דו האסט נישט קיין קשיות; דו האסט תירוצים! (די וועלט, י"א)

יוסקע ווארטעמאן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
74
רעאקציע ראטע
679
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י"א - דו האסט נישט קיין קשיות; דו האסט תירוצים!

מען קען טרעפן אלע פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

אינעם פאריגן ארטיקל האבן מיר פארגעשטעלט א יסודות'דיגן קאמפאנענט פונעם מאדערנעם וויסנשאפטליכן וועלטבאנעם – די 'גרויסער זעץ' טעאריע. מיר האבן זיך באקענט מיט איר אויפן שפיץ גאפל ממש, אין גאר ברייטע און שיטערע שטריכן, אן אריינגיין אין די קאמפליצירטע און דקות'דיגע פרטים און אן אהערשטעלן סיי וועלכע באווייזן אדער הוכחות פאר די ווייטגרייכנדע פראפאזיציעס וואס זי שטעלט פאר. וכאן הקריטיק שואל: צי פאדער איך נישט דא קיין בלינדע אמונה פון מיינע צוהערער? צי פארלאנג איך נישט אמונה פשוטה אין מיינע טעאריעס?

עס איז כדאי ביי דעם פונקט זיך אפצושטעלן א מינוט ארומצורעדן מיין ציל מיט דער סעריע. ווי איר נאמען פארשפרעכט, קומט זי צו רעדן וועגן 'די וועלט, דער מענטש און אידישקייט'. באמת איז דאס אזוי ארומנעמיג און אזוי אמביציעז, אז עס וואלט ווען כמעט געפאסט איר אנצורופן 'הכל בכל מכל'! צי האב איך מיך ארויסגעלאזט שרייבן אן ארומנעמיגע ענציקלאפעדיע פון דער וועלט'ס וויסנשאפט? צי איז דאס רעאליסטיש מיט דער באגרעניצטער צייט, ענערגיע און וויסנשאפט וואס איך פארמאג?

און דא שטעקט א געוויסע פארלעגנהייט. איך האב צוויי אפציעס: אדער קען איך שרייבן וועגן אסאך נושאים אבער נאר אין ברייטע שטריכן; אדער קען איך זיך פארטיפן אין ווייניגער נושאים אבער מער בעמקות.

און דא קער איך מיך אום צו מיין ציל מיט דער סעריע. די סעריע שטרעבט צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אינעם חרדישן וועלטבאנעם, מיט זיינע הנחות, ידיעות און שטאנדפונקטן, און אים אויסצושטעלן צו אן אלטערנאטיוון וועלטבאנעם באזירט אויף סייענס, ברייטער וויסנשאפט און א קריטישער באציאונג. די באגרעניצונגען אינעם פארנעם פון דער סעריע מיינט אז זי קען נישט שטרעבן אויפצואווייזן אלעס און איבערצייגן יעדן; איך בין נישט אונטער סיי וועלכע אילוזיעס אז די סעריע אליין וועט גלייך טוישן דעם ליינער'ס מיינונג מין־הקצה־אל־הקצה. און ווי איך האב שוין געשריבן, איז דאס סיי ווי נישט באמת וויאזוי מען טוישט די מיינונג אין אלגעמיין. ליבערשט, האף איך איינצופלאנצן א קערנדל וואס זאל צוברענגען צו ווייטערדיגע מחשבות און ווייטערדיגע פארשונגען, דורכן ווייזן אז עס איז פאראן אן אנדער וועג וויאזוי אנצוקוקן אונזער וועלט, אונזער פלאץ אין איר און אונזער היסטאריע און רעליגיע.

אומקערנדיג זיך צו דער 'גרויסער זעץ' טעאריע, האף איך טאקע צו ווידמען דעם קומענדיגן ארטיקל אויף אנצומערקן אפאר שטריכן פון די עמפירישע באווייזן אויף דער טעאריע. אבער אינעם יעצטיגן ארטיקל וויל איך ווייטער ארומרעדן אייניגע נקודות בנוגע די מעטאדאלאגישע באגרעניצונגען פון "אויפווייזן" די טעאריעס אין אזא סעריע ווי די יעצטיגע.

ערשטנס דארף זיין זעלבסטפארשטענדליך אז מיר רעדן דא וועגן עניינים וואס די גרעסטע קעפ פון דער מענטשהייט האבן אנטוויקלט במשך הונדערטער יארן. די טעאריעס זענען באזירט אויף א וועלט פון פארשונגען, ידיעות, וויסנשאפטליכע הנחות און טערמינאלאגיע, און זיי זענען פארמולירט אין א שפראך פון אוואנצירטער מאטעמאטיק. וואס דאס מיינט איז אז עס פאדערט אביסל ענווה פאר א מתחיל וואס באקענט זיך מיט די מושגים צום ערשטן מאל, און אפילו צום צווייטן און דריטן מאל. דאס איז אן עניין פון 'גיי לערן א גוי ברטנורא'. פונקט ווי קיינער ערווארטעט נישט צו קענען פארשטיין וויאזוי מען בויט א ראקעט אדער וויאזוי מען מאכט אפענע־הארץ כירורגיע פון ליינען איין ארטיקל, פונקט אזוי קען מען נישט ערווארטן צו פארשטיין אלע פרטים און פיטשעווקעס און די דקות'דיגע באווייזן פאר א טעאריע ווי די 'גרויסער זעץ'.

און דא שטעקט אויך נאך א דקות'דיגער, עפיסטעמאלאגישער ענין, וואס ווערט אנגערופן אין פילאזאפיע 'די טעאריע־באַלאָדנקייט פון אבזערוואציע' (The Theory-ladenness of observation). לאמיר דאס מסביר זיין מיט א ביישפיל פון אן אנדער תחום אין פיזיק. עלעקטראָנען זענען קליינטשיגע פּאַרטיקלען וואס זענען צו קליין צו זען אפילו מיט די מאכטפולסטע אָפּטישע מיקראסקאפן. אבער עס איז פאראן אן אנדער סארט 'מיקראסקאפ', וואס כאפט נישט אויף ליכט ווי אָפּטישע מיקראסקאפן, נאר קליינטשיגע עלעקטראנישע סיגנאלן. מיט די עלעקטראָן־מיקראסקאפן קען מען יא 'זען' עלעקטראנען, דורכן באקומען א סיגנאל אויפן קאמפיוטער סקרין. דער סיגנאל אויפן סקרין איז בעצם אן 'אבזערוואציע' פון אן עלעקטראן. דאך, איינער וואס איז נישט באהאוונט מיט דער טעאריע פון עלעקטריע און עלעקטראן־מיקראסקאפיע וועט דארט נישט זען קיין עלעקטראן, נאר אן אומאפטייטשבארן סיגנאל. דאס איז וויבאלד די אבזערוואציע פונעם סיגנאל איז נאר אפטייטשבאר דורך דער פארמיטלונג פון דער ברייטערער טעאריע. און דאס מיינט מען ווען מען זאגט אז די אבזערוואציע איז 'באַלאָדנט' מיט דער טעאריע.

הנוגע לענינינו ווייטער, ברענגען מיר ארויס די אוממעגליכקייט פון אהערשטעלן צופרידנשטעלנדע און ענדגילטיגע 'הוכחות' אויף א טעאריע ווי די 'גרויסער זעץ', אן דעם וואס דער ליינער זאל זיין באקאנט מיט די ברייטערע פיזישע טעאריעס צו וואס די באווייזן באציען זיך.

איז וואס, סתם אננעמען אויפן ווארט? גלייבן באמונה פשוטה?

איז ערשטנס פאדער איך נישט אז איר זאלט אננעמען אלעס גלייך באמונה שלימה. איך שטעל אייך דא נאר פאר א פֶתח, וואס זאל אייך מעורר זיין מחשבה און ברענגען צו ווייטערדיגע געדאנקען, שאלות און פארשונגען.

צווייטנס זאלט איר וויסן אז די טעאריעס אויף וואס די 'גרויסער זעץ' טעאריע איז באזירט זענען די זעלבע וואס איר פארלאזט זיך אויף זיי אין טאג־טעגליכן לעבן ווען איר ניצט אייער סמארטפאון אין טאש, ווען איר ניצט א GPS סיסטעם און ווען איר גייט פאר אן MMRI סקען. דאס איז אלץ איין סיסטעם פון דער מאדערנער פיזיק. פארשטייט זיך אז דאס אליין מיינט נאכנישט אז יעדער פרט אין דער סיסטעם איז פונקט אזוי אמת און פונקט אזוי באשטעטיגט ווי אלע אנדערע, אבער דאס זאל אייך דאך צוברענגען זיך אפצושטעלן און נעמען ערנסט אונזערע רייד און נישט סתם אוועקמאכן כלאחר־יד.

און דאס ברענגט אונז צום דריטן פונקט. די 'גרויסער זעץ' טעאריע איז נישט עפעס א מארגינאלע היפאטעז וואס געוויסע סייענטיסטן שלאגן פאר בעת אנדערע ווארפן דאס אפ. ניין, זי איז א מעינסטרים טעאריע אנגענומען שוין פאר צענדליגע יארן דורך אלע אנגעזעענע פיזיקער און פארגעלערנט אין אלע אוניווערזיטעטן. זי איז אנגענומענע סייענס, נישט עפעס א זייטיגע השערה פון יחידים. ווייטער, צי מיינט דאס אויטאמאטיש אז עס מוז זיין אמת? ניין, אבער אביסל ענווה און ערנסטקייט פאדערט עס יא.

פערטנס, וואס איז אייער אלטערנאטיווע טעאריע און וויאזוי פארגלייכט זי זיך מיט דער סייענטיפישער? די טעאריע וואס איר האט אנגענומען בתמימות ביז היינט, ווייל אזוי האט מען אייך אויסגעלערנט פון געבורט אן, צי איז זי באזירט אויף פארלעסליכע מקורות? צי דארט פארשטייט איר יא וויאזוי אלע פרטים און שטאפלען ארבעטן? מיר וועלן זיך נאך אומקערן צו דער נקודה ביי אן אנדער געלעגנהייט.

און צום לעצט איז כדאי צו ציטירן די מימרא וואס מ'זאגט נאך אין נאמען פון איינעם פון די פאר־מלחמה'דיגע גדולים (דאכט זיך ר' חיים בריסקער), וואס ער האט געגעבן אלס ענטפער צו א תלמיד וואס איז געקומען מיט קשיות אין אמונה זאכן. האט ער געזאגט, "דו האסט נישט קיין קשיות, דו האסט תירוצים. און אויף תירוצים איז נישטא קיין תשובות."

אמאל לערנט מען איבער א נייער סייענטיפישער טעאריע און מען פרעגט שאלות ווייל מ'וויל פארשטיין. אין אזא פאל איז דא תשובות און מען קען גיין ליינען ווייטער און מאכן ווייטערדיגע פארשונגען און לערנען מער און טרעפן תשובות. אבער אמאל זענען די 'קשיות' בעצם תירוצים. דער נייער שטאנדפונקט איז צו שרעקעדיג. די נייע טעאריע דראעט מערער צו זיין אויף די יסודות פון באקאנטע און באקוועמע וועגן פון טראכטן, וואס איז דעם מענטש צו שווער. אינסטינקטיוו שטעלט ער זיך אנטקעגן מיט 'קשיות' וואס זענען באמת נאר תירוצים אז ער זאל זיך קענען האלטן ביים פריערדיגן. נו, אויף תירוצים זענען נישטא קיין תשובות.

אין קומענדיגן ארטיקל וועלן מיר זיך באקענען אויפן שפיץ גאפל מיט עטליכע שטריכן פון באווייזן פאר דער 'גרויסער זעץ' טעאריע. אבער עס איז וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן די נקודות וואס מיר האבן דא דורכגעשמועסט. און די פונקטן זענען גילטיג נישט נאר אויף דער ספעציפישער טעאריע, נאר אויך אויף אלע טעאריעס מיט וואס מיר גייען זיך באקענען ווייטער אין דער סעריע.​
 
Back
Top