מיט געלט קויפט מען חכמה ,
ער האט פארהוילן די פסוק לא לחכמים לחם
מען קען מצליח זיין און זאמלען געלט און כבוד,
אבער שכל קויפט מען נישט .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לדעתי איז דער גערער רבי די זעלבע עושר, און דאס וואס ער רעדט אריין אין האקעלע עניינים אין כנסת איז פונקט די זעלבע פראבלעם ווי יואלי לאנדא'ס אריין רעדן אין זיין מוסדות.

אבער דער עולם פארגעסט דא די עיקר פון יואלי לאנדא'ס בריוו. ער שטופט דא אן אדזשענדע אז די וועג פון זיך 'שלאגן מיט די ציונים' איז דורך פארמאכן אלע כוללים און שיקן די יונגעלייט ארבעטן. און נישט די ליידיגייערס, וואס צו דעם זענן אלע מסכים. ער שטעלט צו די מתמידים און גדולי תורה וואס ליגן אין לערנן אגאנצע טאג צו די מרגלים.
 
מה ענין שמיטה אצל הר סיני
דער גורער רבי איז דער ראש פון א חסידות
זיי האבן עלעקטעד א רעפרעסענטעטיןן צי די
כנסת , וואס האט די ממשלה , איז זיין דוטי אריין
צירעדען אין מעניוווערן
הנגיד המדובר , האט קיינער נישט גיפרעגט
און ער איז בכלל נישט דער בר הכי ,
איז אויף איהם גיזאגט והעם אל יהרסו
 
וואס הייסט קיינער נישט געפרעגט?

גורע רבי האט אים געדארפט, ער האט גענומען פון אים פרעזענליכע מתנות, און ער זאגט אים צוריק זיין מיינונג
 
מה ענין שמיטה אצל הר סיני
דער גורער רבי איז דער ראש פון א חסידות
זיי האבן עלעקטעד א רעפרעסענטעטיןן צי די
כנסת , וואס האט די ממשלה , איז זיין דוטי אריין
צירעדען אין מעניוווערן
הנגיד המדובר , האט קיינער נישט גיפרעגט
און ער איז בכלל נישט דער בר הכי ,
איז אויף איהם גיזאגט והעם אל יהרסו
גערער רבי טיילט איין דיעות פאר מענטשן, און יואלי לאנדא אויך...

יעדער קען איינטיילן דיעות.
בדרך כלל האלטן זיך מענטשן אפ פון טיילן דיעות ווען זיי ווייסן אז מ'גייט זיך צו זיי נישט צוהערן.

גורער רבי ווייסט אבער אז ער האט יא א כח, און מענטשן גייען אים יא הערן, טיילט ער טאקע יא איין.
יואלי לאנדא האט רעאליזירט אז ער האט אויך א כח (מדין ווער ס'האט די מאה האט די דיעה), טיילט ער אויך איין.

די איינציגסטע פעלער וואס איך זעה דא מיט יואלי לאנדא'ס פעולה איז אז ער האט עס מפרסם געווען. די פרסום גייט אים לכאורה נישט העלפן דערגרייכן זיין ציל (אז גור זאל אויפהערן נעמען געלט), נאר ס'גייט אים דערווייטערן פון זיין ציל.
 
אז מען דארף ארויס זאגן ברחל בתך הקטנה
דער נגיד המדובר , קומט פארקויפן ״כשר געלט״
איז זיין געלט כשר ?
 
ווילסט וויסן וויאזוי מ'דארף טון אויפן אמת?

אויפן אמת, וואלט געווען גאר א גוטע זאך ווען מוסדות נעמן נאר געלט פון מענטשן וואס ווילן עכט אז די מוסד זאל אנגייען, גלויבט אין די זעלבע תכלית ווי די מוסד, און גיבט געלט בלב שלם מיט א כוונה להגדיל תורה ולהאדירה.

דאס איז נאר מעגליך ווען איינער איז גרייט צו לעבן און פירן במסירות נפש, און ארבעטן טאג און נאכט למען ה' ותורתו. וויבאלד כלל ישראל קען נישט ווארטן ווילאנג די ציבור ווערט געפירט דורך צדיקים, האט מען זיך געלאזט פאר די מדינה, גראבע בעלבתים, סעלפיש רביס, און ראשי ישיבות שחצנים.

יואלי לאנדא'ס געלט איז פונקט אזוי כשר ווי די מדינה געלט, ביידע גלויבן נישט אין די תכלית. עטוואס איז ער בעסער, ווייל כאטש אידישקייט וויל ער, און אסאך פון די מחליטים אין די מדינה גלויבן שוואך דערין. אבער כשר? דאס איז צו פיל צו בעטן.
 
לעצט רעדאגירט:
גערער רבי טיילט איין דיעות פאר מענטשן, און יואלי לאנדא אויך...

יעדער קען איינטיילן דיעות.
בדרך כלל האלטן זיך מענטשן אפ פון טיילן דיעות ווען זיי ווייסן אז מ'גייט זיך צו זיי נישט צוהערן.

גורער רבי ווייסט אבער אז ער האט יא א כח, און מענטשן גייען אים יא הערן, טיילט ער טאקע יא איין.
יואלי לאנדא האט רעאליזירט אז ער האט אויך א כח (מדין ווער ס'האט די מאה האט די דיעה), טיילט ער אויך איין.

די איינציגסטע פעלער וואס איך זעה דא מיט יואלי לאנדא'ס פעולה איז אז ער האט עס מפרסם געווען. די פרסום גייט אים לכאורה נישט העלפן דערגרייכן זיין ציל (אז גור זאל אויפהערן נעמען געלט), נאר ס'גייט אים דערווייטערן פון זיין ציל.
איך מיין אז די ציל איז נישט זיי זאלן אויפהערן נעמען געלט, די ציל איז צו מפרסם זיין אז ער האט געשריבן א בריוו...
 
א געהעריגע משלחן מלכים סטייל ...
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 130759.jpeg
    130759.jpeg
    375.1 KB · געזען: 240
  • 130761.jpeg
    130761.jpeg
    352.8 KB · געזען: 231
  • 130763.jpeg
    130763.jpeg
    365.3 KB · געזען: 204
  • 130765.jpeg
    130765.jpeg
    342.4 KB · געזען: 195
  • 130767.jpeg
    130767.jpeg
    350.8 KB · געזען: 182
  • 130769.jpeg
    130769.jpeg
    335.2 KB · געזען: 182
  • 130771.jpeg
    130771.jpeg
    362.5 KB · געזען: 179
  • 130773.jpeg
    130773.jpeg
    350 KB · געזען: 185
  • 130775.jpeg
    130775.jpeg
    357.4 KB · געזען: 204
  • 130777.jpeg
    130777.jpeg
    622.1 KB · געזען: 232
Back
Top