דאס פינטעלע איד

א גוטן אייך טייערע חברים, ביוטיפול אידן פונעם 21סט'ע יאר הונדערט, הע"י

די נקודה (נפ"א) וואס איך וויל דא ארויסברענגן איז נישט קיין גרויסע חידוש, און איך שטעל מיך פאר אז ס'איז שוין ארויסגעברענגט געווארן בעבר, אויף קאווע שטיבל אדער אפשר אפילו דא, איך וועל נאר ברשותכם עס פרובירן ארויסברענגן מיט מיין סגנון, נישט די מערסטע שרייבעריש אבער יא פון טיפ'ן הארצ'ן.

און איך וועל מיך פרייען צו הערן אייערע געדאנקען ארום דעם.

***
מ'זאגט נאך פונעם חידושי הרי"ם ז"ל אז ער האט געטייטש די ברכה פון "מגן אברהם" אז דאס גייט ארויף אויף "דאס פינטעלע איד" וואס איז מושרש אין יעדער וואס איז נאר מזרע אברהם יצחק ויעקב, און השי"ת טוט אויף דעם היטן אז עס זאל קיינמאל נישט פארלאשן ווערן.

הנוגע לעניננו, דאס פינטעלע, דאס עסענס פון זיין א איד איז די ענין פון "אברהם."

און וואס איז דאס די ענין פון אברהם?

מ'הייבט שוין באלד אן צו ליינען ספר בראשית, גאר מיסטריעז און אינטערסאנט איז דאס וואס פלוצלינג ווענדט זיך גאט צו "אברהם" דער זון פון תרח בן נחור און נעמט אים אריין אין זיין שויס, און די רעשט איז היסטאריע (לאמיר נישט אריינגיין אין די דעפענישאן פון "היסטארי"... נישט דאס איז די ענין דא).

וואס האט אברהם זוכה געווען? אויף דעם קומט דער מדרש און פארציילט אונז.

אונזער גרויסע הייליגע זיידע אברהם, אחד היה, ער איז געווען די ערשטע און איינציגער וואס האט גענייגט זיין געוויסן צו די געטליכע רוף וואס שרייט זיך ארויס פון די בריאה.

ער איז נישט נאכגעגאנגען די צייטגייסט פון געצנדינעריי (וואטעווער דעט איז), נאר צוגעהערט צו די איידעלע ריינע קול וואס בלויז אזעלכע וואס זענען גרייט זיך מתבודד צו זיין, און מתבונן זיין, אביסל, זענען זוכה צו הערן.

ער האט זוכה געווען צו נבואה, א קלארע און זיכערע קאנוויקציע, איבער די חשיבות און וויכטיגקייט פון זיך אונטערבייגן צו די געטליכע רוף צו לעבן גוט, איינגעהאלטן, דערהויבן, און מיטטיילן גוטס און גענאדע מיט אלא באי עולם.

ער האט איינגעזעהן אז דער מענטש קומט נישט צו לעבן ווי נאך א חיה, נאר דארף נאכגיין די מאראלן וואס פאלגן נאך דאס איינזעהן אז די בריאה איז עפעס וואס איז ווערד צו טשערישען, צוגעבן צו, בויען, מיט הכנעה און נדיבות לב.

אט דאס איז דער ענין פון "אברהם", צו צוהערן צו די געטליכע רוף וואס אזוי פיל לייגן נישט צו קאפ דערצו.

***

איז וואס איז דאס נוגע פאר אונז?

האמיר דאך שוין מקדים געווען די געדאנק וואס איז דעיר ענד נעיר צו אונזער פאלק'ס הארץ, נעמליך אז דאס פינטעלע איד, די נקודה פון "אברהם" ווי די חידושי הרי"ם רופט עס, איז עפעס וואס איז דא אין יעדער איד אין יעדער תקופה.

טא, וואס טוט א איד וואס מעדיטעיט אביסל, ער קוקט זיך ארום אין די ריזיגע הערליכע מאנסטערישע בריאה, ער איז נוקט אומנות אבותיו בידו, שפיצט אהן זיינע אויערן צו די קול און רוף פון גאט, און ער הערט בערך אזוי:

יא ס'איז מיסטעריעס, יא ס'איז אינסוף, פול מיט פיין און לייד, א ריזיגע כאאס און צומושעניש, אבער רבי איד, גאט ערווארט זאלסט האלטן דיין קאפ און הארץ אפן און רוהיג, קוק נישט צוריק צו מהפכת סדום, אדער מהפכת אירופה, אדער סיי וועלכע טראומע-ברעגנדע געשעענישן און פאקטן, נייג דיין געוויסן צו די חסד וואס שרייט זיך ארויס פון גאט'ס בריאה, גיי נעם ארום דיינע קינדער, מאך זיכער אז זיי ווייסן זייערע שטארקייטן און מעגליכקייטן, און אז גאט וויל אז זיי זאלן וועהלן, און שטרעבן, צו לעבן, פרייהייט און דאס נאכגיין פרייליכקייט...!

דער איד קוקט זיך ארום, איין מינוט, אויב בין איך אברהם, מיינט אז איך דארף, מיט פארזיכטיגקייט און אחריות, נעמען א גרויסע האק, און פטור ווערן, נאכאמאל, אויף א קלוגע און אחריות'דיגע אופן, פון טראומאטיש געטריבענע געצנדינעריי, וואס האלט אונז דערשטיקט ביים האלדז, און לויפן אריין צו די ארעמען פון דער גרויסע אלמעכטיגער גאט, וואס ער איז זוכה צו הערן זיין רוף: לעהב גוט, מיין קינד, לעהב גוט.
 
לעצט רעדאגירט:
הערליך אויסגעדריקט אזא גוטע ענערגיע!

ס'פיהלט זיך ווי אזא הודעה איז געשריבן געווארן אונטערן רושם פון א השראה וואס נאגט מיטצוטיילן מיט אנדערע אז מ'קען הנאה האבן פונעם לעבן! מ'קען לעבן מיטן פינטל! ❤️
 
Back
Top